הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 443

הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך דער ידען »

מארגן שבת קודש פאלט די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלום אליעזר פון ראצפערט זי"ע, ווי מען רופט אים בלשון חיבה "רבי שלום אליעזר'ל"

ער איז געבוירן צו זיין הייליגען טאטע דער צאנז'ער רב זי"ע דער דברי חיים - אין יאר תרכ"ב, ער איז געווען פערצן יאר ווען זיין טאטע איז נסתלק געווארן לשמי מרום.

חודש אלול תרל"ו, איז ער געווארן א איידעם ביי זיין שוואגער הרה"ק רבי מרדכי דוב פון הארנסטייפל זי"יע, (ווי באקאנט האט די צאנזער רב שוין געזאגט איבערן שידוך ביים געבורט).

אין יאר תר"ס איז ער אריבער צום שטאט ראצפערט, און אונגארן....
ווי באקאנט האט ער געהאט א געוואלדיגע השפעה און אונגארן..

ער איז אוועק אויף קידוש השם דורך די נאציס ימש"ו, ט"ז סיון תש"ד...


זי"ע
הי"ד
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 443

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"'ד - ט"ז סיון

פאוסט דורך דער ידען »

"שלום" האט ער געהייסן נאך הרה"ק רבי שלום מ'בעלזא זצ"ל, און "אליעזר" האט ער געהייסן נאך הרה"ק רבי אליעזר'ל דזיקובער זצ"ל.
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 443

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"'ד - ט"ז סיון

פאוסט דורך דער ידען »

נאך די חתונה האט רבי שלום אליעזר געוואוינט אין די שטאט טארנוב, דאס איז מעריב גאליצע. אין יאר תרנ"ח נאכדעם וואס אין די שטאט ראצפערט איז נסתלק געווארן דער באקאנטער איש צדיק ואיש מופת, פון די גרויסע צאנזער חסידים, הרה"ק רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן זצ"ל , באקאנט אלס רבי הירצקא'לע ראצפערטער, האט מען איינגעלאדענט רבי שלום אליעזר ער זאל קומען זיך באזעצען קיין אונגארן ווי ס'האט געוואוינט דארט פיל צאנזער חסידים.
צום ערשט האט ער זיך באזעצט אין טעגלאש, דאס איז א ישוב נעבן ראצפערט, און נאך א האלב יאר איז ער געקומען קיין ראצפערט וואו ער האט געשאפן דעם נייעם הויף, וואס פאר די קומענדיגע פינף און פערציג יאר איז רבי שלום אליעזר געווען דארט אין דעם שטאט. און דארטן אין די שטאדט ראצפערט האט מען געזעהן די אלע יארן רצון יראיו יעשה אלעס וואס דער צדיק ווינטשט ווערט מקויים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געבוירן אין שטאט צאנז, חול המועד פסח תרכ"ב,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי חיים הלברשטאם בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, בן הרה"ק רבי אריה לייבוש אב"ד טארניגראד זי"ע, בן הרה"ק רבי שמחה מבראד זי"ע,
נין ונכד הרה"ק רבי צבי הירש חריף בעל חכם צבי אב"ד האלבערשטאדט זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת רעכיל דבורה ע"ה, בת הרה"ק רבי יחיאל צבי הירש אונגאר מטארנא זי"ע, בן הרה"ק רבי מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד און א עובד השם באמת ויראת שמים מרובים, ער איז געווען א גאון בתורה הנגלה והנסתר, טויזענטער אידן זענען געקומען מיט האלטן זיין עבודת הקודש וואס איז געווען מיט א געוואלדיגע דביקות און התלהבות דקדושה, מיט דעם אלעם איז דער צדיק געווען א עניו מאוד און זיך געפירט מיט א געוואלדיגע פשטות, און פלעגט כסדר זאגן אז די אלע אידן וואס זענען צו אים געקומען, איז נאר וועגן דאס גרויסקייט פון זיין הייליגען טאטן זי"ע,

ער איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל, ער האט באמת ליב געהאט יעדן איד אהבת נפש און פון זיך אוועק געגעבן אלעס, ער האט ממשיך געווען דעם מידת הצדקה פון זיין גרויסן טאטן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, אפילו זייענדיג אין אוישוויץ אונטער די הענט פון די דייטשן ימ"ש, האט דער צדיק נישט פארגעסן פון גרויסן באשעפער און נאך מחזק געווען די אידן מיט אמונה בשם, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת נפלא און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ,

בעפאר דער הייליג קינד איז געבוירן, איז מען געקומען מזכיר זיין די רעבעצין ביים הייליגען מאן דער דברי חיים מצאנז זי"ע, האט ער געהייסן מען זאל גיין מזכיר זיין די רעבעצין ביים איידעם הרה"ק רבי מרדכי דוב מהורנסטייפל זי"ע, האט דער איידעם געהייסן מען זאל זאגן פארן הייליגען דברי חיים, אז אויב ער וועט אים מבטיח זיין, אז דער קינד וואס וועט געבוירן ווערן, וועט חתונה האבן מיט זיין טאכטער וואס איז דאן געווען איין יאר אלט, וועט דער קינד געבוירן ווערן בשעה טובה ומוצלחת,

דער הייליגער שווער דער צאנזער רב האט אים דאס מבטיח געווען, דער הייליגער רבי מאטעלע האט דאן אריין געלייגט ידיו הקדושים אין זיין מויל, און ס'איז אראפ גערינען צוויי שנירלעך טרערן פון זיינע אויגן, און תיכף איז געקומען דער בשורה טובה אז עס איז למזל טוב געבוירן געווארן ביים צאנזער רב א בן זכר,


ווי באקאנט איז דער זוהן געבוירען געווארן ווען זיין טאטע איז שוין געווען 65 יאר אלט, און ווען דער קינד איז געווען 14 יאר אלט איז זיין טאטע דער הייליגער צאנזער רב זי"ע נסתלק געווארן,

