בלאט 1 פון 1

מיינע מחשבות איבער דער פרעזידענטליכער דעבאטע דעם דאנערשטאג

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 11:20 pm
דורך ומי שחטא ישיב
צופיל אומפארענפערטע שאלות זענען דא אויף דעם אויסגאנג פונעם היסטארישען -אדער היסטערישען- דעבאטע וואס דארף אפגעהאלטן ווערן דעם דאנערשטאג אווענט צווישן טראמפ און ביידען צום ביישפיל: וועט דאס אז די מייקס וועלן זיין מיוטעט דורכאויס דעם דעבאטע ווען עס איז דעם צווייטן'ס קאנדיטאט רייע צו רעדן זיין א הילף פאר ביידען ווי די נאראטיוו איז אדער גאר פאר טראמפ? און צו וועט טראמפ זיין פערזענליך אינעם קאמף ביים דעבאטע שטענדער ווי די נאראטיוו איז אדער וועט גאר ביידען זיין דער וואס וועט עס מער טון און טראמפ וועט זיך האלטן מער צו פאליסי אישוס?
אויף דעם און נאך אסאך אפילו טעכנישע אישוס ווי למשל אויב טראמפ פראבירט אריינצושרייען בעת וואס ביידען מורמלט DONT צו וועט ביידען'ס מייק וואס וועט זיין קנאפע 8 פיס אוועק אויפכאפען טראמפ'ס טענדרא"ם'ס בלע"ז אויף די און נאך אסאך שאלות וועלן מיר דארפן ווארטן אויף דאנערשטאג אווענט צו זען וויאזוי עס וועט זיך למעשה אויסשפילן דא וועלן מיר אבער פראבירן צו געבן אונזערע צוויי צענט אויף וואס מען קען ערווארטן.
המשך יבא אי"ה

Re: מיינע מחשבות אויפן פרעזידענטליכן דעבאטע דעם דאנערשטאג

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 11:31 pm
דורך ומי שחטא ישיב
צום ערשט א קליינע שפעקולאציע: אן קיין פאקטן אויף וואס עס צו באזירן קען מעגליך זיין טראמפ'ס סטראטעגיע אויב וועט טראמפ אפי' לשיטתו אנזעצן ביים דעבאטע צו אויסניצן דעם פאקט אז ער וועט האבן דעם לעצטן ווארט ביים דעבאטע צו אנאסירן זיין וויצע פרעזידענט אויסווייל און אזוי סוקסעספול פארדרייען דעם שמועס פון דעם אומגעלונגענען דעבאטע...

Re: מיינע מחשבות אויפן פרעזידענטליכן דעבאטע דעם דאנערשטאג

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 11:52 pm
דורך לך לך
פארוואס א נייע טעמע, @מנהלים ביטע צוזאמשטעלן
viewtopic.php?t=1030