א כראנאלאגישע איבערבליק פון די פטירה פונעם בעש"ט הקדוש
פריצייטיגע סימנים פון די פטירה
די ערשטע מאל וואס די בעש"ט הק' האט געלאזט פאלן ווערטער איבער זיין פטירה איז געווען סוכות שנת תק"ך, ווען וואו יאר יערליך זענען די תלמידים פונעם בעש"ט הק' געקומען צו פארן אויף די ימים נוראים קיין מעזיבוזש, צו פראווענען דעם געהויבענעם חודש תשרי ביי זייער גרויסן רבי'ן דעם הייליגן בעש"ט זי"ע.
דורך אויס די ימים נוראים האט זיך נישט אנגעזעהן עפעס אויסער געווענדליך און סיי ראש השנה און סיי יום הקדוש זענען אריבער, ווען די תלמידים האבן גארנישט געוויסט וויפול זיי דארפן איינרייסן, און וואס עס ווארט זיי אפ דעם קומעדיגן יאר.
אזוי איז אויך אריבער די ערשטע טעג און חול המועד סוכות, אבער צום שאק פון די תלמידים האט זיך די בעש"ט הק' פלוצלינג אויס געדרייט נאכן דאווענען הושענה רבה. און זיך אנגערופן צו די תלמידים אז ער גייט נסתלק ווערן די יאר.
דער בעש"ט האט דערביי געגעבן סימנים פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיי וועלן קענען טרעפן זייער ריכטיגער רבי, זאגענדיג אז זיי זאלן אן פרעגן דעם צדיק וואס זיי פארן צו א עצה ווי אזוי מ'קען זיך ארויסדרייען פון די 2 שלעכטע מידות גאוה און פניות, און אויב דער צדיק וועט זיי געבן דערויף א גוטע עצה, דאן איז דאס א באווייז אז ער איז נישט קיין פאסיגער רבי. וויבאלד אז אויף די 2 מידות איז נישט פארהאן קיין שום עצות נאר מ'דארף מען מלחמה האלטן א גאנץ לעבן ביז די לעצטע מינוט. (וואו מ'האט טאקע געהערט אין די לעצטע מינוטן פונעם בעש"ט הק' {ווי געשריבן שפעטער ביי די לעצטע ווערטער פונעם בעש"ט הק'} וואו ער מורמלט זיך אינטער די פסוק אין תהילים אל תבואני רגל גאוה.)אבער אויב ער וועט וועט דער צדיק ענטפערן אז דער אויבערשטער וועט ענק שוין העלפן, דעמאלס איז עס א באווייז אז ער איז דער ריכטיגער רבי, און צו אים זאלן ענק זיך באהעפטן.
דורך אויס דעם גאנצן ווינטער איז די בעש"ט הק' געהעריג אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש, און די תלמידים האבן געדאווענט און געהאפט אז די גזירה וועט בטל ווערן.
שביעי של פסח
אויף יו"ט פסח זענען געקומען צו פארן א גרופע תלמידים, צווישן זיי איז געווען הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע, וועלעכע זענען געקומען מיט האלטן דעם יו"ט פסח ביי זייער הייליגן רבי'ן.
ערב שביעי של פסח האט זיך ר' פנחס'ל פלוצלינג אנגעהויבן שפירן זייער שוואך, און ער האט אפגעמאכט נישט צו גיין אין מקוה לכבוד יו"ט, נאכדעם וואס אין זיין מצב זייענדיג זייער אפגעשוואכט איז גיין אין מקוה אין טייך געווען פארבינדן מיט סכנת נפשות, צוליב די גרויסע פרעסטן וואס איז געווען דעמאלס געווען אין שטאט.
