בלאט 1 פון 3

קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:33 pm
דורך צווייזייטיג
ערשטע באריכטן זענען באשטעטיגט געווארן דורך די גדולי הדור בארץ הקודש, איבער א געפלאנטע היסטארישע נסיעה וואס א צאל גדולי ישראל וועלן אונטערנעמען בטירחא דגברא רבא ארויסצופארן קיין חוץ לארץ, מיטן איין איינציגן ציהל צו מחזק זיין די עולם התורה בארץ הקודש, נאך די שרעקליכע פינאנציעלע צושטאנד וואס האט באטראפן די ישיבות און כוללים מיט די פרישע גזירה פון גיוס בני הישיבות.

ווי באקאנט האט די מדינת ישראל רעגירונג געמאלדן אז זיי טוען אפהאקן פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים, אויב די תלמידים שטעלן זיך נישט אין מיליטער לויט זייער פארלאנג, דאס האט געברענגט א שטייפע רעאקציע פון די גדולי הדור ראשי הישיבות וועלכע האבן אלע אייניג געמאלדן אז זיי וועלן טון וואס מעגליך צו אויפברענגען פרישע שטיצע פאר די עולם התורה, ווען די אפציע זיך צוצושטעלן צו די ציוניסטישע פארלאנגען קומט ניטאמאל אין באטראכט.

נאך לענגערע אפהאנדלונגען און פילע פלענער, איז היינט באשטעטיגט געווארן אז א צאל גדולי הדור וועלן אפרייזן אויף א היסטארישע מסע הצלה קיין חוץ לארץ, מיטן ציהל צו אויפטרייבן מיליאנען דאללארן להחזקת התורה בארצינו הקדושה, עס וועלן קומען צו פארן דער זקן גאוני הדור מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגאון הגדול המשגיח רבי דן סגל שליט"א, הגאון הגדול רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, ואתם עמם מרן הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער געפונט זיך שוין אצינד אין אמעריקע פונעם גרויסן מעמד אדירי התורה.

די גדולי הדור זענען ערווארטעט צו לאנדן אין ניו יארק דעם קומענדיגן זונטאג, מיט א מעגליכקייט אז נאך רבי'ס, רבנים, און ראשי ישיבות, וועלן זיך אנשליסן אין די היסטארישע נסיעה, דורכאויס די באזוך אין אמעריקע וועט פארקומען רייכע באנקעטן און ספעציעלע מסיבות בבתי נגידים ושועים, מיטן האפענונג צו אויפטרייבן צענדליגע מיליאנען להחזקת עולם התורה.

JDN

Re: קרן עולם התורה - ההיסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:33 pm
דורך צווייזייטיג
1684469-fec664368a0644970e9751c2c8246fdd.jpg
1684469-fec664368a0644970e9751c2c8246fdd.jpg (126 KiB) געזען געווארן 3936 מאל

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:34 pm
דורך צווייזייטיג
1684473-611470d658f6b36750892056f4331639.jpg
1684473-611470d658f6b36750892056f4331639.jpg (121.3 KiB) געזען געווארן 3933 מאל

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:49 pm
דורך שבת קודש
א איבערשפיל פון סיון תשל''ח ביים מייסד זיין 'קרן הצלה'

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:17 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
image (2).png
image (2).png (1.05 MiB) געזען געווארן 3895 מאל

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:34 pm
דורך ציבורא
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:17 pm image (2).png
איין זאך מיט קרן עולם התורה?

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:28 pm
דורך צווייזייטיג
ציבורא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:34 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:17 pm image (2).png
איין זאך מיט קרן עולם התורה?
זעלבע שטייפע קעשענעס...

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:29 pm
דורך צווייזייטיג
איך וויל פשוט פארשטיין אויב די מסע הצלה גייט אויך זיין צו ראטעווען די בחורים פון א סכנת גיוס, אדער דאס איז שוין מסודר.

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:46 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:29 pm איך וויל פשוט פארשטיין אויב די מסע הצלה גייט אויך זיין צו ראטעווען די בחורים פון א סכנת גיוס, אדער דאס איז שוין מסודר.
גיוס? יש לנו חברי כנסת.