הגה"צ רבי יצחק שלמה אונגאר זי"ע פארציילט אז רבי שלום אליעזר ווען ער פלעגט אריינקומען אין זיין ביהמ"ד און געזען דעם גרויסן עולם וואס האט אים אפ געווארט, האט ער מרוב ענוותנותו נישט געלאזט אז מען זאל מאכן פלאץ צווישן עולם אז ער זאל קענען דורך גיין, נאר דער צדיק איז אריבער געקראכן די בענק ביז צו זיין פלאץ,

אידן וואס האבן געהאט די זכי' צו זעען דעם צדיק האבן פארציילט, אז ווען ער איז נאר אריין געקומען אין א שטוב, האט פאר יעדן געכאפט א יראה און פחד פון זיין גרויס קדושה, און אפילו די גוים פון שטאט האבן געוויסט פון זיין כח, די גוים פלעגן זיך אפשטעלן קוקען אויף דעם צדיק ווען ער איז דורך אויפן גאס, אויך פלעגן גוים קומען בעטן אז די רבי זאל אריבער גיין אין זייער פעלד, ווייל זיי האבן געוויסט אז ווי דער צדיק לייגט אראפ זיינע הייליגע פיס קומט אריין א ברכה,

הרה"ק רבי אברהם שלום בעל דברי שלום מסטראפקוב זי"ע איז איינמאל געקומען קיין ראצפערט צו באזיכען דעם צדיק, ווען דער צדיק האט געהערט אז דער דברי שלום קומט, איז ער אים ארויס מקבל פנים זיין און ער האט אים פארבעטן אז ער זאל אריינקומען צו אים אין שטוב, האט דער הייליגער דברי שלום געזאגט, "יאך האב דיר נאר געוואלט זעהן" און דער צדיק איז ווייטער געגאנגען, דאס איז געווען די הערצה פון צדיקים בדורו וואס האבן געהאלטן פאר א זכי' נאר צו זעהן דעם צדיק,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

רוב פון זיין תורה און עבודה האט ער געלערנט פון זיין הייליגען טאטן דער דברי חיים זי"ע, ער האט פארציילט אז אלס קינד איז ער מיטן ברידער הרה"ק מטשחויב זי"ע יעדן טאג אריין צום טאטן זאגן די ברכות, און די טאטע האט נאך געזאגט אמן, איינמאל האט ער בטעות געטרעטן אויף די פיס פונעם טאטן, האט אים דער טאטע געזאגט "שלום אליעזר לעבן, ווען משיח וועט קומען, וועסטו דארפן ברענגען א חטאת שמינה",

ער איז א חתן געווארן נאך בחייו פון זיין הייליגען טאטן מיט הרבנית הצדקת מרת מרים שרה ע"ה,
בת הרה"ק רבי מרדכי דוב טווערסקי בעל חיבור לטהרה מהורנסטייפל זי"ע,

כ"ה ניסן בשנת תרל"ו איז דער הייליגער דברי חיים נסתלק געווארן, און די חתונה איז פאר געקומען ד' אלול בשנת תרל"ו, שוין נאך די פטירה פונעם הייליגען טאטן אין שטאט הורנוסטייפל, נאך די חתונה האט ער געגעסן קעסט ביי זיין הייליגען שווער ביז שנת תרמ"ז, און דערנאך האט ער זיך באזעצט אין שטאט טארנא,

ו' טבת בשנת תרנ"ט, נאך די פטירה פון זיין הייליגען ברידער הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, איז ער אריבער קיין אונגארין אין זיך באזעצט אין שטאט ראצפערט, דארט איז ער באוויסט געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות, טויזנטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו און זעען זיין הייליגע עבודה, און פאר ברכות און ישועות, דארט אין ראצפערט איז ער געבליבן, ביז מען האט זיי ליידער אוועק געפירט קיין אוישוויץ ווי ער איז ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד,

דער צדיק איז געווען בידידות מיט צדיקים בדורו ובתוכם,

הרה"ק רבי צבי הירש בעל דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע,
הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם שלום הלברשטאם בעל דברי שלום מסטראפקוב זי"ע,

הרה"ק מקאפיש זי"ע, האט פארציילט אז איינמאל איז הרה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע געפארן קיין קאלוב ז' אדר אויפן יארצייט פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, איז ער דורך געפארן דעם שטאט ראצפערט, האט ער זיך דארט אפ געשטעלט דאווענען שחרית,

האט רבי שלום אליעזר זי"ע געהייסן פארן בעל תפילה, אז ער זאל ווארטן ביי שמונה עשרה אויפן דרכי תשובה, און אויך זאל ער נישט זאגן קיין תחנון, ווען דער דרכי תשובה האט געפרעגט פארוואס מען זאגט נישט קיין תחנון, האט דער הייליגער ראצפערטער רב געזאגט "ביי מיר איז היינט יום טוב, טוט וואס איר ווילט",

איינמאל איז דער צדיק געווען אויף א שבת אין שטאט מישקאלץ, און יענעם פרייטאג צופרי איז פאר געקומען א ברית מילה ביי איינע פון די חסידי קערעסטיר, און הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע איז געקומען צום ברית ווייל מען האט אים מכבד געווען מיט סנדקאות, און ווי דער מנהג איז געווען ביי רבי ישעי'לע אז ווען ער איז געווען סנדק איז ער געבליבן אויך ביים סעודות מצווה, ספעציעל ווען די ברית איז געווען ערב שבת,

דער גאנצער עולם פון שטאט איז דאן ארויסגעפארן מקבל פנים זיין רבי ישעי'לע זי"ע, אבער גלייך נאכן ברית איז דער צדיק רבי ישעי'לע אהיים געפארן און נישט געבליבען דארט אויף די סעודה, מן הסתם ווייל ער האט מורא געהאט אז דאס וועט שטערן דעם שבת ביי הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי משה אריה פריינד גאב"ד ירושלים זי"ע, האט דערציילט אז ער איז געווען ביי רב שלום אליעזר'ל אין ראצפערט שמחת תורה תש"ד, און דער צדיק האט אפ געראכטן די הקפות מיט א געוואלדיגע פשטות, איז דארט געווען א רב וואס האט געבעטן פון ר' שלום אליעזר'ל, אז ער וויל מאכן פייערדיגע הקפות צו דערפרייען דעם עולם, וואס דאן איז שוין געווען שווערע צייטן ביי אידישע קינדער וועגן די מלחמה,

