בלאט 1 פון 1

וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיינע פרינדזשעס?

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 2:51 pm
דורך משותלח
בואי וראה כמה מעלות הקנעפלעך עלינו:

געווענטליך וועט עס פאסירן מיט א אנגעצויגענע זיידע (וואס האלט זיך נאכן איבערדרייען פון זיין בענדל פון זיין עס און עס מנעלים) און מיט א אומשילדיג בחור שלא טעו טעם זיידעס.
און ווען דער זיידע וואקט אזוי געמיטלעך מיט זיין פארקאנישע טלית, און דער בחור געט א לויף דורך דעם זיידן צוליב מען האט עם אויסגעריפן צו גלילה (בדרך אגב, די אויסריפן צו גלילה וואך איין וואך אויס, קומט פון די זעלבע שורש פון "בחורל", גיי צו צום עמוד!! א שאד אז יענער גייט נישט צו טראמפ עם באפעלן צו זיין פרעזידענט)
און דא הייבט זיך אן די קאטאסטראפע, ווען די פרינדשעס פונעם טלית מיטן קנעפל פונעם בחור גיבן זיך א ווינק אז מען גייט דא מאכן פאטאש, און די קנעפל געט זיך אהאנקע אריין בתוך הפרינדשעס, (די זעלבע בחינה פון ווייערס וואס איז צוזאם געקניפט מנה אחת אפים) איין באשעפער ווייסט ווי אזוי דעס איז געווארן אזוי שטארק פארקניפט.
און דער זיידע כאפט ניטאמאל וואס עס איז פארגעגאנגען, און בינה לבנענע טרעפט ער זיך בערם ובחוסר טלית.
און דא הייבט זיך אן די שלאכטן, דער ציט איין זייט און דער ציט די אנדערע זייט, און דא קומט א דריטער מיטן בעל שם טוב'ס טענה שנים שאוחזין בטלית יחלוקו, און פרובירט צו מאכן סדר.

און אזוי שלענגעלט זיך דריי ידים'לעך אלעס טאקע מיטן זעלבן ציל צו אויסלייזן דעם אומשילדיגן בחור פונעם בארעגטן זיידן.

אבער די דריטע אורח וואס העלפט ארויס די מצב, קומט זיך שלעק! ווייל ווער האט דיר בכלל גערופן דא?
עס פאלט דיר נישט ביי אז אויב די וואלסט נישט פושט יד געווען וואלט שוין די גאנצע געפעך געווען מוצאי? ר' יוד, ביטע גייט שיילן פטעטעס און באק שטח!!


און יעצט לאמיר צוריק גיין צום זיידן. עס האט עם גלייך בייגעפאלן א געניאלע עצה אז יעבור עלי מה, ער איז מסתפק במועט, און ער גייט אפשניידן די שטיקל פרינדש. (דריי און ניינציג פארצענט זיידעס וועלן גלייך ארויס נעמען דעם כל בו טאל הנקרא נעגל שניידער וואס ער האט טאקע גענדיגט מישן מיט דעם זיין נארהאפטיגע קאווע וואס עס האט זיך אויסגעגאסן אויף איינעמס היט פארשטייט זיך אז ער איז אומשילדיג כרגיל ווייל דער וואס האט עם צו געטשפעט זיינע שלייקעס צו זיין הויזן האט פארגעסן צו צומאכן איין בענדל און די איבריגע איז היסטערי, נעמען און פרטים זענען געטוישט מפני כבוד ה'זיידעס)
און נאכן אפנעגלן דעם פרינדש פונעם ארגענעלן מקור, טרעפט זיך דעם בחור בערם ובחוסר קנעפל, ולא דובין ולא יער, נישט בערל און נישט שמערל, נישט קיין פרינדש, נישט קיין קנעפל, נישט קיין זיידע, נישט קיין שלייקעס, און נישט קיין גלילה!!

פון אט די מעשה לערנט מען זיך ארויס, אז מען דארף וואטשן ווי אזוי מען קראסט!!

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 2:58 pm
דורך להגדיל הטראסק
כ'ווארט פון דיר אן אויפריכטיגע ארטיקל איבער דעם כבוד פון גלילה.

די אלע אונטעררייסערס פון 'בחור'ל גלילה' זאלן מיר מוחל זיין, נעם עס פאר א כבוד, און מיכל בת שאול וואס האט איינמאל אונטערגעריסן כבוד התורה האט נישט קיין אייניקלעך וואס זאלן גיין גלילה אלס בחור...

כ'מיין נישט דיר, כ'מיין די געדאנק וואס עס איז דא ביי מאנכע אין קאפ איבער דעם בזיון פון גלילה.

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 3:37 pm
דורך להגדיל הטראסק
און יעצט א לומדישע בירור אויף דעם מדרש פליאה?...

מאסיוו...

