עס איז דא א באקאנטע סגולה פון גיסן בליי אנטקעגן עין הרע. איך האב ערגעץ געזען אז אסאך צדיקים פון פריערדיגן דור פלעגן שיקן צו אנשפרעכן עין הרע דורך גיסן בליי, און אזוי האב איך אויך געהערט אז עס טוען להבחל"ח צדיקים פון היינטיגן דור שליט"א.
שוין עטליכע מאל איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון מענטשן וואס מאכן דאס אוועק אלס א סגולה וואס האט נישט קיין מקור, וואס באמת איז ביי מיר גענוג מקור אז איך ווייס קלאר איינע פון די צדיקים בדורינו אלה שליט"א האט געשיקט איינעם אנשפרעכן קעגן עין הרע דורך די סגולה, האב איך אבער לעצטנס גענישטערט און געטראפן אז די סגולה ווערט שוין אויך דערמאנט אין פריערדיגע ספרים.
דאס איז חוץ וואס ביי פארשידענע משפחות איז דאס אזוי מקובל מדור דור, סיי משפחות פון ירושלים און סיי משפחות פון יוראפ, (אין די יזכור ביכלעך האב איך געטראפן עטליכע יונגאטשעס וואס פארציילן אז זייערע באבעס אינדערהיים פלעגן גיסן בליי קעגן עין הרע), איז דאס אויך א זאך וואס ווערט דערמאנט אין ספרים.
איך האב געטראפן לעת עתה דריי מקורות ווי עס ווערט דערמאנט.
א. שו"ת צמח צדק או"ח סימן ל"ח, וואס ער שרייבט אזוי:
נשאלתי על חולה המסוכן מאד שנסתכן פתאום ורבים אומרים שהוא מתולעים, אי שרי לעשות לו סגולה שקורין או"ש גיסי"ן עופרת וכו' והאיש היוצק העופרת אומר שריפא ושנה ושילש לחולי תולעים וכו' וגם יציקת העופרת רגילים לעשות לו בחול וכו'.
ב. אין שו"ת האלף לך שלמה פון הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל (יורה דעה סימן רט"ו) שרייבט ער אזוי:
שאלה. מה שנוהגין כמה אנשים ששופכין שעוה לחולה ומלחשין עליו וחשש רו"מ אולי יש בזה משום דרכי האמורי הנה ידע רו"מ שבהשקפה ראשונה עלה בדעתי שאיסור דרכי האמורי אינו רק אם ידענו שזה הוי דרכי אמורי מתחלה אבל אם לא ידענו אם הוי זה דרכי אמורי אין איסור בזה מספק ות"ל מצאתי אח"כ בד"מ סי' קע"ט בשם הר"ן כן דמספק אין לחוש לדרכי אמורי וא"כ ה"נ מאן לימא לן דהוי זה דרכי אמורי ואף שגם הם עושין כן אולי הוי להיפוך דהם למדו הסגולה מאתנו ועוד מפורש בש"ס פרק במה אשה הובא ג"כ בד"מ סק"א דאין במה שהוא משום רפואה דרכי אמורי ומוכח שם דאף במעשה אין בו משום דרכי אמורי עיי"ש ובשם תשובת הרשב"א גם עיין בא"ח סעיף ז' גבי למדוד איזור וליחוש עליו מוכח נמי דכל כה"ג אין בו חשש דרכי אמורי אף דהוי במעשה וה"נ נמי התכת השעוה מה לי זה או זה לכך הדבר ברור לי שאין בזה חשש דרכי אמורי ואין להאריך בזה ולא באתי רק להוציא מלב החושש לכך
ער רעדט טאקע דא פון גיסן שעוה און מלחש זיין, אבער די יסוד הסגולה איז די זעלבע זאך. איך ווייס טאקע אז הרבנית הצדיקת אשת ר' משה בער בעק ז"ל פלעגט טאקע גיסן מיט שעוה און נישט מיט בליי (אמאל פלעגט זי יא גיסן מיט בליי נאר זי האט זיך נישט גוט געפילט דערפון, האט זי אנגעהויבן גיסן מיט שעוה, ווייל די יסוד הדבר איז די זעלבע זאך).
ג. אין ספר כתב יושר (עמוד ח') וואס האט ארויסגעגעבן ר' שאול ב"ר צבי הירש מבערלין (בעל הבשמים ראש) קעגן נפתלי הירץ ווייזל שר"י, דערמאנט ער בתוך הדברים די סגולה, און מען זעט אז עס איז שוין דעמאלס געווען א באקאנטע סגולה ביי יהדות אשכנז. ער שרייבט אזוי:
יש ספרים הרבה מאד כמו מפעלות אלקים ושער אפרים מלאים סגולות ורפואות שאין בכל חכמי הגוים השגה לדעת דבר מהם לפי שהם למעלה מן הטבע, ואנכי יודע להסיר עין הרע בלחש, ולרפא חולי הקדחת בכתיבה על שקדים, ולשפוך עופרת לחולי הבהלה וכו'.