האט דער צדיק געגעבן רשות פאר דעם רב אז ער זאל טאנצן הקפות, נאך א שטיק צייט האט רבי שלום אליעזר געזאגט פאר דעם רב, א חכמה צו טאנצן, דער טאטע זי"ע האט דאך געמאכט א יחוד ביי יעדן טאנץ, דערנאך האט דער צדיק געזאגט פאר דעם רב די ווערטער, מענטשן האבן מיר פארציילט אז איינמאל האט מיין טאטע זי"ע גערעדט ביי זיין שלחן הטהור פון די גרויסקייט פון זיינע צוויי קליינע זוהן, דאס מיינט איך און מיין ברודער רבי ישעי' טשחובער זי"ע, איך האב זיכער געהאט א גרויסע נשמה, נאר איך האב פוגם געווען רח"ל, דאס איז געווען דאס גרויס ענווה פון דעם צדיק,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ח רבי וואלף פריינד ע"ה האט זיך געברויכט שטעלן צו די ארבעט אין מונקא-טאבור בשנת תש"ד, איז ער זיך געגאנגען מזכיר זיין ביי ר' שלום אליעזר'ל, און געפרעגט אויב ער זאל זיך מאכן משוגע כדי מען זאל אים באפרייען פון מיליטער, האט דער צדיק געזאגט אז דאס איז זייער א גוטע עצה,

האט רבי וואלף געזאגט פאר ר' שלום אליעזר'ל אז ער האט מורא אז אינמיטען וואס ער וועט זיך משוגע מאכן, וועט ער זיך צולאכען, און זיי וועלן זעהן אז ער איז יא בסדר, האט דער צדיק געזאגט מיט א צובראכענקייט, "אויב די וועסט טראכטען ווי מען האט געשאסען מיין ברידער רבי ישעי'לע מטשחוב זי"ע הי"ד אויף די גאס ווי א הונט, וועט דיר נישט קומען צו לאכן",

אויך האט דער צדיק זייער פארפירט אז מען זאל דאווענען פאר דער זמן תפלה, און ער האט זיך איינמאל אויסגעדריקט "עס איז מיר ברור אז דורך דעם וואס מען דאווענט נאכן זמן תפילה איז מען מעכב ביאת המשיח צדקינו,

ער האט געהאט די הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי חיים הלברשטאם דיין בסאטמאר זי"ע, חתן הרה"ק רבי אברהם שלום פנחס רוטנברג מצכנוסטוב זי"ע, ובזיווג שני חתן הרה"ק רבי ברוך רובין מבריזדוביץ זי"ע,
הרה"ק רבי משולם זושא יצחק הלברשטאם זי"ע, הי"ד, חתן הרה"ק רבי נפתלי טייטלבוים נירבאטור זי"ע, ובזיווג שני חתן הרה"ק רבי יהודה ארליך זי"ע,
בתו, הצדקת מרת חנה ע"ה, אשת הרה"ק רבי מנחם מענדל ראזענפעלד מביסטריץ זי"ע,
בתו, הצדקת מרת ברכה סימא ע"ה, אשת הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע,
בתו, הצדקת מרת חי' פראדל ע"ה, אשת הרה"ק רבי בן ציון הלברשטאם בעל הקדושת ציון מבאבוב זי"ע, הי"ד,
בתו, הצדקת מרת אדל ע"ה, אשת הרה"ק רבי חיים מושקוביץ מגלינא זי"ע, ובזיווג שני אשת הרה"ק רבי ישראל צבי רוטנברג מקאסאן זי"ע, הי"ד,

ליידער איז ער אוועק געפירט געווארן אין געטא נירעדהאז, דערנאך איז ער אריבער אין געטא בירקנאו אוישוויץ, דארט איז ער ליידער אומגעקומען דורך די דייטשן ימ"ש, ביום ט"ז סיון בשנת תש"ד,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

רבי אשר מרגלית מוויען האט פארציילט אז ער האט דאס געהערט פון א איד וואס בדידיה הוה עובדא,

דער איד איז געווען איינמאל בעפאר די מלחמה אין קאלוב ז' אדר ביים יארצייט פון רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, איז דארט אין אוהל פון רבי אייזיק'ל געווען א שרעקליכע שטיפעניש, איז אויך דארט געווען הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט זי"ע, ווען ער האט געזען ווי איך וויל מיך אריין שטיפן אונעם אוהל, האט ער מיר געזאגט, בחור מען ברויך זיך נישט צו שטיפען צום ציון, נאר אויב איז מען אינעם שטאט פונעם ציון פונעם צדיק ביום היארצייט איז אויך גענוג,

יארן שפעטער ביים צווייטע וועלט מלחמה, איז דער בחור געווען מיט א גאנצע גרופע אידן, און כ"א אדר איז דער גאנצער גרופע מיט מסירת נפש געגאנגען צום ציון פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, אבער ער דער בחור האט זיך דערמאנט אין די ווערטער פונעם צדיק רבי שלום אליעזר זי"ע, אז עס איז גענונג צו זיין אינעם שטאט ווי די ציון פון דעם צדיק איז, איז ער נישט מיט געגאנגען צום ציון, ליידער זענען אלע פון די גרופע פארכאפט געווארן דורך די דייטשן און ליידער אומגעקומען, אבער ער דער בחור איז געראטעוועט געווארן דורך די ווערטער פון דעם צדיק יארן בעפאר,

הרה"ח רבי יצחק הערש קליין ע"ה איז געווען א גרויסע חסיד פון רבי שלום אליעזר זי"ע, ער האט געהאט שיין פרנסה און פלעגט אסאך ארויס העלפן דעם שטוב פונעם צדיק און געהאט א גאר נאנטע התקרבות צום צדיק וקדוש,

ווען די צרות האבן זיך אנגעהויבן דארט אין אונגארין איז רבי יצחק הערש ע"ה אריין צום צדיק רבי שלום אליעזר און געבעטן א ברכה אז ער מיט די משפחה זאלן געראטעוועט ווערן, אבער דער צדיק האט אים נישט געוואלט מבטיח זיין,

איינמאל איז ער געווען אין שטוב פון דעם צדיק, האט דער צדיק רבי שלום אליעזר זי"ע געזאגט פאר רבי יצחק הערש, די וועסט בלייבען לעבן, און כך הוה פון די גאנצע משפחה איז ער דער איינציגסטער וואס האט דורך געלעבט די מלחמה.

