בלאט 1 פון 1

דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 3:36 am
דורך UTA
ווער איז היינט דער בעסטער קאנדידאט ביי די דעמאָקראַטן צו ווערן פארטוישן אנשטאט דזשאו ביידען?

  • קאליפארניע גאווערנאר גאווין ניוסא
דער ערשטער לעדי מישעל אבאמא

Re: ווער איז היינט דער בעסטער קאנדידאט ביי די דעמאָקראַטן צו ווערן פארטוישן אנשטאט דזשאו ביידען?

געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 10:05 am
דורך יאקאב
פענסעלוועניע גאווערנאר זשאש שאפירא

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 8:12 pm
דורך מיילעך פריילעך
כמיין אז די בעסטע איז אז ביידען זאל יא בלייבן אין די קאמפיין!!

אזוי האט טראמפ די בעסטע שאנסן צו געווינען..

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 8:13 pm
דורך שיטתי
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:12 pm כמיין אז די בעסטע איז אז ביידען זאל יא בלייבן אין די קאמפיין!!

אזוי האט טראמפ די בעסטע שאנסן צו געווינען..
אבער נאך ווי...

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 9:43 pm
דורך ווינטעלע
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:12 pm כמיין אז די בעסטע איז אז ביידען זאל יא בלייבן אין די קאמפיין!!

אזוי האט טראמפ די בעסטע שאנסן צו געווינען..
מיין אפיניאן.

אויב מפארטוישט יא דעם ביידן מיט א נייעם, שפאצירט טראמפ רואיג אריין אונעם ווייסן הויז.

למעשה איז נישט מעגליך פאר א נייער קאנדידאט זיך צו בויען אין אזא קורצע צייט ביפאר דאס וואלן, ווי נישט ווי איז ביידן פרעזידענט יעצט, און דאס געבט אים מער א כח איבער אנדערע...

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 9:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
UTA האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 3:36 am ווער איז היינט דער בעסטער קאנדידאט ביי די דעמאָקראַטן צו ווערן פארטוישן אנשטאט דזשאו ביידען?

  • קאליפארניע גאווערנאר גאווין ניוסא
דער ערשטער לעדי מישעל אבאמא
זיין וויצע פרוי העריס.

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 9:59 pm
דורך מיילעך פריילעך
ווינטעלע האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 9:43 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:12 pm כמיין אז די בעסטע איז אז ביידען זאל יא בלייבן אין די קאמפיין!!

אזוי האט טראמפ די בעסטע שאנסן צו געווינען..
מיין אפיניאן.

אויב מפארטוישט יא דעם ביידן מיט א נייעם, שפאצירט טראמפ רואיג אריין אונעם ווייסן הויז.

למעשה איז נישט מעגליך פאר א נייער קאנדידאט זיך צו בויען אין אזא קורצע צייט ביפאר דאס וואלן, ווי נישט ווי איז ביידן פרעזידענט יעצט, און דאס געבט אים מער א כח איבער אנדערע...
יא אבער מיט זיידי ב. האט ער נאך א גרעסערע טשאנס...

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:01 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
מיין אנאליז געצייג אין מיין מוח זאגט מיר, אז די דעמאקראטן גייען זיך פיין צוריק כאפן, און מאכן פראפאגאנדע אז ביידען איז באמת יא גוט.
ויאזוי?
דורכ'ן אראפרייסן טראמפ.

די לעצטע צוויי טעג, האט טראמפ זיך אריין געגליטשט אין פלעצער ווי ער דארף נישט, מיט'ן אנרופן שומער א פאלעסטינער... פאר אינדיפענדענט וויילער, קען די זאץ אסאך אויסמאכן, און די דעמאקראטן האבן שוין טאקע געשריבן היינט אז טראמפ איז א ראסיסט...
@מיסטער טראמפ! ביזט דאך אזוי גוט, פארוואס געבעסטו אבער שטאף פאר דיינע שונאים מיט דיינע אייגענע הענט?

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:03 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
ביידען האט זיך אויך נעכטן פארטיידיגט ביי א ראלי ווי א ריכטיגער פעסטער פאליטיקאנט

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 1:28 am
דורך אנדערער
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:03 pm ביידען האט זיך אויך נעכטן פארטיידיגט ביי א ראלי ווי א ריכטיגער פעסטער פאליטיקאנט
זיין קאלד איז שוין אויסגעהיילט?

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 5:53 am
דורך איך ווייס
ווינטעלע האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 9:43 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:12 pm כמיין אז די בעסטע איז אז ביידען זאל יא בלייבן אין די קאמפיין!!

אזוי האט טראמפ די בעסטע שאנסן צו געווינען..
מיין אפיניאן.

אויב מפארטוישט יא דעם ביידן מיט א נייעם, שפאצירט טראמפ רואיג אריין אונעם ווייסן הויז.

למעשה איז נישט מעגליך פאר א נייער קאנדידאט זיך צו בויען אין אזא קורצע צייט ביפאר דאס וואלן, ווי נישט ווי איז ביידן פרעזידענט יעצט, און דאס געבט אים מער א כח איבער אנדערע...
לדעתי איז פאר די דעמעקראטען צו פארטוישן ביידן, די זעלבע טעות וואס די קאנסערוויטיוון אין ענגלאנד האבן געמאכט מיטן פארטוישן דזשאנסאן. אמת זיי וואלטן מעגליך פארלוירן אויב וואלטן זיי געלאזט דזשאנסאן, אבער יעצט גייען זיי גענצליך אונטער.

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 7:34 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 1:28 am
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:03 pm ביידען האט זיך אויך נעכטן פארטיידיגט ביי א ראלי ווי א ריכטיגער פעסטער פאליטיקאנט
זיין קאלד איז שוין אויסגעהיילט?
ער האט פיין געשריגן, און אויפגעהייטערט דעם ציבור ביי א ראלי נאכן דעבאטע.

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 7:37 am
דורך רואה חשבונות
דער ביידן קאמפיין מעלדט אז זיי האבן אויפגעטריבן 127 מיליאן דאלער אינעם לעצטן למספרם חודש!

Re: דער בעסטער דעמאקראטישער קאנדידאט אנשטאט ביידען

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 10:23 pm
דורך מיילעך פריילעך
עעעענדליך....

דער ערשטער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן איז אפעציעל ארויסגעקומען מיט א רוף אז זיידי ב. זאל אפטרעטן פון רודער און צולאזן א אנדערן.
קאנגרעסמאן לאויד דאַגעט פון טעקסעס זאגט, אז ער איז זייער צופרידן פון ביידען'ס דערגרייכונגן אין וואשינגטאן, אבער יעצט איז געקומען דעם מינוט איבערצוגעבן די לייצעס פאר אנדערע.
העמיר זען צו אנדערע פאליטישע פיגורן וועלן אויך זיך אויפשטעלן אן קיין מורא פון די דעמאקראטישע טאטעס..