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 12:47 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מרן הגר"ד לנדא מרן הגר"ד סגל און מרן הגר"א סאלים ביים עפענען די ערשטע דינער לטובת די נייע קרן פון עולם התורה אין שטוב פון הנגיד ר' שמעון גליק אין מאנסי.
IMG_20240623_123736_800.jpg
IMG_20240623_123736_800.jpg (252.45 KiB) געזען געווארן 3690 מאל
@ישראל_הלוי

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 1:38 pm
דורך וזה ברור
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:49 pm א איבערשפיל פון סיון תשל''ח ביים מייסד זיין 'קרן הצלה'
להבדיל....
די מדינה זאל נאר צריק געבן די געלטער,וועלן זיי לויפן אויף אלע....

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 10:08 am
דורך שאינו יודע לשאול
מעמד כבוד התורה אין לעיקוואד.


Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 12:40 pm
דורך צווייזייטיג
מתעסקים גאר?



שרעקעדיג...

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 12:58 pm
דורך שבת קודש
גייט דא זיין איין גרויסע קאסע וואס גייט טיילן פאר אלע ישיבות?

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 1:07 pm
דורך צווייזייטיג
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:58 pm גייט דא זיין איין גרויסע קאסע וואס גייט טיילן פאר אלע ישיבות?
ס'איז לכאורה די זעלבע קאסע וואס נעמט יעצט פון די רעגירונג און פארטיילט עס

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 3:54 pm
דורך דער תהלים איד
איינמאל דער קרן ווערט סטאביליזירט, בע"ה, איז נאך דא עני סיבה צו מעגן גיין צו בחירות? און צו זיין חברי כנסת אינעם בית המינים?

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 2:36 am
דורך אנדערער
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:54 pm איינמאל דער קרן ווערט סטאביליזירט, בע"ה, איז נאך דא עני סיבה צו מעגן גיין צו בחירות? און צו זיין חברי כנסת אינעם בית המינים?
מען איז געגאנגען צו בחירות בעפאר געלט

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 3:14 am
דורך totty2024
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:36 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:54 pm איינמאל דער קרן ווערט סטאביליזירט, בע"ה, איז נאך דא עני סיבה צו מעגן גיין צו בחירות? און צו זיין חברי כנסת אינעם בית המינים?
מען איז געגאנגען צו בחירות בעפאר געלט
מען איז געגאנגען מיטן תיורץ וואס מהאט געזאגט פאר די רבנים אז ממוז קענען זיין דארט צי לוחם זיין פון אינעווייניג אבער היינט ווען מדארף שטימען פארן חוק הגיוס אלעס ווייל מדארף כאטש ראטעווען האלב געלט.. דאן איז עס א איבערווייז אויפן טעות מעיקרא

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 10:31 am
דורך איד
ווען ס'איז ארויסגעקומען די א.ג. חוב קדוש צו גיין צי די בחירות, האט בכלל נישט באקומען קיין געלט
אויב עפעס פארקערט, מ'האט נאך דעמאלטס געהאלטן אז מ'מעג בכלל נישט נעמען, און אעפ''כ האט מען געהייסן גיין צו די בחירות
סא פארוואס זאל זיך עס יעצט טוישן

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 10:36 am
דורך טייטלבוים
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:54 pm איינמאל דער קרן ווערט סטאביליזירט, בע"ה, איז נאך דא עני סיבה צו מעגן גיין צו בחירות? און צו זיין חברי כנסת אינעם בית המינים?
פארקערט גאר, די גאנצע נסיעה איז נאר כדי צו סטראשען די ראשי הכופרים אז זיי זענען גרייט ארויסצוגיין פון די קאאליציע און זיי האבן נישט מורא פון געלט ווייל זיי האבן אנדערע געלטער און במילא זאל נתניהו זיין געצווינגען צו ברענגן א נייע גיוס געזעץ וואס שמעקט פארדי פרומע אבער זייער נישט פאר די פרייע.