ווי באקאנט האט דער צדיק וקדוש רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע זיך געפירט מיט א געוואלדיגע פשטות און ענווה, ער האט כסדר געזאגט, אז זיין גאנצע כח פון פויעלען ישועות איז באמת דער כוח פון זיין הייליגען טאטן דער צאנזער רב זי"ע, אויך זיין גרויסע כח התורה האט ער כמעט נישט ארויס געוויזן, מען האט כמעט נישט געזען דעם צדיק לערנען, ווייל ער האט דאס באהאלטן,

פלעגט מען דערציילן אז דער צדיק פלעגט כסדר אפרעכטן סעודות מצוות און ער האט דאס אייביג אנגעהאנגען אויף א יארצייט פון א צדיק, אבער דערווייל האט מען זיך שפעטער געכאפט אז דער צדיק האט באמת געמאכט דאן א סיום מסכת אדער גאר א סיום הש"ס, איינמאל ביי איינע פון די סעודת, האט די רעבעצין הצדקת מרת שרה מרים ע"ה מגלה געווען, אז דער צדיק האט יעצט געמאכט דעם אכטע מאל א סיום הש"ס, אבער דער צדיק האט פון דעם נישט געוואלט מאכן קיין וועזן,

הרה"ח רבי חיים אפרים פרענקל ז"ל פון שטאט סאניק איז ווי פיל טויזנטער אנדערע אידן, אנטלאפן ביי די ערשטע וועלט מלחמה פון גאליציע קיין אונגארין, און האט זיך באזעצט אין דעברעצין, איז דארט געווען א גוי וואס האט געוואווינט נעבן אים, וואס האט נישט געקענט פארטראגן די נייע אידישע משפחה געבענטשט מיט פילע קינדער, איז דער גוי געגאנגען און גע'מסר'ט, אז דער איד פרענקל האט געזאגט א קללה אויף הארטי דער פרעזידענט פון אונגארן, וואס פאר דעם האט מען געקענט באקומען א גרויסע שטראף, און מען האט באשטימט א געריכט אויף ערב יום הקדוש,

איז עמיצער פון די משפחה אריבער געפארן קיין ראצפערט צום צדיק רבי שלום אליעזר זי"ע, און מזכיר געווען דעם רבי חיים אפרים אז ער זאל ניצל ווערן פונעם משפט, האט דער צדיק געפרעגט אויף ווען האט מען באשטימט דעם משפט, האט מען אים געזאגט אויף ערב יום הקדוש, האט דער צדיק געזאגט די ווערטער "ערב יום הקדוש האט אפילו א גוי מורא",

צום באשטימטען טאג ערב יום הקדוש, זענען ערשינען אין געריכט זאל די גוי מיט זיין פרוי און די גוי'שע דינסט, האט דער שופט געפרעגט דעם גוי אויב ער האט געהערט דעם איד שעלטן, האט דער גוי געזאגט אז נישט ער האט דאס געהערט, נאר זיין פרוי, האט דער שופט געפרעגט דעם פרוי אויב זי האט דאס יא געהערט, האט די פרוי געזאגט אז די דינסט האט דאס געהערט,

האט דער שופט געפרעגט דעם דינסט אויב זי האט דאס יא געהערט, האט די דינסט מודה געווען אז די פרוי פון איר בעל הבית האט איר געזאגט, אז זי זאל דערציילן אז זי האט דאס געהערט, אבער באמת האט זי דאס קיינמאל נישט געהערט, פארשטייט זיך אז מען האט גלייך געלאזט דעם איד פריי און באשטראפט דעם גוי פארן זאגן ליגענט, דאן האט רבי חיים אפרים פארשטאנען די ווערטער פונעם הייליגען צדיק רבי שלום אליעזר זי"ע, "אז ערב יום הקדוש האט אויך א גוי מורא".
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

דער משמש בקודש ביי הרה"ק רבי שלום אליעזר זי"ע האט דערציילט אז איינמאל בשעת די מלחמה האט דער צדיק געדאווענט מיט א מנין שחרית, אינמיטן איז אנגעקומען א אונגערישע זשאנדאר, און ווען ער האט געזען ווי אידן דאווענען, האט ער באפוילען אז יעדער זאל אהין געבן זייער תפילין, דער זוהן הרה"ק רבי זושא זי"ע איז צו געגאנגען צום צדיק און געזאגט, אז די זשאנדאר האט געבעטן יעדענס תפילין, האט דער צדיק געזאגט, די תפילין האב איך באקומען פון מיין הייליגען טאטן, און איך וועל דאס נישט אוועק געבן פאר קיינעם,

פלוצלונג איז אנגעקומען איינער וואס איז געוען העכער ווי דעם סאלדאט וואס מען האט גערופען אלס "מאיאר", האט ער געפרעגט וואס גייט דא פאר, האט מען אים פארציילט וואס די סאלדאט האט געהייסן טון, איז ער צו געגאנגען צו די סאלדאט און אוועק גענומען אלע זיינע אויסצייכענונגען, און אים פארשיקט און געהייסן צוריק געבן פאר יעדן די תפילין, דערנאך איז דער מענטש נעלם געווארן, און מען האט אים מער קיינמאל נישט געזען דארט אין שטאט, ויהי לפלא,

א איד איז געקומען ערב ראש השנה צום רבין ר' שלום אליעזר זי"ע קיין ראצפערט און זיך מזכיר געווען, היות ער האט א קרעטשמע וואס ער האט פון דעם שיין פרנסה, אבער א גוי האט אויף געמאכט א קרעטשמע ממש קעגן איבער אים, און פארשטייט זיך אז די גוים גייען ענדערשט צום גוי ווי איידער צום איד, און ער פארלירט זיין פרנסה דורך דעם,

האט דער צדיק געפרעגט דעם איד וואס איז די נאמען פונעם גוי, און געהייסן מען זאל דאס אריינשרייבן אונעם קוויטל, ווען דער איד האט געגעבן דעם קוויטל פאר רבי שלום אליעזר האט דער צדיק געזאגט "שנדרור, איז א שיכור, און ער וועט האבן א מפלה",

