בלאט 1 פון 2

זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 2:46 am
דורך להגדיל הטראסק
קומטס אריין!

פון די פייערקרעקערס ליל שישי, די פינקע ווענט, די חדרים אין וואלד, די לעיק מיט וואסער שפינען, עי דזשעי, אקטיוועטי'ס, קרית יואלער רב, המספיק, קארדלעס טעלעפאנען, טשענלס, די סווימינג פול, ר' יונה דוד פערל, ר' גרשון מענדל פעלדמאן, ר' שמואל שלמה טעללער, ר' אלטר משה קליין, ר' אייזיק לעווי ז"ל אלס מענעדזשער, די גרוך פון די גארבעדש, יושר'ס מצבה, די מייק וואס מען דארף אריבערציען די ווייער יעדע סעסיע באזונדער, די לעכטיגע שבתים, די מקוה מיט א טויטע באדערפליי קאודינג אויפן אויבערפלאך, טובים מאורות מוצאי תשעה באב מיט יואליש פ. שפאצירן שבת נאכמיטאג, האקן ביימער, הבחור לעווי ע"ה, די פארדארבענע עסן ברעכן ברעכט זיך אין אלע ווינקלען, טאוסט אלס רפואה, שערי חמלה, רייעס ביים פאבליק טעלעפאן, די קאנטין, די שבת פעקלעך פון מאמי, סיום סוף קעמפ, בית השחיטה סליידס, פאפעט שאו, די בחורים בית המדרש

קומטס אריין קלאר מיט אייערע זכרונות!!!

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 3:06 pm
דורך פארשטענדליך אידל
ארכיוון

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 3:11 pm
דורך להגדיל הטראסק
צו די תפילין לייגן זעמער געפארן אין קעמפ
מיט יואלי ס. האמער פארן דאווענען געקנאקט ביימער אין וואלד....

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 3:12 pm
דורך להגדיל הטראסק
די בעגס וואסער וואס דארף צו העלפן פאר פליגן הענגט פון דאך...

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 3:16 pm
דורך פארשטענדליך אידל
די חידות פון ש. ש. ט.

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 4:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איי איי איי. זכרונות פון מחנה קרית יואל. איי איי איי. מחנה ריב"ח געסקריבלט אויף די האלצטענע טישן. יפה פריעדמאן מיט ליפא שעהנברוין פון צעירים ציען לעקטערס פאר'ן רבי'ן. יצחק מארקאוויטש מאכט א הכנסת ס"ת. א געוואלד צו שרייבן.

נאר איין גאר גוטע זכרון וואס גייט נישט ארויס פון קאפ, פשוט ווייל סז'איז א גוטע ווארט. הגרד"ש עקשטיין האט געמאכט א סדר אז יעדע נאכט ליינט ער אויף שאלות פון בחורים און זאגט א תשובה. ליינט ער איין נאכט אויף אזא שאלה: "איך וויל פרעגן דעם מנהל! יעדער וואס איז ציוני האט דער מנהל פיינט? אדער יעדער וואס די מנהל האט פיינט ווערט א ציוני"?

כ'בין געווען סורפרייזט אז ער ליינט אזאנס אויף אבער נאך מער סורפרייזט בין איך געווען פון זיין גוטע תשובה: "איך וויל פרעגן דעם בחור, יעדן וואס איז זיין מנהל האט ער פיינט? אדער צופעליג יעדן וועםן ער האט פיינט ווערט זיין מנהל?".

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 4:01 pm
דורך להגדיל הטראסק
דעמאלס האט ער נאך געהאט א שווארצע בארד, און איז נאך געווען אינג, ביי פרישטאג גערעדט נאנסטאפ, אך און וויי אויב איינער האט פרובירט ארויסצוגיין אינמיטן אדער אריינקומען שפעט, תוך כדי דיבור אריינגעווארפן א ווארט אין יענעמ'ס ריכטונג.

ער האט פארציילט איבער זיין נסיעה מיט רבינו שליט"א קיין ארץ ישראל די ערשטע מאל אלס רבי.

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 4:05 pm
דורך פופציגער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 4:01 pm איי איי איי. זכרונות פון מחנה קרית יואל. איי איי איי. מחנה ריב"ח געסקריבלט אויף די האלצטענע טישן. יפה פריעדמאן מיט ליפא שעהנברוין פון צעירים ציען לעקטערס פאר'ן רבי'ן. יצחק מארקאוויטש מאכט א הכנסת ס"ת. א געוואלד צו שרייבן.

נאר איין גאר גוטע זכרון וואס גייט נישט ארויס פון קאפ, פשוט ווייל סז'איז א גוטע ווארט. הגרד"ש עקשטיין האט געמאכט א סדר אז יעדע נאכט ליינט ער אויף שאלות פון בחורים און זאגט א תשובה. ליינט ער איין נאכט אויף אזא שאלה: "איך וויל פרעגן דעם מנהל! יעדער וואס איז ציוני האט דער מנהל פיינט? אדער יעדער וואס די מנהל האט פיינט ווערט א ציוני"?

כ'בין געווען סורפרייזט אז ער ליינט אזאנס אויף אבער נאך מער סורפרייזט בין איך געווען פון זיין גוטע תשובה: "איך וויל פרעגן דעם בחור, יעדן וואס איז זיין מנהל האט ער פיינט? אדער צופעליג יעדן וועםן ער האט פיינט ווערט זיין מנהל?".
גוט!! שטייט אים גוט!

