סוגיא דקו התאריך.
איינער פון די ברייט פארצווייגטע פולמוסען אין די עולם התורה, איז די נושא פון די קו התאריך. אין יאר ת''ש בשעת ווען אין אייראפע האט געפלאקערט די שואה, האט זיך אין ארצינו הקדושה געקאכט די נושא פון קו התאריך. פולע גדולי ישראל האבן האבן געלאזט הערן מיינונגען, און געשריבען תשובות אויף למעשה.
דער אמת איז, אז די שאלה איז נישט נתחדש געווארן אין יאר ת''ש, נאר דאס איז א שאלה וואס איז נולד געווארן שוין דעם פערטען טאג פון בריאת העולם, און בספרי הראשונים ווערט דאס שוין אויסגעשמועסט.
מבוא.
די מעשה איז געווען ווי פאלגענד. אין יאר ת''ש האבן עטליכע טויזענט אידן פון פולין און די ליטא צווישען זיי הגאון רבי יחזקאל לוינשטיין, באקומען רשות פונעם יאפאנעיזישער קאנסול זיך צו קענען באזעצען אין יאפאן און זיך ראטעווען דאס לעבן פון די נאציס ימח שמם. די פלטים האבן נישט געוואוסט וועלכע טאג אין די וואך מען דארף האלטן שבת אין יאפאן, מספק וואו דער קו התאריך איז, וויבאלד לויט געוויסע שיטות איז די קו התאריך פאר יאפאן. שפעטער אין יאר תש''א פאר יום כיפור איז די שאלה געווארן נאך מער ברענעדיג, וויבאלד מיט שבת האט מען זיך נאך געקענט אן עצה געבן נישט צו טוהן קיין מלאכות צוויי טעג מספק. אבער פאסטען יום כיפור, איז דאך נישט מעגליך צו פסק'ענען לרבים אז מען זאל פאסטען צוויי טעג מספק. און דאס האט געברענגט א גרויסען פולמוס אין די עולם התורה צווישען די רבני א''י איבער וואו געפינט זיך די קאו התאריך.
צו פארשטיין די שאלה לאמיר קודם פארשטיין וואס איז דאס דער קו התאריך?
הקדמה.
די אפטייטש פון די ווערטער איז זייער פשוט, קו מיינט א שטריך, און תאריך מיינט דאטום. דאס מיינט, אז די דאטום איז געבינדען צו איין געוויסע שטריך אויפן פלאנעט.
אין פסוק אין בראשית ביי די בריאה פונעם פערטען טאג שטייט ווי פאלגענד. ויאמר אלקים יהי מארת ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה והיו לאתת ולמועדים ולימים ושנים. פשט אין די ווערטער איז. כדי צו קענען מבחין זיין בין יום ללילה, מוז זיין עפעס וואס זאל אנדייטען ווען עס איז טאג און ווען עס איז נאכט. אויב איז נישטא עפעס וואס זאל מבחין זיים בין יום ללילה, ווערט באמת נישט טאג און נאכט און אויב אזוי איז אויך נישטא א וואך, חודש, אדער יאר. און עס וואלט נישט געקענט זיין אזא געדאנק ווי א לוח. נאר אנשטאט דעם וואלט געווען א יומא ארוכתא, אדער לילה ארוכה.
אין די ערשטע טאג פון די בריאה האט דער אויבערשטער באשאפען א געוויסע כח פון ליכטיגקייט, וואס האט געשיינט פון זיך אליינס. און דאס האט מבחין געווען בין יום ללילה. שפעטער לסוף ג' ימים האט ער דאס גונז געווען, און אנשטאט דעם באשאפען א זון וואס זאלן דינען דעם תפקיד פון ליכטיג מאכן.
איין מאל מיר האבן דעם זון ווייסען מיר שוין אז ווען די זון שיינט אויף ווערט טאג, און שפעטער ווען די זון גייט אונטער ווערט נאכט, און אזוי טוישט זיך די דאטום. דערנאך, איין מאל עס איז די אזא געדאנק ווי א טאג וואס טוישט זיך כסדר, נעמט מען דעם טאג אין מען צוטיילט אים אויף שעות, מינוטען, סקונדעס וכדו'. און אזוי קענען זיך מענטשען פארשטענדיגען צווישען זיך און אפשמועסן א צייט.
מהלך החמה ולבנה.
די זון גייט אויף א מהלך פון 365 טעג, יעדן טאג פון די 365 טעג שיינט ער אויף און ער גייט אונטער א משהו אפגעריקט פונעם טאג פריער. און ווען ער ענדיגט זיין מחזור פון 365 טעג, הויבט ער אן זיין מחזור פון פריש. ווען די מחזור פונעם זון ענדיגט זיך, טוישט זיך די יאר ביי אונז. און דערפאר הייסט טאקע א יאר "שנה" וויבאלד עס חזר'ט זיך איבער.