ווען דער איד איז געקומען נאך ראש השנה זיך געזעגענען פונעם צדיק, און זיך ווידער באקלאגט אויף דעם גוי, האט דער צדיק געזאגט פאר דעם איד, איך האב דיר שוין געזאגט אז דער גוי איז א שיכור און ער וועט האבן א מפלה, אויף יום הקדוש ווען דער איד איז צוריק געקומען קיין ראצפערט, האט ער פארציילט די מעשה,

ווען דער גוי האט זיך דערוויסט אז דער איד איז געגאנגען צו זיין ראבינער זיך צו באקלאגן אויף אים אז ער האט אים צו גענומען די פרנסה, האט דער גוי געלאזט וויסן פאר די גוים פונעם דארף, אז ביינאכט וועט ער מאכן א פרייליכן אווענט פארן גאנצן דארף, און ווער עס וויל קען קומען טרינקען און זויפן אומזיסט,

ווי פארשטענליך זענען אלע גוים פונעם שטאט געקומען טרינקען אומזיסט, און מען האט דארט פארברענגט די גאנצע נאכט און געטרינקען און געזויפט וויפיל עס איז געגאנגען, פארטאגס איז דער גוי אראפ אין זיין קעלער ווי די משקה איז דארט געלעגן, און עס איז אים פינסטער געווארן פאר די אויגן, אלע פעסער זענען געווען אויסגעליידיגט פון די טייערע משקה, און ער האט געכאפט זיין טפשות וואס ער האט געטון, פאר גרויס עגמת נפש האט דער גוי גענומען זיין רעוואלווער און זיך דערשאסן צום טויט, אזוי איז מקויים געווארן די רייד פונעם צדיק אז דער גוי וועט האבן א מפלה.

עס איז געווען א איד וואס האט זיך געברויכט שטעלן צום מיליטער, ער האט געהאט א שוואגער רבי טובי' וואס איז געווען א חסיד פון הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, האט דער רבי טובי' אונטערגעשמירט דעם אפיציר וואס איז געווען פאראנטווארטליך פאר די שטעלערס, כדי ער זאל באפרייען זיין שוואגער פון מיליטער,

די זאך איז ארויס געקומען אז דער אפיציר האט גענומען שוחד, און דער אפיציר האט פארציילט אז רבי טובי' האט דאס געגעבן, און וויבאלד רבי טובי' האט געהערט אז מ'ווייסט אז ער האט געגעבן שוחד, איז ער אנטלאפן פון שטעטל ביז עס וועט זיך אפשטעלן און בארואיגן דער מצב, און מען וועט פארגעסן דערוועגן,

רבי טובי' פלעגט פון צייט צו צייט פארן קיין פעסט פאר ביזנעס כדי צו קויפן סחורה, פלעגט ער אפשטאטען א באזיך ביים צדיק רבי שלום אליעזר, די מאל ווען ער איז אריין געקומען האט אים די צדיק געפרעגט, "פארוואס קומסטו אייביג נאר אינדערוואכן, יאך וועל דיך נישט געזעגענען, נאר אויב די בלייבסט דא אויף שבת קודש",

און וויבאלד דער חסיד האט געהערט די קלארע דיבורים פונעם צדיק, אז ער זאל בלייבן אויף שבת, האט ער געלאזט וויסן פאר די משפחה, אז ער בלייבט ביים רבין אויף שבת קודש, און מען זאל אים נאכשיקען זיינע שבת'דיגע בגדים,

אינצווישן איז ער געפארן קיין פעסט פאר ביזנעס, און צוריק געקומען פאר שבת קודש צום רבין קיין ראצפערט, פרייטאג איז אנגעקומען א טעלעגראם פון זיין שטאט קיין ראצפערט, אז ער זאל חלילה נישט אהיים קומען, ווייל ערשט פריער זענען די חברה אים געקומען זוכן, דאן האט דער חסיד פארשטאנען די ווערטער פונעם צדיק וואס האט געזען ברוח קדשו תיכף ביים אנקומען, אז עס ווארט אים אפ א סכנה אינדערהיים, און דער צדיק האט אים געראטעוועט פון די סכנה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ח ר' חיים יעקב דייטש ע"ה האט דערציילט, אז אינדערהיים אין אונגארן וואו ער פלעגט האנדלען מיט פעל, לעדער, וכדומה, האט זיך אמאל געמאכט אז מען איז געקומען ביי אים אונטער זוכן די סחורות, און זיי האבן געפונען א געוויסע סחורה, וואס איז געווען אומלעגאל צו האנדלען דערמיט, און עס האט אים געדראעט א הארבע שטראף, ר' חיים יעקב איז אין גרויס צווייפל געלאפן קיין ראצפערט צו רבי שלום אליעזר'ל אויסגיסן זיין הארץ,

אבער אנקומענדיג קיין ראצפערט אין הויז פון רבי שלום אליעזר'ל זי"ע, איז ער געוואויר געווארן אז רבי שלום אליעזר האט אן געזאגט פאר'ן גבאי'ן ר' הערש אלימלך דים ע"ה, אז ער זאל קיינעם נישט אריינלאזן יהי' מי שיהי', אבער ר' חיים יעקב ערקלערט פאר ר' הערש אלימלך אז דא האנדלט זיך אין פיקוח נפש, ווייל מארגן דארף פארקומען דער משפט אין געריכט אין בערעגסאז, און אויב קומט ער ארויס שולדיג ווארט אויף אים דאס ערגסטע רח"ל, און ער זעט נישט קיין אויס וועג וויבאלד זיי האבן אזעלכע קלארע באווייזן,

ר' הערש אלימלך גייט אריין און גיבט איבער די רייד פאר רבי שלום אליעזר'ל, אבער צו זיין באוואונדערונג איז די תשובה ווייטער געקומען, ער זאל קיינעם יעצט נישט אריינלאזן, ר' חיים יעקב איז געווען שטארק צובראכן און ער האט געבעטן דעם גבאי ר' הערש אלימלך ער זאל רחמנות האבן אויף אים און עפענען די טיר, אבער ר' הערש אלימלך האט זיך נישט געוואגט עובר צו זיין אויף דעם רבי'ס באפעל,