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 4:34 pm
דורך וואוילער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:58 pm כ'ווארט פון דיר אן אויפריכטיגע ארטיקל איבער דעם כבוד פון גלילה.

די אלע אונטעררייסערס פון 'בחור'ל גלילה' זאלן מיר מוחל זיין, נעם עס פאר א כבוד, און מיכל בת שאול וואס האט איינמאל אונטערגעריסן כבוד התורה האט נישט קיין אייניקלעך וואס זאלן גיין גלילה אלס בחור...

כ'מיין נישט דיר, כ'מיין די געדאנק וואס עס איז דא ביי מאנכע אין קאפ איבער דעם בזיון פון גלילה.
פונקט פארקערט, די וואונדער איז פארוואס די גבאים זענען ליידער אזוי מזלזל אין גלילה, און דאס ווערט געגעבן כמעט נאר פאר אינגלעך און בחורים, מיט אזא "בחור'ל גלילה" כאילו מ'האט געטראפן אויף וועם צו ארויפווארפן די איבעריגע ארבעט - אדער וועם צו מכבד זיין מיט די קלענסטע כיבוד - פון גלילה.

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 8:13 pm
דורך להגדיל הטראסק
וואוילער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:34 pm פונקט פארקערט, די וואונדער איז פארוואס די גבאים זענען ליידער אזוי מזלזל אין גלילה, און דאס ווערט געגעבן כמעט נאר פאר אינגלעך און בחורים, מיט אזא "בחור'ל גלילה" כאילו מ'האט געטראפן אויף וועם צו ארויפווארפן די איבעריגע ארבעט - אדער וועם צו מכבד זיין מיט די קלענסטע כיבוד - פון גלילה.
דו ברענגסט ארויס אז וויבאלד עס ווערט געגעבן פאר בחורים און אינגלעך באטראכסטו עס ווי א זילזול

אפשר געבט מען גלילה פאר א אינגל ווייל נאר דאס מעג ער? אפשר געבט מען נישט הגבה פאר א בחור ווייל די ספר תורה איז שווער פאר א אינגע בחורל?
נעם עס אן פאזיטיוו!!!

און נאכמער! דו פילסט זיך באליידיגט פארן באקומען גלילה, נעם עס אן און זיי דאנקבאר פאר יענעם וואס האט דיר מכבד געווען און מאך יענעם פילן גוט אזוי וועסטו זיך פילן גוט!!!, על פי רוב געבט מען נישט גלילה פאר א בחור ווייל עס איז א שאנדע און מען זוכט עס צו פטרן ביי א בחור, נאר דער בחור מיט זיין תמימות האט אויף זיך א געוויסער חן און דער מענטש וויל אים מכבד זיין, פאסט דאך נישט צו געבן הגבה פארן בחור און גלילה פארן 40 יעריגן איד, טוט מען פארקערט, און פונקט ווי דער בחור פארשטייט אז מען זיצט נישט ביים מיטלסטן טיש ביי נעילת החג נאר מען גייט אויף די פארענטשעס, דאס זעלבע איז מיט הגבה גלילה, געבן הגבה פאר א בחור און גלילה פארן 50 יעריגן איז רוב מאל פשוט נישט אין פלאץ.

ועוד יש להאריך בזה אבל אין הפנאי מספיק כעת.

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 9:32 pm
דורך להגדיל הטראסק
דאס זעלבע איז ביים מכבד זיין א בחור'ל מיטן עמוד

געווענליך טוט מען עס נישט אלס זילזול - עכ"פ ווען דער גבאי טוט עס, טוט ער עס נישט מיט א כוונה ווי מאנכע לייגן עס אראפ מיט גרינגשעצונג "בחורל גיי צו". נאר ווייל טאטעס גייען יעדן טאג צו און אויב איז דא א בחור'ל, נוצט מען אויס די געלעגנהייט.

עוד יש להאריך בזה אבל אין לי פנאי כעת.

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:19 pm
דורך טיפע טאשן
:lol: :lol: :lol:
@פרינדזשעס..

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:57 pm
דורך פרינדזשעס..
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:19 pm :lol: :lol: :lol:
@פרינדזשעס..
גוט גוט

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 12:04 am
דורך פופציגער

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 1:51 pm
דורך פשוט און גראד
@משותלח

אז די רעדסט שוין יא צו/פון שמעלקא, אפשר טוה איהם מעורר זיין וועגען די סניקערס, אז ס’קוקט אויס ווי ס’איז פון @משותלח צייטען? אויכעט אז זיין ציצית קוקט נישט אויס כשר.

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 6:57 pm
דורך משותלח
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:51 pm @משותלח

אז די רעדסט שוין יא צו/פון שמעלקא, אפשר טוה איהם מעורר זיין וועגען די סניקערס, אז ס’קוקט אויס ווי ס’איז פון @משותלח צייטען? אויכעט אז זיין ציצית קוקט נישט אויס כשר.
איך וועל דיר מסבערן זייער פשוט.