די לבנה פון די אנדערע זייט, האט א מהלך פון 29.5 טעג, און דערנאך ווערט זי פארשווינעדען, און זי איז זיך נאכאמאל מחדש. און לויט דעם ווייסען מיר ווען עס ווערט א נייע חודש. און דערפאר הייסט עס טאקע "חודש", ווייל חדש מיינט זיך באנייען. די אלטע לבנה איז געשטארבען, און עס ווערט כאילו געבוירען א פרישע לבנה. די זון האט נישט קיין חודש, און די לבנה האט נישט קיין יאר. מיר נוצען ביידע צוזאמען כדי צו אויסשטעלן אונזער לוח. נאר וויבאלד נישט יעדער איז מוכשר אליינס צו מאכן די חשבונות האבן זיך די גרויסע אסטרונאמיקער צוזאמען גענומען, און אוועקגעשטעלט א לוח. אבער די יסוד פון א לוח איז די הילוך המזלות.
הקדמה להפרדוקס.
מיר ווייסען אלע אז די וועלט איז רינדעכיג, און די זון דרייעט זיך כסדר ארום די וועלט (נישט קיין נפקה מינה צו אונזער שמועס אויב די זון דרייעט זיך אדער די וועלט דרייעט זיך) צו יעדע צייט איז דא ערגעץ אויפן פלאנעט וואו עס ווערט לעכטיג, דהיינו נץ החמה. און ווי אויך איז יעדע רגע דא א שקיעת החמה ערגעץ וואו אויפן פלאנעט. דארט וואו עס איז די נץ החמה ווערט יעצט טאג, און דארט וואו עס איז שקיעת החמה ווערט יעצט נאכט.
ווען מען זאל אפמעסטען די וועלט און ארום נעמען מיט א גארטעל, וועט אויסקומען אז די וועלט איז ערגעץ צווישען 24-25 טויזענט מייל ארום און ארום. יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון אזוי. די זון מאכט א סיבוב ארום די וועלט וואס נעמט איר 24 שעה. ווען מען זאל עס רעכענען רעלאטיוו צו אונזער וועלט, וועט אויסקומען אז די זון פארט עטוואס שנעלער ווי טויזענט מייל א שעה. אויב שטייט איינער ביי חצות היום ווען די זון איז פונקט העכער אים, און ער וויל אז די זון זאל בלייבען העכער אים. וועט ער דארפן לויפן מיט עטוואס שנעלער ווי טויזענט מייל א שעה בכדי צו בלייבען פונקט אונטער דעם זון.
יעצט לאמיר אייך פרעגן אזא שאלה. וואס וועט זיין ווען איינער זעצט זיך אריין אין א פליגער וואס קען פארן טויזענט מייל א שעה. און ער מאכט א סיבוב ארום די וועלט פונקט אויף די זעלבע ספיד וואס די זון פארט. ער הויבט אן זיין סיבוב זונטאג אינדערפרי פונקט א שעה נאכן נץ החמה, און ער פארט מיט די פליגער ארום די וועלט פאר גאנצע 24 שעה, און דערנאך לאנדעט ער אויפן זעלבען פלאץ פון וואו ער איז ארויסגעפארן. וועט אויסקומען אז ער וועט לאנדען אויפן ארטיגען זייגער מאנטאג אינדערפרי א שעה נאכן נץ החמה.
שטעלט זיך אבער די שאלה. ביי די מענטש וואס פארט אויפן פליגער, איז דאך נישט טונקעל געווארן במשך די לעצטע 24 שעה, ווייל ער איז דאך מיט געפארען מיט זון אינאיינעם. און ביי אים איז די גאנצע צייט געבליבען א שעה נאכ'ן נץ החמה כאילו ער כאפט זיך אן מיט א שטריק צום זון. נו אויב אזוי פארוואס איז יעצט מאנטאג? ווי אזוי האט זיך געטוישט די טאג? ביי די מענטש וואלט דאך געדארפט בלייבען זונטאג א שעה נאכ'ן נץ החמה פאר די גאנצע 24 שעה? ניין?
יעצט לאמיר גיין אביסעל אנדערש. נעם די זעלבע מציאות נאר פונקט פארקערט. א מענטש זעצט זיך אריין אין א פליגער און פליט ארום די גאנצע וועלט אויף די פארקערטע דירעקציע פונעם זון, דהיינו ממערב למזרח. קומט אויס אז בהכרח גייט ביי אים ווערן נאכט צוויי מאל דורך אויס די 24 שעה. פונקט ווי ווען צוויי קארס פארן איינער קעגן דאס אנדערע אויף פערציג מייל א שעה, וועט אבער די שנעלקייט זיין רעלאטיוו צום אנדערען קאר אכציג מייל א שעה. וועט אויך ביי דעם מענטש ווערן טונקעל צוויי מאל. ווייל די זון לויפט קעגן אים אויף טויזענט מייל א שעה, און ער לויפט קעגן דעם זון אויף טויזענט מייל א שעה. און דאס איז פונקט דאפעלט ווי די געווענליכע הילוך החמה. עס ווערט באמת נישט טונקעל מער מאל אויפן פלאנעט, ביי אים וועט אבער טונקעל ווערן צוויי מאל. אויב אזוי, ווען ער לאנדעט מיט פונקט 24 שעה שפעטער וואלט אנשטאט מאנטאג אינדערפרי, געדארפט זיין דינסטאג אינדערפרי! ניין?