ר' חיים יעקב האט נאך געמוזט כאפן די באן קיין קליינווארדיין און פון דארט קיין בערעגסאז, און וויסנדיג אז טאמער וועט ער נישט ערשיינען אין געריכט, איז ער זיכער פאראורטיילט צום ערגסטן רח"ל, איז ער געזעסן דארט אין בית המדרש מיט א ציטער, נישט וויסנדיג וואו זיך אהין צו טוען, דא ווערט שוין שפעט און ביז עטליכע מינוטן דארף שוין די לעצטע באן פארן קיין קליינווארדיין, און דער רבי איז נאך אלץ פארשפארט, ר' חיים יעקב האט נישט געוואוסט זיך אן עצה צו געבן צי ער זאל ווארטן אדער פארן,

אבער פלוצלונג קומט דער גבאי צו לויפן און רופט אים אין איילעניש, "גיי שוין, דער רבי רופט דיך", ער איז תיכף אריינגעלאפן צו רבי שלום אליעזר'ל זי"ע, און גענומען אים דערציילן וואס דא גייט פאר, אבער נאך איידער ער האט פארענדיגט, שטרעקט רבי שלום אליעזר אויס די האנט, און זאגט אים, "גיי לחיים ולשלום, וועסט מצליח זיין, אבער אייל דיך שנעל צום צוג טאמער וועסטו פארשפעטיגן",

ר' חיים יעקב שטייט נאך צעמישט און צעטומלט, אבער רבי שלום אליעזר איילט אים ווייטער, "נו אייל דיך צו און זעה דיך נישט צו פארזוימען", ר' חיים יעקב נעמט זיך לויפן ארויס און איילט זיך צו די באן וואס האט זיך שוין אנגעהויבן צו גרייטן צום פארן, דארט אויפן באן באגעגנט ער א גוי פון זיין שטאט וועמען ער האט גוט געקענט, און ער זעט אז ער טראגט א פעקל, פרעגט אים ר' חיים יעקב, "וואס טוסטו דא און וואו אהין פארסטו", ענטפערט אים דער גוי אז ער איז געשיקט געווארן פון די פאליציי איבער צו געבן א פעקל פאר'ן בערעגסאזער געריכט,

ווי ר' חיים יעקב באטראכט דאס פעקל, זעט ער דארט זיין נאמען געשריבן דערויף, און אויך די סחורה וואס מען האט ביי אים געכאפט. דערווייל האט ער פארצויגען א שמועס מיט'ן גוי, און ווען די באן האט זיך אפגעשטעלט אין קליינווארדיין, זענען זיי ביידע אפ געשטיגען אין זענען אריין געגאנגען אין א קרעטשמע זיך אביסל אפרוהען אין זיך אנווארעמען אביסל, ביז די באן קיין בערעגסאז וועט ווייטער פארן,

דער בעל הבית פון דעם גאסט הויז איז געווען א איד ר' יעקב שווארץ, איז ר' חיים יעקב צו געגאנגען צו אים און אים דערציילט די גאנצע געשיכטע. דאן זאגט ער אים, "הער אויס, רבי שלום אליעזר האט מיך געשיקט דוקא מיט די באן, ס'איז קלאר אז ער האט געזען וואס דא טוט זיך, דו מוזט יעצט זען ווייטער צו ערלעדיגן די זאך, ווייל איך מיז תיכף ווייטער פארן",

ר' יעקב איז נישט געווען קיין בטלן, און ער האט תיכף געגעבן דעם גוי א שטארקע משקה פון וואס ער איז אנטשלאפן געווארן, דערנאך האט ער גענומען דאס פעקל און עס ערגעץ באגראבן, און דערווייל איז ר' חיים יעקב אנגעקומען אין געריכט, און דער ריכטער נעמט אים זידלען, "א חוצפה פון א זשיד, אזא פארברעכן, אבער ר' חיים יעקב לייקענט שטיין און ביין, ער שרייט, "עס הייבט זיך נישט אן, ס'איז סתם א בלבול",

דער ריכטער הערנדיג ווי ער לייקענט אלעס אפ, שרייט ער אים אן, "ווארט נאר, באלד וועט מען ברענגען די סחורה מיט אלע באווייזן, וועסטו שוין גארנישט קענען אפ לייקענען", ר' חיים יעקב אבער האלט זיך ביי זיינעם, אז עס איז שקר וכזב די גאנצע מעשה, מען האט געווארט און געווארט און דער גוי באווייזט זיך נישט,

נאך דעם ווי עס איז שוין דורכגעגאנגען צוויי שעה, האט זיך דער ריכטער אויפגערעגט פון אומגעדולד, און האט געזאגט פאר ר' חיים יעקב, "טאמער קומט ער נישט אן ביז עלף אזייגער ביסטו פריי", פארשטייט זיך אז דער גוי איז נישט אנגעקומען, און דער ר' חיים יעקב דייטש איז געווארן באפרייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

ווערט דערציילט אז ווען דער הייליגער רבי שלום אליעזר'ל זי"ע, הי"ד איז אנגעקומען אין אוישוויץ, האט ער דארט ביים אריין גיין אין גאז קאמער באמערקט א זון פון איינע פון זיינע גרויסע חסידים, יענער איד האט ליידער געהאט די אויפגאבע, פון נעמען די גוף פון די קדושים נאכן אומקומען על קידוש השם אין גאז קאמער, און ל"ע פארברענען די גופים קדושים און די קרימיטוריום,

האט דאן דער צדיק וקדוש געבעטן א טובה פון דעם איד, אויב ער קען בשעת'ן אריין לייגען זיין גוף קדוש אין פייער, אים ארום נעמען מיט א טלית, און דער צדיק האט יענעם איד צו גאזאגט עולם הבא, און אז ער וועט אי"ה בזכות דעם ניצול ווערן פון די דייטשן ימ"ש, דער איד האט מיט א מסירת נפש מקיים געווען דעם בקשה פונעם צדיק, און דער איד איז טאקע מיט ניסי ניסים ניצול געווארן ביי די מלחמה, און גאר שטארק מעריך ימים געווען ביז די ניינציג יאר,