יו"ט צופרי ווען הרה"ק ר' פינחס'ל קאריצער זי"ע האט געהאלטן אינמיטן דאווענען, האט ער פלוצלינג געהערט אויסרופן אויבן אין הימל אז דער בעש"ט הק' גייט אוועק גענומען ווערן פון דער וועלט. ער האט גלייך אנגעהויבן איינצורייסן מיט תפילות ותחנונים, אבער עס האט ליידער גארנישט געהאלפן, און זיינע תפילות און געבעטן זענען נישט אנגענומען געווארן. ר' פנחס'ל קאריצער איז געווארן זייער שטארק צובראכן דערפון, זאגענדיג אז ווען ער וואלט ווען געגאנגען א טאג בעפאר, וואלט ער שוין דעמאלס פאראויס געזעהן די גזירה, און דעמאלס וואלט ער עס נאך געקענט מבטל זיין.
נאכ'ן דאווענען האט אים דער בעש"ט וועלכער האט דאס אלעס צוגעזען געפרעגט ר' פנחס'ל קאריצער, צי ער איז געגאנגען אין מקוה, האט אים ר' פנחס'ל קאריצער געענטפערט אז ניין. האט איהם דער בעש"ט געענטפערט אז די גזירה איז שוין פארטיג און מ'קען שוין גארנישט טון מער, און ר' פנחס'ל קאריצער איז שוין פארבליבן אין מעזיבוזש ביז צו די פטירה פונעם בעש"ט.
שפעטער איז אריין צום בעש"ט זיין באליבטער תלמיד הרה"ק ר' דוד פורקעס זי"ע, און ער האט געפרעגט דעם בעש"ט אויב ער קען זיי געבן א וועג וואו אזוי מ'קען מבטל זיין די גזירה, האט איהם די בעש"ט געענטפערט גלייב מיר, אלע וועגן און אלע טויערן זענען פארשפארט, די איינציגסטע וועג וואס איז פארבליבן וואס די מקטריגים קענען נאכנישט די וועג איז מיט פארציילן סיפורי צדיקים.
ימי הספירה
צווישן די טעג פון פסח און שבועות האט דער בעש"ט באקומען די מחלה פון שלשול אויף א שטארקע פארנעם, וואס האט אים גורם געווען א שטארקע שוואכקייט, אבער מיט דעם אלעמען האט ער זיך געשטארקט און גארנישט געזאגט פאר זיינע תלמידים.
די תלמידים וואס די בעש"ט האט געוואוסט אז זיי וועלן צופיל איינרייסן ביים דאווענען, האט ער אהיימגעשיקט אז זיי זאלן נישט זיין אין מעזיבוזש אויף יו"ט שבועות.
עטליכע טעג פאר שבועות האט די בעש"ט אריינגערופן זיין באליבטן תלמיד הרה"ק ר' לייב קעסלער זי"ע, און אים געלאזט וויסן אז דער זמן פון זיין פטירה איז גאר נאנט. ר' לייב איז זייער דערשראקן געווארן, און ער האט אויסגעשריגן מיט א קול געשטיקט פון טרערן רבי איך געב אוועק מיין לעבן פאר'ן רבי'ן מיין קאפ אנשטאט דעם רבינ'ס. דער בעש"ט האט עס אבער אוועקגעמאכט, זאגענדיג מ'האט מיר שוין סיי ווי אוועקגענומען אלע הויכע מדריגות, און פון אזא לעבן האב איך גארנישט און ס'איז נישט אינטערעסאנט איינצורייסן.
אין ספר "אמרי פנחס" ווערט אראפ געברענגט אז הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער ז"ל האט דערציילט, אז שבת קודש פאר שבועות (דער לעצטער שבת פונעם בעש"ט אויף די וועלט) האט זיך דער בעש"ט אנגערופן אויב וועט משיח נישט קומען אין די קומענדיגע 60 יאר, (ס'איז פאראן עטליכע גרסאות אין דעם מספר) וועט ער נאכאמאל מוזן אראפקומען אויף די וועלט, און ר' פנחס'ל האט צוגעגעבן דערצו ווער ווייסט וואו דער בעש"ט וועט אראפקומען דאס קומענדיגע מאל.