הפרדוקס.
יעצט לאמיר נעמען די צוויי טעאריעס, און מאכן דעפון א מעשה. עס איז זונטאג פארטאגס, און עס שטייען דריי אידן ראובן שמעון און לוי אין עירפארט און שמועסן רואיג צווישען זיך. א שעה נאכ'ן נץ החמה כאפט ראובן א פליגער וואס פארט טויזנט מייל א שעה, ממזרח למערב העולם. און שמעון כאפט א פליגער פונקט פארקערט ממערב למזרח העולם. לוי זעצט זיך אראפ ווארטען מיט געדולד דארט אין עירפארט אז ראובן און שמעון זאלן לאנדען. און פונקט 24 שעה שפעטער לאנדען טאקע ביידע פליגערס.
זיי גייען אריין אין חב''ד שטיבעל אין עירפארט, און שטעלן זיך דאווענען צוזאמען. מען קומט אן צום שיר של יום, און עס הויבט זיך אן הויעך יו''ט. ראובן וואס איז געפארן ממזרח למערב הייבט אן הויעך היום יום ראשון בשבת, (עס איז ביי אים נישט טונקעל געווארן, ער איז דאך געפארן מיט די זון אינאיינעם קומט אויס אז עס איז געבליבען זונטאג) שמעון שרייט אריין, נו! היום יום שלישי! (עס איז דאך ביי אים טונקעל געווארן צוויי מאל, קומט אויס אז היינט איז דינסטאג) און זיי הויבן זיך אן טענה'נען ווער עס איז גערעכט. רופט זיך לוי אן, איר זענט ביידע נישט גערעכט. היינט איז נישט זונטאג און נישט דינסטאג, נאר היינט איז מאנטאג! איך בין געשטאנען דא א גאנצע 24 שעה, און איך זאג אייך עס איז יא טונקעל געווארן, אבער נאר איין מאל. און דעפאר איז יעצט מאנטאג. וואס טוט מען אין אזא פאל?
די אמת איז. אז מען דארף נישט פארן מיט א פליגער אויף טויזענט מייל א שעה כדי זיך צו אנשטויסען אין דעם פראבלעם, נאר אפי' אויב זאל מען מאכן א סיבוב ארום די וועלט אין משך פון עטליכע יאר, וועט בעל כרחך אויך אויסקומען אז אויב זאל מען פאר'ן ממזרח למערב וועט מען פארפעלן איין שקיעה. און אויב זאל מען פארן ממערב למזרח וועט מען האבן איין איבריגע שקיעה עס איז פשוט א פאקט! וואס טוט מען?
הסבר נוסף.
יעצט לאמיר גיין מיט א טריט ווייטער. איינער זעצט זיך אריין אין א פליגער, און פארט די זעלבע ריכטונג ווי די זון גייט, דהיינו ממזרח העולם למערב העולם. אבער אנשטאט פארן אויף טויזענט מייל א שעה, פארט אויף צוויי טויזענט מייל פער שעה. דהיינו דאפעלט די שנעעלקייט ווי די זון. דא וועט אויסקומען א גאר אינטערעסאנטער היכי תימצא, ער וועט ווערן אינגער יעדע 24 שעה מיט איין טאג. לאמיר געבן א משל.
ראובן פארט ארויס א שעה נאכ'ן נץ החמה זונטאג פרשת חוקת אנדערפרי, מיט א פליגער וואס פארט אויף צוויי טויזענט מייל א שעה. נאך איין שעה פליען וועט אויף די פלאץ וואו ער וועט אנקומען זיין יעצט די נץ החמה, וויבאלד ער פליט דאך דאפעלט אזוי שנעל ווי די זון. נאך צוויי שעה פארן, וועט אויף די ארט וואו ער איז זיין א שעה פאר'ן נץ החמה. און אזוי ווייטער וועט ער יעדע שעה אויסכאפען דעם זון מיט נאך א שעה. קומט אויס אז אויב וועט ער פאר'ן א וואך און א צי, וועט ער זיך צוריקדרייען ביז א וואך פריער דהיינו זונטאג קרח. אבי מען רעדט זיך אפ אז מען ווערט נישט אינגער....
לויט דעם קומט אויס אז אויב באיזה אופן וועט א מענטש זיך קענען ארויף זעצען אויף א הייפערסאניק מיסעל וואס פליט 5 טויזענט מייל א שעה (5 מאל אזוי שנעל ווי די זון) וועט ער נאך יעדען טאג פליען פארדינען 5 טעג! קומט אויס אז עס איז במציאות אז א מענשט זאל קענען צוריק גיין ביז זמן מתן תורה אויב זאל ער פליען מיט א מיסעל פאר גענוג לאנג ביז ער וועט צוריק דרייען דעם לוח מיט דריי און א האלב טויזענט יאר!