א גרויסער וויין סוחר אין די שטאט דעברעצין האט דערציילט, אז עס איז געווען א תקופה אין אונגארן ווען דער פרייז פון וויין האט אנגעהויבן שטארק צו פאלן, און וויבאלד ער דער דעברעצינער סוחר האט געהאט ביי זיך א גרויסן קוואנטום פון וויין, האט ער געזוכט צו פארקויפן זיין וויין איידער עס ווערט נאך ביליגער, אין א טאג איז אנגעקומען צו אים אן אנדערער וויין סוחר, וואס ער איז געווען גרייט אפ צו קויפן גאר א גרויסן קוואנטום פון וויין, דער דעברעצינער סוחר האט זיך שטארק געפרייט צו פטר'ן זיין גאנצן וויין וואס ער האט געהאט אין זיין באזיץ, ער האט אים אלעס פארקויפט, און ווי פארשטענדליך איז ער געווען זעהר צופרידן צו באקומען א שיינע מטבע,

נאך א קורצע צייט איז פלוצלונג דער פרייז פון וויין צוריק ארויף, און פארשטענדליך אז דער צווייטער סוחר דער קונה האט פארדינט א פארמעגן מיט געלט, ווייל ער האט דאך ערשט יעצט געקויפט גאר אסאך וויין, פאר דעם דעברעצינער וויין סוחר איז געווען די גאנצע זאך א גרויסע פלא, וואס עפעס איז פאר דעם אנדערן וויין סוחר איין געפאלן צו אינוועסטירן אזא גרויסע סכום אין וויין, ווען מען זעט אז דער פרייז פאלט אזוי דראסטיש, האט ער זיך מיישב געווען אויפצוזוכן דעם אנדערן סוחר דער קונה, און ער האט אים טאקע געפרעגט וואס איז אים איין געפאלן צו קויפן אזא גרויסן קוואנטום פון וויין, פונקט איידער די פרייזן זענען אזוי הויך געשטיגן,

האט דער קונה געענטפערט, איך בין געווען ביי הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט אויף "שבת שירה", און רבי שלום אליעזר'ל האט מיר געזאגט אז איך זאל געדענקן צו שיקן א פאס וויין אויף פסח, האב איך געזאגט, "רבי, דער וויין איז דאך אזוי ביליג, אז דאס שיקן קאסט מער ווי דער גאנצער וויין", האט מיר דער רבי געענטפערט, "נו, נו, ביז פסח קענען נאך די פרייזן זעהר שטייגן", ווען איך האב דאס געהערט האב איך עס אן גענומען פאר א רוח הקודש, אז דער רבי זעט ברוח קדשו, אז פאר פסח וועט דער וויין זיין זעהר טייער, ממילא האב איך אריין געלייגט אסאך געלט אפצוקויפן וויין, און איך זע אז דער רבי איז טאקע גערעכט געווען,

בדרך כלל פלעגט נישט רבי שלום אליעזר מקפיד זיין שמחת תורה בשעת די הקפות אז מען זאל נישט שטיין נאנט צו אים, אבער אין זיין לעצטן יאר שמחת תורה בשנת תש"ד, האט דער צדיק רבי שלום אליעזר זי"ע פלוצלונג געגעבן א זאג פאר די וואס זענען געשטאנען נעבן אים, אז זיי זאלן זיך שטעלן אויף א זייט, כדי אז עס זאל זיין בריווח פלאץ, אויפ'ן עולם איז געפאלן א פחד, ווען באלד דערנאך האט רבי שלום אליעזר זי"ע געגעבן א זאג, "עטס זעטס נישט, דער טאטע שטייט דאך דא!",

הרה"ח המפורסם מגדולי בעלי צדקה וחסד בדורנו ר' דוד לייב שווארץ ז"ל פון בני ברק, איז געווען נידריג אין געוואוקס, יונגערהייט האט ער געלערנט ביי הגה"צ ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש אב"ד האדהאז זי"ע, און נאך די מלחמה, רב פון קהל עדת יראים וויען אין ניו יארק, און ביי די פערצן יאר האט ער זיך פארהערט הלכות שבת ביי זיין רבי'ן דער האדהאזער רב,

דער האדהאזער רב פלעגט אסאך פארן קיין ראצפערט צו הרה"ק רבי שלום אליעזר זי"ע, און האט אמאל מיט גענומען זיין תלמיד דוד לייב שווארץ צום רבי'ן קיין ראצפערט, ביים נעמען שלום, האט דער רב פארגעשטעלט זיין תלמיד, און געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים פרעגן עטליכע שאלות אין הלכות שבת, האט רבי שלום אליעזר'ל געפרעגט דעם בחור עטליכע שאלות, און הערנדיג זיינע ענטפערס, האט דער רבי געפרעגט דעם האדהאזער רב, וואס פאר א מתנה זאל איך געבן פאר דעם בחור'ל אלס שכר פארן אזוי גוט קענען,

האט דער האדהאזער רב געענטפערט, אז ער איז זעהר נידריג געוואקסן, און דער רבי זאל אים אנווינטשן אז ער זאל וואקסן צו א שיינע הייעך, האט דער צדיק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע ארויפגעלייגט זיין הייליגע האנט העכער דעם בחור'ל דוד לייב און געפרעגט, ביז דא וועט זיין גוט, דוד לייב האט נישט געענטפערט, האט דער צדיק אויפגעהויבן זיין האנט נאך העכער, און ווייטער געפרעגט, ביז דא וועט יא זיין גוט, האט ער געענטפערט: "יא". האט דער רבי אנגעוואונטשן, דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט וואקסן ביז דא, ר' דוד לייב פלעגט טאקע אנווייזן, אז ער איז געוואקטן גענוי ביז וואו דער רבי האט געוויזן מיט זיין הייליגע האנט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