ווי א טאג שפעטער, איז דער הייליגער בעש"ט שוואכער און שוואכער געווארן, זיין קול איז געווארן שטילער און שטילער, אבער מיט דעם אלעם האט ער ווייטער געדינט דעם בורא אזוי ווי זיין גאנץ לעבן און ער האט ניטאמאל געוואלט זיך אריינלייגן אין בעט. ביז ווען ער איז געווארן גאר גאר שוואך אויף אזוי ווייט אז די בעש"ט האט שוין נישט געהאט קיין כח אריינצורופן צו זיך דעם גבאי, הערשט דאן האט זיך די בעש"ט אריין געלייגט אין בעט.
זייענדיג אזוי אפגעשוואכט אז ער האט נישט געקענט רופן דעם משמש, האט מען געמאכט א פאטענט און מ'האט געלייגט א בענדל נעבן די בעש"ט'ס קראנקן בעט וואס די בענדל איז געווען צוגעבינדן צו א גלעקל. און ווען דער בעש"ט האט געוואלט רופן דעם משמש האט ער געצויגן דעם בענדל, וואס די בענדל האט געקלינגען דעם גלעקל, און פון דעם קול פונעם גלעקל האט די משמש געוויסט אז די בעש"ט וויל עפעס.
דורך אויס די צייט האט מען געהערט פאלן ווערטער פון בעש"ט, ערקלערנדיג דעם טעם פארוואס ער גייט שוין אוועק פון די וועלט, (דער בעש"ט איז אוועק פון די וועלט זייענדיג אינגאנצן אלט 62 יאר, לויט ווי עס איז באקאנט איז ער געבוירן שנת נח"ת לפ"ק) זאגענדיג אז אזוי ווי רוב גדולי ישראל אין יענע צייט זענען אפגענארט געווארן פון דעם פאלשן משיח ש"ץ וכת דילי' ימ"ש, און זיי זענען אפגעפירט געווארן אינגאנצן פון אידישן וועג, עד כדי כך און זיי רעדן ר"ל אויף די תורה שבע"פ, און אזוי איז ער געבליבן דער איינציגער קעמפער וועלכער שלאגט זיך קעגן זיי, אויף אזוי ווייט אז עס האט ל"ע אז מיין הארץ איז דורכגעלעכערט געווארן מיט 2 לעכער. און צוליב דעם האבן זיך די מקטריגים און די כח הטומאה פארלייגט אויף מיר. דעריבער מוז איך שוין נפטר ווערן פון די וועלט.
ערב שבועות
לכבוד יו"ט שבועות זמן מתן תורתינו זענען געקומען צו פארן א גרויסע עולם נישט וויסענדיג אז דאס איז די לעצטע יו"ט פון הייליגן בעש"ט עלי אדמות, און אז גאר בעצם יו"ט וועט די בעש"ט פארלאזן דעם עולם השפל. די תלמידים האבן געוויסט אז די מצב ביי די בעש"ט איז זייער נישט גוט און האבן זיך געדרייט נעבן ביתו נאוה קודש פון בעש"ט האפנ'דיג אויפן בעסטן אבער מיט זארג און שרעק.
פלוצלינג האט דער בעש"ט וואס איז געלעגן אין זיין שטוב מיט צוגעמאכט אויגן נישט האבענדיג קיין כח אפילו צו עפענען זיינע אויגן, זיך אנגערופן צו זיין געטרייער תלמיד הרה"ק ר' דוד פורקעס זי"ע, ווען א לייכטער שמייכעל שיינט פון זיין געזיכט, גיי זעה אז מ'זאל זיך אנגרייטען צום הייליגען יו"ט מיט שמחה און פרייד.
ר' דוד איז גלייך ארויס צו די פארזאמלטע וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, און זיי איבער געגעבן די ווערטער וואס די בעש"ט האט איהם נארוואס געזאגט. "אז מ'זאל זיך גיין צוגרייטן צום הייליגן יו"ט מיט שמחה און פרייד" און וואו פארשטייט זיך איז די עולם זיך צוגאנגען זיך אנצוגרייטן צום יו"ט, מיט שמחה אבער די וואלקן פון זארג איז געבליבן שוועבן איבער די הימלען פון מעזיבוזש.