ביז יעצט ווייסט נתניהו אז ער דארף זיך נישט יאגן ווייל די פרומע וועלן נישט אויפגעבן אויף זייערע זיצן וועגן די געלט

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
דורך נקודות טובות
totty2024 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:14 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:36 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:54 pm איינמאל דער קרן ווערט סטאביליזירט, בע"ה, איז נאך דא עני סיבה צו מעגן גיין צו בחירות? און צו זיין חברי כנסת אינעם בית המינים?
מען איז געגאנגען צו בחירות בעפאר געלט
מען איז געגאנגען מיטן תיורץ וואס מהאט געזאגט פאר די רבנים אז ממוז קענען זיין דארט צי לוחם זיין פון אינעווייניג אבער היינט ווען מדארף שטימען פארן חוק הגיוס אלעס ווייל מדארף כאטש ראטעווען האלב געלט.. דאן איז עס א איבערווייז אויפן טעות מעיקרא
זיצט זיך איינער אנגעליינט ביי זיך אויפן ריקליינער, סקראללט דורך אשכולות און טעמעס. און אזוי נישט מיר נישט דיר שיסט ער א סטעיטמענט אז די גאונים וקדושים דער גאון טשעבינער רב, דער הייליגער בעלזער רב, דער חזון איש (כפי עדות רוב תלמידיו) דער גערער רבי, דער סטייפלער, רבי חיים נאה, הגאון רבי אהרן קאטלער, הרב שך, רבי יחזקאל סארנא. האבן געהאט עפעס א טעות מעיקרא!
רבי איד, איר זענט א גרויסע מחוצף! א גאר גרויסע מחוצף! מען קען נישט קומען זאגן אויף די ארזי הלבנון ואדירי התורה אז עפעס א טעות מעיקרא האבן זיי געהאט!

ווי אזוי וואלט איר ראגירט ווען איינער זאגט אז דער סאטמאר רבי האט געהאט א טעות מעיקרא?! מען האלט שוין 76 יאר פון הקמת המדינה. די אגודה איז זיך שוין משתתף ביי די בחירות 70 יאר, זיי נעמען שוין געלט 50 יאר, און זיי שטייען גארנישט ווייניגער ווי סאטמאר!

לענין. גיין צו די בחירות האט גארנישט מיט'ן באקומען געלט! נישט דאס איז די חוב קדוש אויף וואס רוב מנין ובנין פון די גדולי כלל ישראל האבן אונטערגעשריבען! די סיבה פארוואס רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות איז צו ווייזען און אויסרופען אז מיר זענען געטריי צום אויבערשטען, און מיר זענען נישט קיין חלק פון די כופרים! און אויך אז מען זאל זיך קענען שלאגען מיט די כופרים וואס ווילן אויסרייסען די תורה הקדושה.

די לשון הק''ק הראשונה איז תורתינו הקדושה שעליו מסרו אבותינו את נפשם דורשת מאתנו לצאת למערכה למען קדושת עם ישראל בארץ הקודש להוכיח כי לא אלמן ישראל מאלפים ורבבות שומרי התורה ומצוות החפצים בחיי קדושה וטוהר על אדמת הקודש ומוכנים למסור את נפשם לקיום התורה והיהדות

די לשון הסטייפלער אין קריינא דאיגרתא. ההצבעה למען אגודת ישראל אינו כפי שהבין מעכ''ת, שהוא למען הרבות נציגים של אגודת ישראל בכנסת. ולא מפאת חשיבות הנציגים אנו מצביעים. אלא עצם רבוי המצביעים לאגודת ישראל הוא במצבינו כהיום בארצינו הקדושה ענין של קידוש שם שמים גדול ועצום, והוא הכרזה שאנחנו עבדי השי''ת ולא נוותר ח''ו על קוצו של י' מתורה''ק

דאס איז די חוב קדוש! גארנישט מיט קיין געלט! און @דער תהלים איד עס טוישט זיך גארנישט מיט די קאסע. אלעס בלייבט די זעלבע!

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:09 pm
דורך שבת קודש
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
totty2024 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:14 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:36 am

מען איז געגאנגען צו בחירות בעפאר געלט
מען איז געגאנגען מיטן תיורץ וואס מהאט געזאגט פאר די רבנים אז ממוז קענען זיין דארט צי לוחם זיין פון אינעווייניג אבער היינט ווען מדארף שטימען פארן חוק הגיוס אלעס ווייל מדארף כאטש ראטעווען האלב געלט.. דאן איז עס א איבערווייז אויפן טעות מעיקרא


ווי אזוי וואלט איר ראגירט ווען איינער זאגט אז דער סאטמאר רבי האט געהאט א טעות מעיקרא?! מען האלט שוין 76 יאר פון הקמת המדינה. די אגודה איז זיך שוין משתתף ביי די בחירות 70 יאר, זיי נעמען שוין געלט 50 יאר, און זיי שטייען גארנישט ווייניגער ווי סאטמאר!
נישט ממש גלייך, די אגודה זענען א חלק פון א 'מלכות המינות' משא''כ סאטמאר, א ריזיגע ריזיגע חילוק.