איז געווען איינע פון די גרויסע חסידים פון זיין טאטע הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע וואס איז איינמאל געקומען צום צדיק רבי שלום אליעזר זי"ע און מזכיר געווען אז דער דאקטאר האט געהייסן מאכן א אפעראציע, און געפרעגט דעם צדיק וואס ער זאגט, דער צדיק האט אים געזאגט אז מען זאל דעם אפעראציע נישט מאכן, ווען דער איד איז צוריק געקומען צום דאקטאר און געזאגט, אז ער וויל נישט מאכן דעם אפעראציע, האט דער דאקטאר געפרעגט פארוואס, האט דער איד געזאגט מיין רבי ר' שלום אליעזר מראצפערט האט געזאגט אז מען זאל עס נישט מאכן,

האט דער דאקטאר געזאגט אז ער וואלט זייער געוואלט רעדן צו דעם רבין, און הערן פארוואס ער זאגט אז מען זאל נישט מאכן דעם אפעראציע, איז דער דאקטאר אריבער צום צדיק און געפרעגט, פון ווי נעמט דער רבי אז מען זאל נישט מאכן דעם אפעראציע, האט דער צדיק געזאגט איך וועל דיר פארציילן א מעשה פון מיין הייליגען טאטע דער צאנזער רב זי"ע,

אין צאנז האבן געוואוינט דריי אידן מיטן נאמען "חיים", איינס איז געווען דער טאטע זי"ע, דער צווייטער איז געווען חיים דער דאקטאר, דער דריטער איז געווען חיים דער וואסער טרעגער, איינמאל איז א איד געקומען מזכיר זיין צום טאטן, אז זיין פרוי איז זייער נישט געזונט און ממש א מסוכנת, און ער ברויך די טאטע זאל אים העלפן, האט דער טאטע זיך אנגערופען "חיים גיי געב א קוק" איז דארט געווען חיים דער וואסער טרעגער, און מיט גרויס תמימות האט ער אויס געפאלגט דעם טאטן'ס באפעל, און אריבער צו די פרוי די חולה,

דער טאטע האט באמערקט אז דער וואסער שעפער איז נישט דארט, און ווען דער וואסער שעפער איז צוריק געקומען, האט אים די טאטע א פרעג געגעבן ווי בוסטו געווען, האט דער וואסער שעפער געזאגט, איך האב באקומען א באפעל פונעם רבין צו גיין צום חולה, האט דער טאטע געפרעגט וואס האסטו דארט געטון, האט ער געזאגט איך האב פארן חולה געגעבן וואסער און געזאגט תהילים, און עס איז איר גלייך בעסער געווארן,

האט רבי שלום אליעזר אויס געפירט, אויב דער פשוטע וואסער שעפער ביים טאטן האט דאס געקענט, דאן קען איך אויך, איז דער דאקטאר אריבער צו דעם איד ער זאל אים נאכאמאל אינטער זוכן, און לפלא ער האט דעם מחלה נישט מער געטראפן, און דער איד איז געווען אינגאנצן געזונט, דאן האט דער דאקטאר געזאגט "דאס קען נאר טון א רבי א קדוש" און עס איז געווען א גרויסע קידוש השם.

הרה"ח רבי ישראל שלום בראנער ז"ל אלס קינד איז איין ערב פסח ביי בדיקות חמץ צוזאמען געפאלן, מען האט שנעל אריבער געריפן דעם דאקטאר, און אזוי ווי דער דאקטאר האט א קוק געטאן אויפן קינד, האט ער געזאגט עטץ רופט מיך צו א טויט קינד, איך קען א טויט קינד נישט העלפן,

איז דער טאטע הרה"ח רבי וואלף ז"ל אריבער געלאפן צום צדיק הרה"ק רבי שלום אליעזר זי"ע, און ער האט געטראפן דעם רבין ארויס קומען פון שטוב מיטן ליכטל צו גיין בודק חמץ זיין אונעם סוכה, אזוי ווי דער צדיק האט געזען רבי וואלף מיט פארוויינטע אויגן, האט ער אים געפרעגט וואס גייט פאר, האט רבי וואלף פארציילט פארן רבין וואס עס גייט פאר,

האט דער צדיק זיך אנגערפען בזכות פון מיין הייליגען טאטן וועט קומען א ישועה, און געזאגט פאר רבי וואלף גיי אריבער צו רבי שמואל שרייבער, און בעט פון אים אביסל האניג, און מען זאל דאס געבן פארן קינד, האט רבי וואלף געזאגט אז מען קען אפילו נישט עפענען דעם מויל פונעם קינד, האט די רבי געהייסן מען זאל עפענען אפילו א קליין שפאלט און אריין לייגן די האניג, דער חסיד רבי וואלף האט אויסגעפאלג וואס דער רבי האט געהייסן און דער קינד האט זיך דערוועקט, און ביים סדר איז שוין דער קינד געזעצן צוזאמען מיט די משפחה ביים טיש.

ווען רבי שלום אליעזר זי"ע, איז אמאל געווען אין קור-ארט פעליגס נעבן גרויסווארדיין, האט מען אריינגעברענגט א קינד וואס איז שוין געווען 6 יאר אלט אבער האט נישט גערעדט, האט מען דעם קינד געברענגט צום צדיק האט דער צדיק צו גערופען דעם קינד, און זאגט אים "זאג דאס ווארט שבת" און תיכף ומיד האט דאס קינד געזאגט "שבת", האט זיך דער צדיק רבי שלום אליעזר אנגערופען צום טאטן, "ער רעדט דאך יא" און פון דאן און ווייטער האט דער קינד גערעדט כאחד אדם.

איינמאל האט דער צדיק געזאגט בדרך צחות, חז"ל זאגן, צדיקים ממונם חביב עליהן יותר מגופן, וואס טיישט אז צדיקים האבן ליב געלט מער ווי זייער גוף, האט דער צדיק געזאגט בדרך צחות, וואס זאל מען טון אז ישעי' הנביא האט שוין געזאגט "ועמך כולם צדיקים",

זכותו יגן עלינו װעל כל ישראל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך ניקל »

Screenshot_20240701_231711_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240701_231711_WhatsApp.jpg (334.44 KiB) געזען געווארן 304 מאל
גאולה ברחמים
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 6:14 pm
Location: בני ברק

Re: הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

פאוסט דורך גאולה ברחמים »

בס"ד
ווי איז געווען די שול אין שטיב פין די ראצפערטא רבי זצ"ל הי"ד אין ראצפערט?
שרייב פאוסט