פיליזאפיש גערעדט, כדי זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער וועט דאס צווינגען צו זאגן אז עס איז דא א קו התאריך וואס האלט אפ דעם מענטש פון זיין בעל הבית אויפן דאטום. עס וועט מוזען זיין איין שטריך אויף די וועלט וואס ווען דארט ווערט טונקעל טוישט זיך די דאטום, אפגעזעהן אויב ביים מענטש איז טונקעל געווארן אדער נישט! כדי דאס בעסער צו פארשטיין לאמיר כאפן א בליק אויף א מאפע. פשוט באטראכטען אביסעל די הילוך החמה.
הוכחה לקו התאריך במציאות.
איך בין נישט קיין גרעפיקער, און איך קען נישט מאכן גרעפיקס פונעם פלאנעט אז דער עולם זאל בעסער פארשטיין וואס איך זאג. אבער כדי לשבר את האוזן לאמיר נעמען א משל פון א Analogזייגער, אנשטאט די פלאנעט. א געווענליכע זייגער גייט מיט נומערן פון איינס ביז צוועלעף, לאמיר זיך אבער א מאכן א היימישען זייגער פון פיר און צוואנציג נומערן. דהיינו 1-24.
עס איז זונטאג פרשת חוקת, און די זון שטייט יעצט העכער די נאמבער 24 וואס איז גאנץ אויבן ביים שפיץ פונעם זייגער. לויט דעם קומט אויס אז אין די לאנד וואס איז ביים 24 איז יעצט חצות היום, און די זון שיינט דארט מיט'ן גאנצען קנאק. די לאנד וואס איז ביים 1 איז יעצט נאר עלף אזייגער זונטאג אינדערפרי, און עס וועט נאך געדורען א שעה ביז חצות היום. די לאנד וואס איז ביי די 2 איז יעצט צען אזייגער זונטאג אינדערפרי. אין די לאנד וואס איז ביי די זעקס איז יעצט די נץ החמה פון זונטאג. און ביים 12 איז יעצט חצות הלילה פון מוצאי שבת. פון דא און ווייטער הויבט זיך אן א פראבלעם. אויב איז ביי די 12 חצות הלילה פון מוצאי שבת, קומט אויס אז ביי די 14 איז יעצט צען אזייגער ביינאכט מוצאי שבת, ממילא איז ביי די 16 אכט אזייגער ממש הארט נאכן זמן מוצאי שבת. קומט אויס אז ביי די 18 איז זעקס אזייגער שבת נאכמיטאג, און מען עסט שלש סעודות. איז ביי די 20 פיר אזייגער שבת נאכמיטאג. ביי די 22 איז צוויי אזייגער שבת מען בענטשט יעצט פון די סעודה אינדערפרי. ביי די 23 איז יעצט איינס אזייגער שבת מיטאג. וועט אויס קומען אז ביים 24 איז יעצט שבת נאכמיטאג בחצות! אבער, איין רגע! ווי אזוי קען דאס זיין? מיר האבן דאך אנגעהויבען אז ביי די 24 איז יעצט זונטאג ביי חצות היום??? עס שטימט דאך נישט???
די תירוץ איז אז עס שטימט יא, און דאס גופא איז די קו התאריך! עס איז בהכרח דא איין חלק אויף די וועלט וואס דארט הויבט זיך אן די טאג, פון דארט און ווייטער איז די נעקסטע טאג, און פאר די שטריך איז נאך די פארגאנגענע טאג. דהיינו, עס איז דא א שטריך אויפן כדור הארץ וואס אויב מען טרעט אריבער דעם שטריך, ווערט אטעמאטיש אן אנדערע טאג אין די וואך/לוח.
מען רעדט א שטריך וואס איז פונקט ווי די גרעניץ פון א לאנד, וואס אויב שטייט מען אויף איין פלאץ איז מען אין דעם לאנד. און אויב שטייט מען נאכן גרעניץ מיט עטליכע אינטשעס אפגעריקט איז מען אינעם צווייטען לאנד. אזוי אויך טוט די קו התאריך אפטיילען די וועלט מיט א שטריך. און עס קענען שטיין צוויי מענטשען און שמועסן, און פאר ראובן וועט זיין איין טאג, און פאר שמעון וועט זיין א צווייטע טאג. די זון שיינט אויף און גייט אונטער ביי ביידע פון זיי אקוראט די זעלבע סקונדע, און עכ''ז איז די תאריך אנדערש. אין די ענגלישע שפראך הייסט דאס די international date line. און די סיבה דערצו איז וויבאלד אויף א רינדעכיגע זאך אויב מאכט מען נישט א שטריך, איז נישט שייך צו זאגן וואו עס הויבט זיך אן.
גוף השאלה.
יעצט איין מאל מיר זענען קלאר אין דעם אז עס איז בכרח דא א קו התאריך, הויבט זיך אן די שאלה וואו איז די קו התאריך? וואו מאכט מען דעם שטריך אויפן Globe צו זאגן אז ביז אהער איז יעצט שבת, און פון דא און ווייטער איז יעצט זונטאג?
אין די גוי'שע וועלט האבן זיי זיך זייער גרינג אן עצה געגעבן מיט דעם. ביי זיי איז דאך באמת נישט קיין נפקה מינה אויב עס איז זונטאג אדער מאנטאג. דעריבער קענען זיי אוועקשטעלן דעם קו וואו עס געפעלט זיי דאס מערסטע. און אזוי האבן זיי טאקע געטוהן. זייער קו איז כלל נישט קיין גלייכע קו, נאר עס גייט אויף אן אופן אז עס זאל נישט אריינעמען קיין יבשה אין דעם און אזוי ארום צומישען די איינוואוינער פונעם יבשה. אבער ביי אונז אידן וואס האבן א תורה מוזן מיר דאך אלץ קוקען וואס די תורה הייסט, און מען קען זיך נישט ארויסדרייען מיט פראקטישע לעזונגען. מען דארף דאך וויסען וועלכע טאג איז שבת, און וועלכע טאג איז יו''ט. נו וואס טוט מען? ווי אזוי ווייסט מען וואו עס איז די קו התאריך? די תירוץ איז אז אין דעם האבן זיך די גדולי הדור בדור שלפנינו שארף ארומגעקריגט. דאס איז די גרויסע פולמוס פונעם קו התאריך!
מהלך פשוט.
אויב זאלן מיר פראבירן צו טרעפן א לעזונג צו דעם פראבלעם, וואלט איך במושכל ראשון געזאגט אזוי. די ערשטע זאך דארפן מיר פארשטיין אז די גאנצע צומישעניש דא קומט נאר צוליב דעם וואס די וועלט איז רינדעכיג, ווען די וועלט זאל ווען זיין פלאך וואלט די ספק קיינמאל נישט געווען. וויבאלד ביי א רינדעכיגע זאך איז נישט שייך צו ווייזען וואו עס איז די אנהויב, אדער וואו עס איז די סוף. און וויבאלד עס איז נישט שייך צו זאגן וואו עס איז די אנהויב און וואו עס איז די סוף, איז אויך נישט שייך צו זאגן וואו עס איז די מיטן. משא''כ ביי א פלאכע זאך איז זייער גרינג צו אנצייגען וואו עס איז די אנהויב און וואו עס איז די סוף.
די סיבה פארוואס ביי א רינדעכיגע זאך איז נישט שייך צו אנצייגען אן אנהויב אדער א סוף. איז וויבאלד יעדע חלק אינעם כדור איז אטעמאטיש דער מרכז פונעם כדור. אויב אבער מאיזה סיבה זאל איין חלק פון די כדור זיין די אמת'ע מרכז, וואלט מען זייער גרינג געקענט אנצייגען וואו עס איז די אנהויב און וואו עס איז די סוף.
לענינינו. מיר ווייסען דאך קלאר מחז''ל אז ארץ ישראל איז דער מרכז העולם. קומט אויס אז אויב איז ארץ ישראל איז די מרכז העולם, איז שוין יא שייך צו אנצייגען וואו עס זענען די קצוות הארץ. די קצה המזרח וואלט געווען 180 מעלות פון ירושלים. און די קצה המעריב וואלט געווען 180 מעלות פון מעריב ירושלים. יעצט אויב האבן מיר שוין קצוות, וואלט די לייכסטע אופן צו צוטיילען די וועלט און מאכן א שטריך וואס דינט אלץ קו התאריך געווען צו מאכן דעם שטריך פונקט אונטער ירושלים. דהיינו 180 מעלות פון ירושלים. און דאס איז טאקע איינער פון די שיטות להלכה בזמנינו איבער וואו עס איז די קו התאריך.
עכ"פ די סוגיא איז א סוגיא ארוכה ועמוקה. און איך בין נישט דא געקומען צו אויסשמועסען אלע צדדים. נאר ווי די קעפל זאגט איז דאס נאר אויפן שפיץ גאפל.
הנוגע לענין.
די שאלה וואו די קאו התאריך איז, איז נוגע אין זייער אסאך פעלער, נישט נאר נוגע לגבי וועלכע טאג עס איז שבת ויו''ט, נאר איז נוגע אין גאר אסאך פעלער. די ספרי הפוסקים זענען פיל מיט שאלות אין די נושא איך וועל געבן עטליכע דגמאות.
א)
ספירת העומר. איינער גייט אריבער דעם קו התאריך בימי הספירה, וועלכע טאג דארף ער ציילן?
ב)
שבועות. מיר ווייסען דאך אז שבועות איז יום נ' לספירה. אויב איינער גייט אריבער דעם קו התאריך ווען ביי אים איז איין טאג אין ספירה, און די פלאץ צו וואו ער קומט אן איז אן אנדערע טאג אין ספירה. וועלכע טאג האלט ער שבועות?
ג)
חיוב במצוות. איינער וואס איז וואוינט אויף איין זייט פונעם קו התאריך, און די טאג וואס ער ווערט דרייצען גייט ער אריבער דם קו. ווערט ער אויס מחויב במצוות, אדער נישט? די זעלבע שאלה קען אויך זיין אויב איינער איז מקבל שבת אויף איין זייט פון די קו, און ער גייט אריבער צום צווייטען זייט וואס דארט איז פרייטאג אויב ער מעג טוהן א מלאכה.
ד)
מילה. ווען איז די אכטע טאג אויב גייט מען אריבער דעם קו?
ה)
שבעה נקיים. אויב איינער גייט אריבער דעם קו, ווי אזוי רעכענט מען די ז' נקיים?
עכ"פ, די סוגיא איז א לאנגע און ברייטפארצווייגטע סוגיא. ובאתי רק להאיר.
פרפראות.
לסיום הענין לאמיר נאך אריינווארפען איין הערה. יעצט אז מיר פארשטייען שוין אז עס איז דא א קו התאריך איז יש מקום לחקור בנוגע די זיבעטער טאג וואס דער אויבערשטער האט גערוהט נאך בריאת העולם. און ווי חז''ל זאגן אז הקב"ה שיודע עתיו ורגעיו נכנס בו כחוט השערה ונראה כאלו כלה בו ביום. וועלכע טאג האט דער אויבערשטער גערוהט, און ווען איז געווען די נכנס בו כחוט השערה? אויף וועלכע טיים זאון?
לויט ווי מיר האבן פריער געשריבען, ווערט פרייטאג אויף איין חלק וועלט, בשעת עס ווערט שבת אויף א צווייטע חלק פון די וועלט. ממילא אויב וועל איך זאגן אז דער אויבערשטער האט גערועט גלייך ווען עס איז געווארן שבת ביים מזרח חלק פונעם קו התאריך, דארט וואו עס איז די ערשטע געווארן שבת. קומט אויס אז אויף די אנדערע חלק וועלט איז נישט געווען קיין זעקס טעג בריאת העולם, ווייל דארט איז דאך הערשט יעצט געווארן פרייטאג. און צו זאגן אז דער אויבערשטער האט גערוהט אויף איין חלק וועלט, בשעת אויף די אנדערע חלק וועלט האט ער נאך געטוהן מלאכות איז זייער שווער. ווייל למעשה הייסט דאס נישט גערוהט.
די אמת איז אז די שאלה הויבט זיך נישט אן נאר מיט'ן קו התאריך. נאר אפילו אויף איין אופק איז די שאלה קאי וקיים. אין ארץ ישראל ווערט שבת מיט זיבען שעה פריער ווי אין אמעריקע, האט דער אויבערשטער געהאלטען שבת אויף די ארץ ישראל'דיגע זייגער אדער אמעריקאנער זייגער?
פירוש ויהי ערב ויהי בוקר.
אין פסוק אין בראשית שטייט עטליכע מאל ויהי ערב ויהי בוקר. רש"י הק' פראבירט מסביר צו זיין די אפטייטש פון די ווערטער. אבער אנדערע ראשונים ובניהם הרמב"ן, אבן עזרא, כוזרי, בעל המאור, שרייבען פשט אין ויהי ערב ויהי בוקר אז טאקע דאס איז פשט. דהיינו, אין יעדע רגע איז דא איין חלק אויף די וועלט וואס ווערט לעכטיג, און יעדע רגע איז דא ערגעץ וואס ווערט טונקעל. מיט דעם טייטשען זיי פשט, ויהי ערב דא פון וואו מען רעדט יעצט, אבער בשעת מעשה איז אויך ויהי בוקר אויף אן אנדערע חלק פונעם פלאנעט. און דער כוזרי געבט אן אז מען גייט מיט די זמני ארץ ישראל און דאס איז די זמן וואס דער אויבערשטער האלט.
דער רמב"ן צייכענט שוין צו אז דאס איז נאר שייך צו זאגן פון די פערטע טאג און ווייטער. ווייל פאר די זון איז באשאפען געווארן, איז דאך געווארן לעכטיג און טונקעל אויף די גאנצע פלאנעט אין די זעלבע סקונדע, נאר דוקא מיט די סיבוב השמש האט זיך אנגעהויבען די 24 שעה מחזור.
הנוגע למעשה.
וואו קען דאס זיין נוגע למעשה? עס איז זייער פשוט. שבת קודש איז דאך געגעבן געווארען פאר אידן אלץ זכר למעשה בראשית. לויט דעם וואלט געווען די ריכטיגע זאך אז גאנץ כלל ישראל זאל האלטן שבת די זעלבע צייט, אפגעזעהן די טיים זאון. איי וועט איר פרעגן וועלכע טיים זאון זאל מען אנעמען? איך וואלט מייעץ געווען אז מען זאל אנעמען די ארץ ישראל'דיגע טיים זאון, און לויט דעם זאל מען אויך האלטען שבת אין אמעריקע. דהיינו, די זמן ערב שבת קודש אין נוי יארק זאל אנשטאט אכט אזייגער פארנאכטס זיין איינס אזייגער נאכמיטאג בשעת ווען אין ארץ ישראל איז אכט אזייגער. און יא, ווינטער ווען די זמן שבת איז 4:15 זאל מען אין אמעריקע מקבל שבת זיין 9:15 אינדערפרי! (א נייע דערהער אין א קורצע פרייטאג!)
תשובות הרדב"ז.
די שאלה געפונען מיר שוין אין שו"ת הרדב"ז חלק א סימן ע"ו וז"ל. שאלת ממני אודיעך דעתי בענין השבת כי יש חילוק גדול בין השוכנים במזרח לשוכנים במערב. ונמצא שמה שהוא לאלו שבת, הוא לאלו חול. עכ"ל.
איך ווייס נישט אויב דאס וואס איך פרעג איז ממש דאס וואס דער שואל האט געפרעגט, אבער מיט די תשובה פון רדב"ז וועט אונזער אסתפקתא אויך פארענטפערט ווערן. די רדב"ז הייבט אן די תשובה אזוי. דע כי שאלה זו נבוכו בה רבים ונכבדים, אבל אודיעך דעתי בזה. ער ענטפערט אים דארט אז שבת איז טאקע געגעבן געווארן פאר אידישע קינדער אלץ אן אנדענק לשבת בראשית. אבער שבת איז נישט א מצוה כללי אויף גאנץ כלל ישראל, נאר פונקט ווי ברית מילה איז אן אות פאר יעדן עקסטער, איז שבת אויך אן אות פאר יעדן באזונדער. און דערפאר דארף יעדער האלטען שבת לויט די טיים זאון וואו ער געפינט זיך.
דער רדב"ז ברענגט זיך עטליכע ראיות צו דעם.
א) מיר זעהן אין די גמרא (שבת קי''ח) אז רבי יוסי האט געזאגט יהא חלקי ממכניסי שבת בטבריא וממוציאי שבת בצפורי. דארט איז בסך הכל צפורי אויף א בארג, און טבריה אין א טאל און אפי' די צוויי זענען אין די זעלבע טיים זאון האבן חז"ל פארשטאנען אז ביידע דארפן האלטען זייער אייגענע זמנים.
ב) אין די גמרא זעהן מיר אז המהלך במדבר ולא ידע מתי הוא שבת מונה ו' ימים מיום שטעה ומקדש שביעי ומברך בו ברכת היום ומבדיל במוצאי שבת. פון דעם זעהן מיר קלאר אז שבת איז געגעבן געווארן פאר יעדן איינעם באזונדער.
ג) מיר זעהן אין די גמרא אז עובד כוכבים ששבת חייב מיתה, און די גמרא שטעלט קלאר דארט אז דאס איז נישט נאר אויב ער היט דעם זיבעטען טאג. נאר אפי' אויב טוט ער נישט א מלאכה מאנטאג לשם שבת, איז ער אויך חייב מיתה.
ד) צום לעצט שרייבט דער רדב"ז אז שבת איז דאך ניתנה במרה, און אין מרה האט מען געהאלטען שבת לויט די זייגער פון מרה און נישט לויט די זייגער פון א"י. וואס פון דעם זעהן מיר קלאר אז שבת ווערט יעדע פלאץ לויט זיין זייגער.
דער מהר"ם חגיז אין ספר משנת חכמים (מעלה כ"ג תקמ"ב) שרייבט ממש בדומה צו דאס וואס דער רדב"ז שרייבט, און ער לייגט צו אז דאס איז פשט אין פסוק את "שבתותי" תשמרו. שבתותי איז א לשון רבים אז עס איז טאקע דא מער ווי איין שבת, און יעדער דארף האלטן זיין שבת. און ער שרייבט דארט אז דער אויבערשטער איז שובת עם כל קהלה וקהלה מישראל כפי הזמן והשעה הראויה לקבל שבת כפי סיבוב השמש ומדריגתו באותו מחוז ואיקלים.
דער חיד"א אין פני דוד אנהויב פרשת ויקהל טייטשט מיט דעם די פסוק שבת יהיה לכם, אז די תורה זאגט קלאר אז יעדער האט זיין אייגענעם שבת. דער שואל ומשיב (מהודרא רביעאה סימן קנ"ד) טייטש מיט דעם רדב"ז אויס דאס וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען שבת ביים דאווענען די לשון "עם מקדשי שביעי" אז עס קומט אויס אמאל ווען מען האלט שבת ווען בשעת מעשה איז באמת נישט שבת. אבער עכ"ז איז עם מקדשי שביעי, ווייל יעדער האלט זיין שבת.