שבועות ביינאכט
אויב איז מען נישט געווען גענוג אנגעצויגן ביי מעריב אז די בעש"ט איז נישט אריין קומען צו מעריב, און אז אפילו ביי די פריוואטע מנין פונעם בעש"ט האט זיך דער בעש"ט זיך נישט אויפגעשטעלט זייענדיג אזוי שטארק אפגעשוואכט. איז די אנגעצויגנקייט נאר ארויף ווען נאכן דאווענען האט מען געמאלדן אז מ'וועט נישט קענען אריין גיין זאגן א גוט יו"ט פארן בעש"ט, וואס איז נישט געווען די נארמע.
אינמיטן תיקון ליל שבועות האט האט זיך דער טיר פלוצלינג געעפענט, און ביים שוועל האט זיך אנגעזעהן דער תלמיד הרה"ק ר' דוד פורקעס זי"ע. וואס האט אויסגעריפן אז ווער עס קען דעם לאנגן ניגון פון הרה"ק ר"ר מיכל'ע מזלאטשוב זי"ע זאל אריינקומען אינעם רבינ'ס צימער, וויבאלד די רבי וויל יעצט הערן דעם ניגון. ווי פארשטענדליך איז די צימער פונעם בעש"ט גלייך געווארן איבער געפילט, און עס איז ארויס געהערט געווארן פון דארט דעם ניגון פון ר"ר מיכל'ע, וואס איז געזינגען געווארן מיט א אויסערגעווענליכע התעוררות.
נאכן ענדיגן זינגען האט דער בעש"ט געוויזן פאר ר' דוד פורקעס אז ער וויל איהם עפעס זאגן, ר' דוד האט זיך גלייך צוגעבויגן און די בעש"ט האט זיך אנגערופן צו איהם, אז די ניגון איז מעורר די מידת הרחמנות, און איך בין מבטיח אז ביי יעדע געלעגענהייט ווען מ'וועט זינגען דעם ניגון וועט דאס מעורר זיין צו תשובה. דערנאך האבן די אנוועזענדע פארלאזט די שטוב, זיך צוריקקערנדיג אין ביהמ"ד. דער בעש"ט איז פארבליבן אין שטוב מיט געציילטע תלמידים, פאר וועמען ער האט געזאגט דברי תורה און רזין דאורייתא.
שבועות צופרי
אין די פארטאגס שעה'ן האט דער בעש"ט ארויסגעשיקט א שליחות צו אלע זיינע תלמידים, אז ער פאנגט שוין אן צו גוסס'ן. אבער אז ווען די חבריא איז אנגעקומען צו זייער רבי'ן האבן זיי אים געטראפן אין א געהעריגן געזונט צושטאנד, און מיט א קלארן באוואוסטזיין. דאן האט דער בעש"ט אנגעוויזן פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיין נשמה וועט ארויסגיין פון אים, אנווייזענדיג פון וועלכן אבר די נשמה וועט צוערשט ארויסגיין און וועלעכע דערנאך. נכאדעם האט דער בעש"ט באפוילן אז מ'זאל צוזאמצושטעלן א מנין צו דאווענען תפלת שחרית, און געווינקען אז מ'זאל אים דערלאנגען זיין ספעציעלן סידור, וועלכע איז געווען געשריבן מיט כתב אשורית אויף ריינע פארמעט, זאגענדיג דערביי "אז נאך אביסל וועלן מיר האבן די זכי' צו רעדן מיט'ן באשעפער אליין".
נאכ'ן דאווענען איז יעדער ארויסגעגאנגען פון שטוב, אויסער דער געטרייער תלמיד הרה"ק ר' נחמן האראדענקער זי"ע, וועלכער האט נישט געוואלט ארויסגיין פון שטוב, שפירענדיג אז דער בעש"ט האלט שוין אין זיינע לעצטע שעות, און ערהאט נישט געוואלט איבערלאזן זיין גרויסן רבי'ן אין אזא געהויבענעם זמן פון יציאת נשמה.