מעגליך אז זייער 'כוונה' איז געווען א גוטע אבער זייערע מעשים נישט, גלייך צו איינער וואס גייט זיך צו ביקן צו א צלם ווייל ער וויל מיט דעם אויפטועהן עפעס פאר אידשקייט.

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:14 pm
דורך dev
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
totty2024 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:14 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:36 am

מען איז געגאנגען צו בחירות בעפאר געלט
מען איז געגאנגען מיטן תיורץ וואס מהאט געזאגט פאר די רבנים אז ממוז קענען זיין דארט צי לוחם זיין פון אינעווייניג אבער היינט ווען מדארף שטימען פארן חוק הגיוס אלעס ווייל מדארף כאטש ראטעווען האלב געלט.. דאן איז עס א איבערווייז אויפן טעות מעיקרא
ווי אזוי וואלט איר ראגירט ווען איינער זאגט אז דער סאטמאר רבי האט געהאט א טעות מעיקרא?! מען האלט שוין 76 יאר פון הקמת המדינה. די אגודה איז זיך שוין משתתף ביי די בחירות 70 יאר, זיי נעמען שוין געלט 50 יאר, און זיי שטייען גארנישט ווייניגער ווי סאטמאר!
הער אויס די דרשה די וואך אין סקווירא און זאג די מיר צו מ'שטייט גארנישט ווייניגער ווי סאטמאר מיט התחברת און סימפאטיע צו מינות וכפירה!

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:15 pm
דורך צווייטער
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm
totty2024 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:14 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:36 am

מען איז געגאנגען צו בחירות בעפאר געלט
מען איז געגאנגען מיטן תיורץ וואס מהאט געזאגט פאר די רבנים אז ממוז קענען זיין דארט צי לוחם זיין פון אינעווייניג אבער היינט ווען מדארף שטימען פארן חוק הגיוס אלעס ווייל מדארף כאטש ראטעווען האלב געלט.. דאן איז עס א איבערווייז אויפן טעות מעיקרא
זיצט זיך איינער אנגעליינט ביי זיך אויפן ריקליינער, סקראללט דורך אשכולות און טעמעס. און אזוי נישט מיר נישט דיר שיסט ער א סטעיטמענט אז די גאונים וקדושים דער גאון טשעבינער רב, דער הייליגער בעלזער רב, דער חזון איש (כפי עדות רוב תלמידיו) דער גערער רבי, דער סטייפלער, הגאון רבי אהרן קאטלער, הרב שך, רבי יחזקאל סארנא. האבן געהאט עפעס א טעות מעיקרא!
רבי איד, איר זענט א גרויסע מחוצף! א גאר גרויסע מחוצף! מען קען נישט קומען זאגן אויף די ארזי הלבנון ואדירי התורה אז עפעס א טעות מעיקרא האבן זיי געהאט!

ווי אזוי וואלט איר ראגירט ווען איינער זאגט אז דער סאטמאר רבי האט געהאט א טעות מעיקרא?! מען האלט שוין 76 יאר פון הקמת המדינה. די אגודה איז זיך שוין משתתף ביי די בחירות 70 יאר, זיי נעמען שוין געלט 50 יאר, און זיי שטייען גארנישט ווייניגער ווי סאטמאר!

לענין. גיין צו די בחירות האט גארנישט מיט'ן באקומען געלט! נישט דאס איז די חוב קדוש אויף וואס רוב מנין ובנין פון די גדולי כלל ישראל האבן אונטערגעשריבען! די סיבה פארוואס רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות איז צו ווייזען און אויסרופען אז מיר זענען געטריי צום אויבערשטען, און מיר זענען נישט קיין חלק פון די כופרים! און אויך אז מען זאל זיך קענען שלאגען מיט די כופרים וואס ווילן אויסרייסען די תורה הקדושה.