ר' דוד שלמה איז א גוטע רעדנער, און אזוי רואיגערהייט טרעפט ער אלעמאל א וועג ארויס...

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 4:06 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר' אברהם ישכר כייעם אלס לייף גארד און קעמפ 'מאמע'.
ר' יושע קארנבלי אלס לייף גארד.

רבינו שליט"א אריבערגעקומען איינמאל פרייטאג צונאכטס פון די בחורים צו די אינגלעך אינמיטן די סעודה, און ביי די תורה מסביר געווען דער מושג פון את בש וכו' דאס ערשטע מאל וואס כ'האב עס געהערט אין מיין לעבן

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 4:07 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר' שמואל שלמה'ס דערציילן תשעה באב פרשת יאסעלע שוכמאכער

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 4:25 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ראובן ראטער האט געדרייווט די קעמפ ווען. אברהם מאיר מילער איז געווען מענעדזשער און געבויט די נייע משפחה באנגעלאוס און די נייע סווימינג פול.

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 5:21 pm
דורך צוקריצט
לערנען אין וואלד
קודם טישן און בענק שפעיטער האט מען געבויט שיינע קלאסן

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 5:27 pm
דורך צוקריצט
מיר ליגט נאך אין די ביינער ווי ר' אברהם יששכר כייעם איז אריינגעטאנצן אין סווימינג פול מיט די שמונה בגדים ראטעווען א קינד.

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 5:30 pm
דורך בן תורה
ווען ר' אברהם יונה שווארץ איז געווען לייף גארד פלעגט ער זיין אנגעטוהן געהעריג אבער סאיז געווען אויסגעארבעט אז ער קען זיך אויסטוהן אין סעקונדעס.
שוך האט ער אנגעהאט די שבת'דיגע סטעפ אין, זיין העמד איז געווען צוגעמאכט מיט וועלקראו, און אזוי אלע זיינע בגדים

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 5:49 pm
דורך צוקריצט
ר' אברהם יששכר האט שנעל אויסגעטון זיין שיך. איינס איז אריינגעפאלן אין וואסער

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 9:43 pm
דורך פארשטענדליך אידל
ספינקא רבי פארהערט אין קעמפ

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 10:15 pm
דורך פארשטענדליך אידל
העליקאפטער אין מחנה בית רחל תש"ע

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 10:26 pm
דורך להגדיל הטראסק
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:43 pm ספינקא רבי פארהערט אין קעמפ
משה יחזקאל בראך
יודל בראך
פישל גליק
יעקב ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן
שמואל מאיר שרייבער
שמעון ישראל שטויבער
אברהם ב"ר מענדל לעווי
וועם נאך זעהט מען דארט ביים ספינקער רבי'ס פארהער?
גראדע נישט געווען א פארהער נאר א סיום מס' פון אייזיק מייזעלס

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 10:35 pm
דורך להגדיל הטראסק
געמאכט איין יאר די וועגן אין וואלד ארומגענומען מיט שטיינדלעך פון ביידע זייטן פונעם פעטוועי...

מייז ביי ר' סענדער נחום גאטליב אין חדר...

נייט סווימינג...

פינקלס פרשה האט פאסירט ווען מיר זענען געווען אין קעמפ תשסו...

די אייז מאשין אין היכל הבית המדרש

די שלום זכר פון ר' יואל לעווי משגיח...

די געשטאפטע בית המדרש עד אפס מקום תשסט ביי ר' חיים אליעזר...

ר' איתמר טובי' קויפמאן אריין אין וואלד מיט די כיתה על פי יצחק הירש, געפראוועט א ווארעמע באטע ביי די לעיק און דער מנהל האט נישט געוויסט וואו מיר זענען געווען פארשווינדן...

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 10:36 pm
דורך להגדיל הטראסק
תשסט מעסטן תחום שבת מיט ר' יחזקאל ווייס

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 10:40 pm
דורך פארשטענדליך אידל
עד מוכיח

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 11:01 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר'@פארשטענדליך אידל
דו נעמסט מיר ארויס די נשמה...
טראגסט מיר צוריק צו יענע זארגלאזע תקופה... מיט די בחורישע תמימות... זיסע צייטן...

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 10:13 am
דורך פארשטענדליך אידל
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:01 pm ר'@פארשטענדליך אידל
דו נעמסט מיר ארויס די נשמה...
טראגסט מיר צוריק צו יענע זארגלאזע תקופה... מיט די בחורישע תמימות... זיסע צייטן...
דו האסט נאך געהאט תמימות אלס בחור?...................

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 10:39 am
דורך Azoi Tzi Zugen
טשילס מאכן ענק מיר. טשילס. די גוטע צייטן!!! די בעסטע צייטן. שכוח @פארשטענדליך אידל און @להגדיל הטראסק

Re: זכרונות - מחנה קרית יואל ראונד טאפ

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 10:46 am
דורך פארשטענדליך אידל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:39 am טשילס מאכן ענק מיר. טשילס. די גוטע צייטן!!! די בעסטע צייטן. שכוח @פארשטענדליך אידל און @להגדיל הטראסק
דאס לעבן איז אייביג זיס. צומאל באגלייט מיט קליינליכע שוועריקייטן.
ווען מען קוקט אויף צוריק זעט מען נאר די זיסע חלק, און נישט די אנדערע.