שטייענדיג אזוי נעבן זיין רבי'ן בעט, צוקוקענדיג ווי ווי זיין רבי ליגט אזוי קראנק און שוואך אין א בחינה פון ספר תורה שרוי בצער, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין. דער בעש"ט האט אים בארואיגט, זאגענדיג אז היינט איז יו"ט און מ'טאר נישט טרויערן, און גלייב מיר פאר מיר אליין זארג איך מיך נישט, ווייל דאס איז ביי מיר אזוי גלייך ווי איינער וואס גייט ארויס פון איין שטוב און גייט אריין אין א צווייטע שטוב.
דאן איז ר' נחמן ארויס פון די בעש"ט'ס צימער און געגאנגען אין ביהמ"ד, ווי ער האט איינצורייסן מיט תפילות און תחנונים, פרובירנדיג צו מבטל זיין די שווערע גזירה. אבער דער בעש"ט האט אים געשיקט א שליחות, אז די אלע תפילות זענען אומזיסט. און דער בעש"ט האט אויסגעפירט פאר די ארומיגע אז ווען ער וואלט ווען געוואוסט דורך וועלכן היכל איך פלעג אריינגיין, וואלט ער נאך אפשר געקענט עפעס אויפטון.
געציילטע שעה'ן פאר די פטירה פונעם בעש"ט איז אריינגעקומען א פארווארפענע נשמה צום בעש"ט, און זיך געבעטען ביים בעש"ט ער זאל איר מתקן זיין. דער בעש"ט האט איר אבער אנגעשריגען, שוין אכציג יאר וואס דו ביסט אזוי פארוואגלט און דו דרייסט זיך ארום, און ביז היינט האסטו נאך גארנישט געהערט פון מיר? צא רשע!. באלד האט דער בעש"ט אנגעזאגט פאר'ן משמש, אז קיינער זאל נישט שטיין יעצט אינדרויסן ווייל די ארויסגעווארפענע נשמה איז זייער בייז, און ווער ס'וועט אים שטיין אין וועג איז אין א גרויסע געפאר. יעדער איז טאקע באלד אנטלאפן פון דארט אויסער דעם משמש'ס קליינע טאכטער, וואס האט זיך אביסל פארזוימט און איז אביסל געשעדיגט געווארען.
ווען דער משמש איז צוריקגעקומען אין שטוב פונעם בעש"ט, האט ער געהערט ווי דער בעש"ט זאגט "איך בין דיר מוחל די צוויי שעות", באמערקענדיג אז קיינער האט זיך נישט געפונען אין שטוב, האט ער געפרעגט דעם בעש"ט, צו וועמען רעדט דער רבי? האט איהם די בעש"ט צוריק געפרעגט דו זעסט נישט?, דער מלאך המות וועלכער פלעגט שטענדיג אנטלויפן פון מיר, האט איצט באקומען רשות פון אויבן מיך צו שעדיגען, און זיינע אקסלען זענען ברייטער געווארען פון פרייד, און א גרויסע שמחה איז אויסגעשפרייט אויף זיין פנים.
די לעצטע סעודת יום טוב
דערנאך האט דער בעש"ט באפוילען דעם משמש אנצוגרייטען די סעודה לכבוד יו"ט, דער בעש"ט האט באפוילן דעם גבאי אז ער זאל אים אריינברענגען א גרויסע שיסל האניג, און פון גרויס איילעניש האט ער בטעות אריינגעברענגט א קליינע שיסל אנשטאט א גרויסע. ווען דער בעש"ט האט דאס באמערקט האט ער זיך אנגערופען בדרך צחות, שלמה המלך זאגט דאך אין קהלת "אין שלטון ביום המות" א מענטש געוועלטיגט נישט אין דעם טאג וואס ער שטארבט, אויספירנדיג זעהט איר אפילו מיין משמש פאלגט שוין אויך נישט מיין שליחות.
