א שווייצער באנקיר

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 474

א שווייצער באנקיר

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

אסאך מאל קען מען שפירן

מען טוהט דעם אפעטיט פארלירן

וואס וועט זיין נאך א טאג

קוים וואס איך קען דעם גראסערי דעקן מיט פלאג

אבער ברודער לאמיר מאכן טערעפי

און זעהן די סיבה וואס נעמט דערצו

פארוואס ווען די האסט ווען א מיליאן דאלער אין באנק

ביזטו רוהיג און די זיצט אויפ'ן פאטעל מיט א געטראנק אין האנט

ווייל די ווייסט אז די האסט א רוקן ביין

א מליאן דאלאר וואס די באנק האט אבער עס איז דיין

טייערער איד די האסט אן אנלימיטעד קרעדיט קארד

סיי ווען די זעהסט אז עס איז גרינג און אויך ווען די מיינסט אז די מצב איז הארט

בעסער ווי דעם שווייצן באנקיר מיט'ן אויסגעקראכענעם קאפ

וואס אויב מאכסטו א שלעכטע אינוועסטמענט העלפט ער דיר נישט קיין טראפ

אויבן אין הימל ביים טאטן

די נאציאנאלע פעדעראלע רעזערוו טוה נישט אינטער שאצן

באשטעל אן אפוינטמענט ווי פריער

דער באנקיר וועט דיר העלפן מיט טשעקלעך גרויסע שטיקער

די דארפסט נישט קיין ליין אוו קרעדיט צו באקומען

ניטאמאל א לאון דארפסטו פון דארט ארויסנעמען

ער געבט דיר גערן א גרענט פון וויפיל די ווילסט האבן

אסאך מער ווי פון א פשוטן סופער ווייזער אין טשעיס טוהט ער פארמאגן

פונעם ארגענטינישן פעסא ביז פונט שטערלינג

וועסט דיך קענען ערלויבן נישט נאר דשעלעפינא פאר שבת נאר אויך הערינג

ווי ווילסטו דיין אפוינטמענט אויף וועלכע לאקאציע?

זאג מיר נאר ווי די ביזט ווי ביזטע

פיין, די ווילסט דעם אפוינטמענט אויף ניין אזייגער מארגן?!

אוי, איך זעה אז די מאשין זאגט אז די האסט שוין, אבער דארפסט דיר נישט זארגן

דיין אפוינטמענט איז יעצט בשעת די ליינסט

גיי רעד צו אים דארט ווי די שטייסט

דארפסט דיר נישט אנטוהן דעם שיינעם רעקל און היט

דארפסט אויך נישט ווארטן אויף שמונה עשרה פאר די דריי טריט

נו בעט אים שוין

און רעד צו אים איבער'ן גרויסן לוין

א עקסטערע אייגנשאפט האט אונזער באנקיר

איך ווארט עס בעטן געלט זאלסטו פון מיר

נישט נאר דאס

נאר ער איז די וועלט'ס באלעבאס

איך וועל דיר זאגן נאכמער

א טאטע פאר דיר איז ער.


הצלחה ברכה.
א שרייבער איז א בויער. זיין בוי געצייג איז די פענע, און זיין מוח איז די אינזשעניר.
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 778

Re: א שווייצער באנקיר.

פאוסט דורך פשוט און גראד »

זייער שיין! א גרויסע יישר כח!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 411
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1817

Re: א שווייצער באנקיר.

פאוסט דורך ווינטעלע »

👍👍👍👍👍

איר זענט א אור!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1585

Re: א שווייצער באנקיר

פאוסט דורך פארפאלענער »

הערליך
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
שרייב פאוסט