צוואה פון הרה"ק הבית אהרן מקארלין זצ"ל אפגעפונען
געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 10:43 pm
אין די יעצטיגע טעג זענען חסידי קארלין סטאלין איבערראשט געווארן מיט די היסטארישע אויפדעקונג, אז מען האט געטראפן די צוואה פונעם הייליגן בית אהרן זי"ע פארשטופט אין די רעגירונגס ארכיוון, העכער הונדערט פופציג יאר זינט די פטירה איז די צוואה געפונען געווארן, וואו דער הייליגער בית אהרן זי"ע בעט פון זיין זון און נאנטע משפחה זיי זאלן אויפבויען א בית המדרש נעבן זיין ציון, א פלאץ וואו אידישע קינדער זאלן קענען שופך שיח זיין און זיך דערכאפן דאס הארץ ווען זיי קומען דאווענען ביים ציון הק'.
די דאטום ווען די צוואה איז געשריבן געווארן איז אנגעצייכנט אויף עטליכע שעה איידער די הסתלקות פונעם הייליגן בית אהרן זי"ע, ליל י"ז סיון תרל"ב, אין די צוואה שרייבט ער איבער די ירושה און די אריבערגאנג פון זיין פארמעגן צו זיין זון הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע. אזוי אויך בעט דער בית אהרן אז די קינדער זאלן קומען דאווענען ביים ציון הק' צוויי מאל א יאר. JDN