די בעש"ט הק' געזעגענט זיך פון זיין בן יחיד הרה"ק ר' צבי זי"ע
דער זון פון בעש"ט הרה"ק ר' צבי זי"ע, האט נישט געגלייבט אז די מצב ביי זיין טאטע האלט שוין אזוי ערנסט, דעריבער זייענדיג ערשעפט פון די פארגאנגענע נאכט זייענדיג אויף צו זאגן תיקון ליל שבועות, איז ער זיך געגאנגען זיך צולייגן אביסל. און ווען די תלמידים האבן געזען ווי דער בעש"ט גרייט זיך צו פארלאזן די וועלט, זענען זיי אים גלייך געלאפן אויפוועקן.
ר' צבי איז באלד געקומען צו לויפען, און זעענדיג דעם ביטערן מצב האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, שרייענדיג טאטע דו לאזט מיך דא איבער? האט איהם דער בעש"ט געענטפערט, וויסן זאלסטו אז דו האסט א הייליגע נשמה אין דיר, באמת וואלט איך דיר געקענט אראפברענגען א נשמה פון ר' אלעזר ב"ר שמעון, אבער ס'פעלט דיך נישט אויס, ווייל דו האסט גענוג א גרויסע נשמה.
דאן האט איהם דער בעש"ט אנגעפאנגען אויסצולערנען געוויסע סודות, אבער ר' צבי האט געשריגן טאטע כ'האלט נישט מיט, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, אבער דער בעש"ט האט נישט ערקלערט זיינע רייד, זאגענדיג אז ער איז שוין מער נישט בכח דערצו. דאן האט די בעש"ט אויסגעלערנט א געוויסען הייליגן שם, און ווען ר' צבי האט געזאגט אז ער האט מורא אז ער וועט דאס פארגעסן, האט אים דער בעש"ט אויסגעלערנט א סגולה ער זאל דאס נישט פארגעסן.
די לעצטע דיבורים פונעם בעש"ט הקדוש
אין מדרש פנחס ווערט געברענגט אז הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע האט דערציילט אז צוויי שעה פאר די פטירה האט זיך דער בעש"ט אנגערופען, איך ווייס אז איך פארמאג נאך צוויי שעה צום לעבן, אבער כ'גיב דאס אוועק פאר'ן אויבערשטן פאר א מתנה. און ר' פנחס'ל האט אויסגעפירט אט דאס הייסט ריכטיגע מסירות נפש.
אין ספה"ק אגרא דכלה ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט עטליכע מינוט פאר זיין פטירה, אז יעצט פארשטיי איך שוין פאר וואספארא צוועק איך בין געבוירן געווארן.
אין ספה"ק ישמח ישראל ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט פאר זיין פטירה, איך לאז אפ אלע מיינע גרויסע מדריגות איך בין א פשוט'ער איד, און איך וויל נישט וויסן פון גארנישט נאר צו גלייבן אינעם איינציגן באשעפער.
אין ספה"ק שארית ישראל ווערט געברענגט אז די לעצטע תפלה פונעם בעש"ט הק' איז געווען דער פסוק אין תהילים אל תבואני רגל גאוה.
ענדליך צו דעם ווערט געברענגט אז די ראפשיצער רב זי"ע (וואס איז גראדע געבוירן אין יענעם טאג וואס די בעש"ט איז נסתלק געווארן, און צדיקים האבן געזאגט אז עס איז דאן מקוים געווארן די פסוק אין קהלת פון וזרח השמש ובא השמש) האט דערציילט, אז ער האט געהערט זאגן אז מ'האט זיך צוגעבויגן צום בעש"ט בשעת זיין פטירה, און מ'האט געהערט די ווערטער רבוש"ע זיין מיך מציל פון פניות. די ראפשיצער רב פירט אויס אז פון דעם לערנען מיר ווי שווער ס'איז ניצול צו ווערן פון די סארט מחשבות, אז אפילו אזא צדיק ווי די בעש"ט האט פאר די הסתלקות געדארפט בעטן דערויף.