די סניקערס טראגט ער לצורך פרנסה.
און אויב עס שמעקט דיר נישט, קענסטו גיין קלאפן בארן ווי די שווארצע פעפער וואקסט!!

און בנוגע זיינע תכלת אז אולי איז עס פסול, קענסטו מצלצל זיין אייער לאקאלע בית הוראה צווישן זעקסע און זיבענע צו שואל ודורש זיין צו ס'איז טאקע פסול, אדער אתה צריך לקנות ברילן חדש!!

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 9:22 pm
דורך פשוט און גראד
משותלח האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:57 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:51 pm @משותלח

אז די רעדסט שוין יא צו/פון שמעלקא, אפשר טוה איהם מעורר זיין וועגען די סניקערס, אז ס’קוקט אויס ווי ס’איז פון @משותלח צייטען? אויכעט אז זיין ציצית קוקט נישט אויס כשר.
איך וועל דיר מסבערן זייער פשוט.

די סניקערס טראגט ער לצורך פרנסה.
און אויב עס שמעקט דיר נישט, קענסטו גיין קלאפן בארן ווי די שווארצע פעפער וואקסט!!

און בנוגע זיינע תכלת אז אולי איז עס פסול, קענסטו מצלצל זיין אייער לאקאלע בית הוראה צווישן זעקסע און זיבענע צו שואל ודורש זיין צו ס'איז טאקע פסול, אדער אתה צריך לקנות ברילן חדש!!
האהאהא!!!! גיט!!!!!

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 10:11 pm
דורך איטשע
פלצתי!!! @משותלח א קנאקעדיגע ארבעט!!!

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 10:14 pm
דורך איטשע
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:58 pm כ'ווארט פון דיר אן אויפריכטיגע ארטיקל איבער דעם כבוד פון גלילה.

די אלע אונטעררייסערס פון 'בחור'ל גלילה' זאלן מיר מוחל זיין, נעם עס פאר א כבוד, און מיכל בת שאול וואס האט איינמאל אונטערגעריסן כבוד התורה האט נישט קיין אייניקלעך וואס זאלן גיין גלילה אלס בחור...

כ'מיין נישט דיר, כ'מיין די געדאנק וואס עס איז דא ביי מאנכע אין קאפ איבער דעם בזיון פון גלילה.
איך מיין אז די מאנכע וואס האבן די געדאנק אין קאפ זענען די וואס די מענטשן וואס טוען בלויז צושיקן בחורימלעך צו מאכן גלילה!

די מענטשן וואס האבן פארוואנדלט די כיבוד אין א בזיון, זיי קומט זיך פעטש...

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 10:39 pm
דורך להגדיל הטראסק
איטשע האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:14 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:58 pm כ'ווארט פון דיר אן אויפריכטיגע ארטיקל איבער דעם כבוד פון גלילה.

די אלע אונטעררייסערס פון 'בחור'ל גלילה' זאלן מיר מוחל זיין, נעם עס פאר א כבוד, און מיכל בת שאול וואס האט איינמאל אונטערגעריסן כבוד התורה האט נישט קיין אייניקלעך וואס זאלן גיין גלילה אלס בחור...

כ'מיין נישט דיר, כ'מיין די געדאנק וואס עס איז דא ביי מאנכע אין קאפ איבער דעם בזיון פון גלילה.
איך מיין אז די מאנכע וואס האבן די געדאנק אין קאפ זענען די וואס די מענטשן וואס טוען בלויז צושיקן בחורימלעך צו מאכן גלילה!

די מענטשן וואס האבן פארוואנדלט די כיבוד אין א בזיון, זיי קומט זיך פעטש...
איז ווייטער: מיינט יענער צו מכבד זיין דעם בחור ווייל ער מיינט דעם בחור, זאל עס דער בחור אננעמען אלס כיבוד און זיך שיין באדאנקען

מיינט יענער צו פטר'ן גלילה ביי א בחור'ל, אין הכי נמי, גייט אריין אין דעם כלל.

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 11:23 pm
דורך אנדערער
וועסט נישט זען מען זאל גיבן א שיינעם איד גלילה. די מציאות האט זיך ליידער אזוי ארויסגעשטעלט אז מען איז מזלזל אין גלילה און אין די בחורים

די צווייטע ספר תורה געבן אויך אסאך פאר א בחור צו האלטן

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 11:59 pm
דורך אנדערער
@משותלח ביסט פיינע נייעס

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:04 am
דורך וואוילער
#גלילה

פשוט אז אויב איינער זוכט די טעמע פון גלילה זאל ער עס טרעפן גרינג

Re: וואס זוכט יששכר שמעלקא'ס קנעפל אין מיין פרינדזשעס??

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:19 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:04 am #גלילה

פשוט אז אויב איינער זוכט די טעמע פון גלילה זאל ער עס טרעפן גרינג
😆