תיקון חצות.
די שאלה מיט וועלכע זייגער מען גייט איז נישט נאר נוגע שבת ויו"ט, נאר יעדע מאל זאך וואס גייט מיט א זמן איז אויך תלוי אין דעם לדוגמה, תיקון חצות. ווען איז דא די אלע מעלות וואס שטייט אין זוהר וועגן תיקון חצות?
שיטת רבי יעקב עמדין והרמ"ק.
רבי יעקב עמדין אין מור וקציעה אינעם ערשטען סימן שרייבט טאקע אז די גאנצע ענין פון תיקון חצות איז נאר אין א"י. אודאי איז אויך דא אן ענין פאר תיקון חצות אין חו"ל, אבער דאס איז נאר אלץ חיוב פון דרישת ציון, אבער די עיקר תיקון חצות איז נאר אין א"י. און אזוי אויך שרייבט ער אין מור וקציעה סימן שד"מ לגבי שבת, אז די שבת האמיתי איז אין א"י און לויט די זמני א"י. און ער גייט מיט שיטת הרמב"ן וואס די רמב"ן איז מבאר כמה פעמים אז די עיקר תורה ומצוות איז געגעבן געווארן צו היטען אין א"י.
דאס איז זיכער אז אפי' רבי יעקב עמדין וועט מודה זיין צום רדב"ז אז יעדער דארף היטען שבת לויט זיין זמן, נאר שבת אין הימעל איז לויט שבת אין א"י.
אזוי אויך שרייבט דער רבי ר' יונתן אין יערות דבש חלק א' דרוש ט"ו אז חצות האמיתי איז חצות ארץ ישראל. און ער איז מיט דעם מבאר דאס וואס משה רבינו האט געזאגט "כחצות" און נישט בחצות, ווי רש"י הק' איז מסביר אז שמא יטעו אצטגניני פרעה ויאמרו משה בדאי הוא אבל הקב"ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות. שרייבט רבי יונתן אז באמת איז מכות בכורות טאקע נישט געווען בחצות מצרים, נאר בחצות ארץ ישראל וואס איז עטליכע מינוטען אפגעריקט. און משה רבינו האט דאס געוויסט. דערפאר האט ער געזאגט כחצות און נישט בחצות.
די אמת איז אז די יסוד פון רבי יעקב עמדין ודעימיה שטייט שוין פון רמ"ק זי"ע אין ספר שיעור קומה (ערךזמן) ער איז דארט מאריך איבער דעם וואס די וואס וואוינען בחוצה לארץ זענען עובדי עבודה זרה בטהרה, און אז די עיקר זמן איז די זמן ארץ ישראל. (ועיין בחסד לאברהם מעין ג' נהר ח' מה שהאריך לפרש בזה)
(לאור דעם רמ"ק איז געווען לי העני נראה אז ס'איז עכ"פ דא אן ענין נישט צו טוהן קיין מלאכות בחוץ לארץ מעת שקיעת החמה בארץ ישראל. ווייל דארט איז די עיקר קדושת השבת. ושוב מצאתי בשלחן הטהור קאמרנא דכן נהג כל ימיו, וכתב דהנזהר מזה לא יראה פני גהינם!)
דער בן איש חי אין רב פעלים (דרוש סוד ישרים סימן ו') ברענגט אראפ דעם רמ"ק און נאכן בעטן מחילה טויזענט מאל רייסט ער אים געפערליך אראפ און ער פרעגט אויף אויף אים פולע קושיות. אבער אזוי ווי זיין גאנצע תשובה איז על דרך הנסתר. האב איך נישט די מינדערסטע השגה וואס ער שרייבט דארט.
שיטת התניא.
פון די אנדערע זייט אין שלחן ערוך הגר"ז סימן א' סיעף ח' שרייבט ער אז חצות גייט יא אין יעדע פלאץ לויט ווען עס איז חצות דארט. איי פרעגט ער ווען איז חצות אין הימעל אויף וואס די זהר איז אזוי מאריך אין די סגולת דערפון. אויף דעם זאגט ער אז אין הימעל איז דאך אלעס למעלה מן הזמן סיי ווי, זמן איז דאך נאר א בריאה. נו אויב אזוי איז די הארה פון חצות אין יעדן פלאץ ווען דארט איז חצות.
רעיון נפלא מהפרשת דרכים.
אין פרשת דרכים דרוש כ"ג ברענגט ער פון א געוויסע גדול אז דאס וואס שטייט אין זהר הק' פרשת קרח לא זזה שכינה מישראל, בכל שבתות וימים טובים, ואפילו בשבתות דחול. גייט ארויף אויף דעם וואס אין הימעל האלט מען טאקע שבת לויט די זמן ארץ ישראל, אבער עכ"ז איז לא זזה שכינה מישראל אפילו בשבת של חול.