די הסתלקות פונעם בעש"ט הקדוש
דער בעש"ט האט געגעבן א סימן אז ווען די צוויי זייגער'ס פון זיין שטוב וועלן זיך אפשטעלן, דאן איז עס א סימן אז זיין נשמה איז ארויס פון אים. די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום זיין בעט, פרובירענדיג צו פארשטעלן אז די בעש"ט זאל נישט זען די זייגער'ס. אבער דער בעש"ט האט זיי געזאגט אז ער איז זייער רואיג, און נישט דערשראקן פון זיין פטירה.
די בעש"ט האט באפוילן אז מ'זאל אים צודעקן מיט א ווייסען צודעק, און דער הייליגער גוף האט זיך אנגעהויבען צו ווארפן אויף די זעלבע וועג אזוי ווי מ'איז געווען געוואוינט צו זען די בעש"ט זיך ווארפן ביי שטילע שמונה עשרה. נאכן זיך ווארפן פאר א וויילע האט זיך די בעש"ט בארואיגט, און די תלמידים האבן געזען ווי די זייגער'ס האבן זיך אפגעשטעלט, אבער זיי האבן נישט באמערקט קיין שום חילוק אויף די פנים פונעם בעש"ט וואס איז געבליבן די זעלבע קאליר פון פריער. האבן זיי דאן גענומען א פעדער און עס צוגעלייגט צו זיין נאז, און זעענדיג אז ס'פאלט נישט אראפ האבן זיי פארשטאנען אז די הייליגע בעש"ט איז נסתלק געווארן, און ווי דער תלמיד הרה"ק ר' לייב קעסלער זי"ע האט דערציילט האט די בעל שם טוב'ס פנים אויסגעזען ווי א פלאם פייער.
אין ספר שבחי הבעש"ט ווערט געברענגט אז די הייליגע פנים פון בעש"ט האט אויסגעזען ביים פטירה אזוי ווי עס האט אויסגעזעען יעדע פרייטאג צונאכט'ס, און ווי ער איז מסביר דארט אז ערב שב"ק פארנאכט'ס גייט ארויס די וואכענ'דיגע נשמה און די נשמה יתירה קומט דאן אריין, און די זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי די ריכטיגע יציאת נשמה, ווען די נשמה פונעם בעש"ט הק' האט זיך צוריקגעקערט תחת כנפי השכינה.
די טעם פארוואס די בעש"ט הק' איז אוועק אום שבועות
אין אסאך ספרים הקדושים געפינען מיר אז דער יארצייט פונעם בעש"ט האט א גרויסן צוזאמענהאנג מיט'ן יו"ט שבועות, און איז נישט פערצופאל אויסגעפאלן אין דעם טאג.
אין ספה"ק עטרת ישועה אויף שבועות ווערט געברענגט, אז אינעם יו"ט שבועות קומט אראפ די נשמה פון משיח בן יוסף און משיח בן דוד, און די גימטריא פון רבי ישראל בעל שם טוב באטרעפט די זעלבע צאל ווי משיח בן יוסף און משיח בן דוד.
אין ספה"ק זוהר חי פרשת וישלח ווערט געברענגט אז דער שורש נשמה פון דעם בעש"ט שטאמט פון די נשמה פון דוד המלך ע"ה, וועלכער איז אויך נפטר געווארן שבועות.
ספיקא דהילולא
ס'איז באקאנט אז מ'ווייסט נישט גענוי ווען עס איז די יארצייט פונעם בעש"ט, וויבאלד עס איז פארהאן ספרים וואס צייכענען צו דעם ערשטן טאג יו"ט אלס די יארצייט, און ברענגען באווייזן דערויף. אבער דאקעגן איז דא ספרים וואס האבן פארקערטע באווייזן אז דער בעש"ט איז גאר נפטר געווארן דעם צווייטן טאג שבועות.