ד. אין ספר סגולות ישראל פון הגאון רבי שבתי ליפשיץ ז"ל ערך ס' אות מ"ב ברענגט ער פון ספר אמתחת בנימין (א פריערדיגע ספר מיט די הסכמה פונעם פנים מאירות, און עס ווערט אויך אראפגעברענגט אין ליקוטי חבר בן חיים תלמיד החתם סופר), בזה הלשון:
סגולה לעצבות ולמרה שחורה ר"ל, קח עופרת והתך בתוך כף של ברזל ויקח ספל של מים חיים שאובים ושתוקים על ראש של חולה וכו' ותאמר אני מכבה כל רוח רעה ופגע רע וכו' ובשעה שאתה מכבה באותו רגע יציק את העופרת מעט אל המים וכו'.
ער איז דארט מאריך מיט כוונות און ענינים וואס מען זאל אינזין בשעת מען גיסט.
פון דעם אלעם איז גענוג א ראי' צו זעהן אז די סגולה איז בעצם אן אלטע סגולה, ובפרט אז כמה משפחות האבן דאס שוין מקובל ביי זיך מדור דור.
גיסן בליי אנטקעגן עין הרע
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 136
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
- Location: new york
- x 205
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14043
Re: גיסן בליי אנטקעגן עין הרע
שכח @נישט קיין בהלה פאר די מקורות.
עי' מה שכתבתי כאן חוות דעת קדשי אויף די היינטיגע עיה"ר ארגאניזאציעס.
עי' מה שכתבתי כאן חוות דעת קדשי אויף די היינטיגע עיה"ר ארגאניזאציעס.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1794
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4801
Re: גיסן בליי אנטקעגן עין הרע
ווען איינער זאגט אז עס האט נישט א מקור דאס גיסען בליי, איז נישט פשט אז דאס איז עפעס וואס איז נתחדש געווארן אין יאר 2000.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 28, 2024 4:04 pm עס איז דא א באקאנטע סגולה פון גיסן בליי אנטקעגן עין הרע. איך האב ערגעץ געזען אז אסאך צדיקים פון פריערדיגן דור פלעגן שיקן צו אנשפרעכן עין הרע דורך גיסן בליי, און אזוי האב איך אויך געהערט אז עס טוען להבחל"ח צדיקים פון היינטיגן דור שליט"א.
רבי שלמה קלוגער שרייבט נישט אויב דאס העלפט, ער שרייבט בסך הכל אז דאס איז נישט בכלל דרכי האמורי. און אזוי אויך דער צמח צדק, גייט צו זייער קאלט צום נושא, און ער זאגט בסך הכל אז א מענטש איז נאמן צו זאגן אויף זיך אז איך בין א מומחה. און דאס איז גענוג צו קענען מחלל שבת זיין לחולה שיש בו סכנה.
יהיה איך שיהיה, זענען ביידע פון די גדולים נסתלק געווארן מיט 150 יאר צוריק, און ממילא איז דאס נישט קיין סתירה צו איינער וואס וויל זאגן אז דאס האט נישט א מקור.
בנוגע וואס איר ברענגט פון פון ר' שאול לווין, איך וויל נישט רעדן. אבער ער האט זיך זיין כוס של שרצים. אפשר אונזער ידיד @farshlufen וועט קענען עפעס מוסיף זיין. ווייל איך האב זייער מורא צו שרייבען אין די עינינים.
דאס גיסען שעוה איז לאו דוקא א אידישע סגולה, נאר ביי די גוים איז אויך דא אזא סגולה. אזוי שרייבט שוין רבי שלמה קלוגער, און ווי אויך איז נאך בזמנינו דא אזא געדאנק.
דאס איז אלעס געזאגט געווארן מחוץ לנושא פון וויפיל געוויכט מען דארף געבן פאר עין הרע, און וויפיל נאמנות מען דארף האבן אפי' צו מקוריות'דיגע סגולות.
הצלחה וברכה!
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 440
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1281
Re: גיסן בליי אנטקעגן עין הרע
עס איז דא אסאך דיעות איבער דעם, דאס איז אמאל זיכער אז לייגן צענדליגע עדס אויף קול מבשר אדער צייטונגען איז אן אומרעכט,
מענטשן ווערן דערשראקן, און מבולבל,
דעי קאמפעניס זענען נישט לשם שמים, נאר זיי זענען דא פארן דאללער, נו אז דו דארפסט געלט וואס ווארפסטו פחדים צום מענטשהייט???!
מענטשן ווערן דערשראקן, און מבולבל,
דעי קאמפעניס זענען נישט לשם שמים, נאר זיי זענען דא פארן דאללער, נו אז דו דארפסט געלט וואס ווארפסטו פחדים צום מענטשהייט???!