די לשון הק''ק הראשונה איז תורתינו הקדושה שעליו מסרו אבותינו את נפשם דורשת מאתנו לצאת למערכה למען קדושת עם ישראל בארץ הקודש להוכיח כי לא אלמן ישראל מאלפים ורבבות שומרי התורה ומצוות החפצים בחיי קדושה וטוהר על אדמת הקודש ומוכנים למסור את נפשם לקיום התורה והיהדות

די לשון הסטייפלער אין קריינא דאיגרתא. ההצבעה למען אגודת ישראל אינו כפי שהבין מעכ''ת, שהוא למען הרבות נציגים של אגודת ישראל בכנסת. ולא מפאת חשיבות הנציגים אנו מצביעים. אלא עצם רבוי המצביעים לאגודת ישראל הוא במצבינו כהיום בארצינו הקדושה ענין של קידוש שם שמים גדול ועצום, והוא הכרזה שאנחנו עבדי השי''ת ולא נוותר ח''ו על קוצו של י' מתורה''ק

דאס איז די חוב קדוש! גארנישט מיט קיין געלט! און @דער תהלים איד עס טוישט זיך גארנישט מיט די קאסע. אלעס בלייבט די זעלבע!
זעט אויס איר האט נאכנישט געליינט קיין פלאקאטן אדער געליינט די אגודה צייטונגען בעפאר די בחירות.

קיין איינער גייט נישט צו די בחירות וועגן אט די סיבה, (אפשר הרב מנשה ישראל רייזמאן, עכ''פ אזוי זאגט ער). ס'איז נייע צייטן, זיי זענען א חלק פון די ממשלה לכל דבר נישט נאר לפנים.

מ'דארף זיין א קעלבערנע תמים זיך איינצורעדן אז דאס וואס די א.ד. גדולי ישראל האבן בשעתם מתיר געווען און מחייב געווען די בחירות האלט נאך איינער אז ס'איז נאך די זעלבע מציאות

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 3:52 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הרב @נקודות , קומ'זשע ביטע אראפ אביסל.
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm זיצט זיך איינער אנגעליינט ביי זיך אויפן ריקליינער, סקראללט דורך אשכולות און טעמעס. און אזוי נישט מיר נישט דיר שיסט ער א סטעיטמענט אז די גאונים וקדושים דער גאון טשעבינער רב, דער הייליגער בעלזער רב, דער חזון איש (כפי עדות רוב תלמידיו) דער גערער רבי, דער סטייפלער, רבי חיים נאה, הגאון רבי אהרן קאטלער, הרב שך, רבי יחזקאל סארנא. האבן געהאט עפעס א טעות מעיקרא!
רבי איד, איר זענט א גרויסע מחוצף! א גאר גרויסע מחוצף! מען קען נישט קומען זאגן אויף די ארזי הלבנון ואדירי התורה אז עפעס א טעות מעיקרא האבן זיי געהאט!
די סטעיטמענט איז נישט "געשאסן" געווארן דורך לאקאלע ניקים, די סטעיטמענט האט דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע געזאגט איינמאל און נאכאמאל און ער אלס סאטמארע חסיד האט אלע רעכטן זיך צו פאררופן דערויף. ער זאגט ס"ה אז ס'האט זיך נאכאמאל איבערגעוויזן אלס אמת דאס וואס די סאטמארע חסידים ווייסן שוין לאנג.

זאג מיר ביטע נישט אז דער סאטמאר רבי ז"ל איז געווען א מ--- (און נאך א "גרויסע"...)
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:03 pm לענין. גיין צו די בחירות האט גארנישט מיט'ן באקומען געלט! נישט דאס איז די חוב קדוש אויף וואס רוב מנין ובנין פון די גדולי כלל ישראל האבן אונטערגעשריבען! די סיבה פארוואס רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות איז צו ווייזען און אויסרופען אז מיר זענען געטריי צום אויבערשטען, און מיר זענען נישט קיין חלק פון די כופרים! און אויך אז מען זאל זיך קענען שלאגען מיט די כופרים וואס ווילן אויסרייסען די תורה הקדושה.
לענינינו, דער רוב מנין ובנין פון וואס דו רעדסט האבן קיינמאל מתיר געווען צו אנטיילנעמען אין די קאאליציע. און דאס טוט מען יא היינט, און טאקע יא פאר געלט.


און ביטע, רעד נישט צו סאטמארע חסידים וועגן די קו"ק... לאמיר בלייבן פריינט...

כ'האב נאכנישט גענוג עקספלענעישאן מארקס צו קענען שרייען העכער, וועליך עס דא לייגן:!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!