אין ספר שבחי הבעש"ט וואס איז געדרוקט געווארן בערך 55 יאר נאך די פטירה פונעם בעל שם טוב, און איז פון די ערשטע קראנטע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען מיט באשרייבונגען איבערן בעש"ט, ווערט געברענגט אז די יארצייט פונעם בעש"ט איז אין ערשטן טאג שבועות. און א באווייז דערצו איז לויט ווי מ'זאגט נאך איז די פטירה פונעם בעש"ט אויסגעפאלן אין א מיטוואך, און ווי מ'פלעגט זאגן די מליצה, אז מיטוואך איז געווען דער טאג וואס ביי ששת ימי בראשית איז עס געווען יום שנתלו בו המאורות, ווען מ'האט אוועקגענומען די ליכט פון די וועלט מיט די פטירה פון בעש"ט. און לויט די חשבון קומט אויס אז יענעם יאר תק"כ איז דער ערשטער טאג שבועות אויסגעפאלן אין א מיטוואך, איז דאס דינט אלס א באווייז אז די בעש"ט איז נפטר געווארן מיטוואך דעם ערשטן טאג שבועות.
אין ספה"ק היכל הברכה ווערט אראפ געברענגט מאמרים וועלכע דער בעש"ט האט געזאגט קורץ פאר זיין פטירה. ווי הרה"ק ר' אייזיק מקאמארנא זי"ע צייכנט דארט אן, ביום "ראשון" של חג השבועות קודם התפלה שנת שכר (תק"כ), זעט אויס פון זיינע דיבורים אז די פטירה איז געווען דעם ערשטן טאג שבועות.
פון די צווייטע זייט ווערט געברענגט אין ספר הילולא דצדיקיא, אז די יארצייט איז דעם צווייטן טאג שבועות, און ער ברענגט צו א באווייז, אז די הלכה איז אז דעם ערשטן טאג יו"ט איז נישט ערלויבט פאר אידן זיך צו באשעפטיגן מיט א נפטר נאר מ'דארף זיך באנוצן מיט גוים, דעריבער איז שווער צו זאגן אז די פטירה פון די הייליגע בעש"ט איז געווען דעם ערשטן טאג יו"ט, און פרעמדע גוים האבן זיך באשעפטיגט מיט אזא הייליגן גוף. דעריבער איז ליבערשט צו זאגן אז די בעש"ט איז אוועק דעם צווייטן טאג יו"ט ווען אידן מעגן זיך באשעפטיגן מיט א בר מינן ר"ל.
אין ספר דרכי חיים ושלום ווערט אראפ געברענגט אז דער מונקאטשער רב הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע, פלעגט זאגן אז ער האט מקובל פון זיינע עלטערן אז די פטירה פונעם בעש"ט איז געווען דעם ערשטן טאג יו"ט, הגם מיר האבן נישט קיין באגריף ווי הייליג דער בעש"ט איז געווען. אבער מיט דעם אלעמען איז זיכער אז מ'האט זיך געפירט לויט די בפירוש'ע הלכה אין שולחן ערוך, און זיכער האבן זיך די הייליגע תלמידים באנוצט מיט גוים צו די קבורה פונעם בעש"ט, און דאס וואס מ'זאגט נאך אז די יארצייט איז דעם צווייטן טאג איז א וועלט'ס טעות.
אויך איז געפונען געווארן דער סידור פונעם בעש"ט וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זי"ע א זון פון הרה"ק בעל תולדות יעקב יוסף זי"ע, וועלכער האט געשריבן דעם סידור פאר'ן בעש"ט אבער די סידור איז ערשט פארטיג געווארן נאך די פטירה פונעם בעש"ט הק', און אויפ'ן דעקל פונעם סידור געפינט זיך די פאלגענדע שורות, "מורי מהר"י ב"ש זלה"ה שבעוה"ר נפטר יום א' דשבועות שהוא יום ד' שנת תק"כ".
עס איז מערקווירדיג צו צוברענגען וואס מ'זאגט נאך אין נאמען פון הסבא קדישא מרוזין זי"ע, אז די ערשטע יאר נאכדעם וואס דער בעש"ט איז נפטר געווארן, האבן די תלמידים זיך צוזאם געזעצט איבער צו שמועסן ווען פונקטליך ס'געפאלט די יארצייט, האבן זיי באשלאסן אז דאס איז א די בחינה פון "ולא ידע איש את קבורתו", אז מ'זאל נישט וויסן ווען גענוי די יארצייט איז.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו