בלאט 1 פון 1

איי, וואס איז געשען מיט וויליאמסבורג ירושלים דאמעריטשקע?

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 3:06 pm
דורך שמויגער טויגער
(גענומען פון אייוועלט ווילאנג עס ווערט נישט געמעקט)
נייגעריג צו הערן פון דעם עולם דא איבער די נושא,
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p5147168

אוי לי יאמר , אוי לי לא יאמר,
געקלערט יא שרייבן? נישט שרייבן? אבער שטיל זיין קען מען נישט, במקום שאין איש,
פון איין זייט זעט דאך יעדער אז דער באקאנטער ניק בה"א הידועה פון וויליאמסבורג, וואס שרייבט טאג און נאכט פון וויליאמסבורג, אפדעיט אונז אין אלע וויליאמסבורג אשכולות טאג און נאכט,
סא מה כולו רעש, לאז געמאכט, ווי נישט ווי אטעמט ער וויליאמסבורג פאר אקסיזשען, ער נעמט פערזענליך אז א שטאט בויעט זיך מיט וויליאמסבורגע משפחות ,נאכדערצו נישט קיין סאטמאר'ע..,
אבער למעשה איז געווארן א שקלא וטריא, געמעקט איז עס נישט געווארן, און דער עולם שטומט נאך צו מיט די שלעכטיקייט,;

אווי מען זאגט דאך אזוי ווי עס גויעשעט זיך אזוי להבדיל אידישט זיך,
דאס אז ניו יארק סיטי איז די הויפט שטאט פון סדום איז דאך נישט קיין סוד, זעט ליידער אויס אז עס כאפט זיך אריבער צו די אידן להבדיל אין ניו יארק סיטי,

דאס איז איז נישט די ערשטע מאל די לעצטע פאר חדשים דא אין דעם וויליאמסבורג אשכול, ווי פשוט און פראסט עס ווערט פראקלאמירט שלעכטיקייט, אנגעהויבן ווען מען האט אוועקגעשלעפט טרעילערס פון געשעפטן , מיט שווערע פיינס, איז געווען עטליכע בלעטער מיט אידן וואס האבן זיל געפריידט מיט אנדערע אידנס צרות, און נאך געשריבן אז סאיז א מצוה יענעם צו באשטראפן , און נאך עטליכע אזאנע עפיזאדען די לעצטע פאר חדשים, סאיז נישט קיין מצוה צו מקטרג זיין, אבער אויפן שפיץ גאפעל,
תסמרה שערות אנוש ווי ווייט אידן קענען זיך דערקיילען אן קיין בושה!

יעצט לאמיר גיין צו די אנדערע זייט מטבע די שיינקייט די פאן טרעגער פון שטאט וויליאמסבורג פון עמוד החסד,
סאיז נישט קיין סוד אז Mikavh Usa און נאך 10 אנדערע מקוה ארגענעזאציעס וואס בויען מקוואות אין ידעע פארשטיפטע דערפעל, זיי מאכן א ריזיגע פארצענט פון זייער געלט פון וויליאמסבורג! קענסט דאס פרעגן יעדע מקוה עסקן!
אשריך וויליאמסבורג אשריך !!!!

איז ווי מאדנע עס שיינט קומט א מקוה פון היימישע טויזענטער חסידישע אידן גייען עס נוצן, היפש מער ווי איין פארצענט פון דארט קומען פון וויליאמסבורג,
אויף מיין גאס אליינס האבן 3 משפחות געמופט פון וויליאמסבורג קיין סטעטען איילענד, טאקע קיין איין איינס נישט סאטמאר'ע, שטייט ערגעץ אז די אלע ארגענעזאציעס אדער מוסדות וואס מאכן דינערס האבן עפעס מיט וויליאמסבורג, אגב דאגב וואינען גאר אסאך סאטמאר'ע משפחות אין סטעטען איילענד, עטליכע סאטמאר'ע באסעס פארן יעדן טאג פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק ,
איז רבותי , ממש איר האט מורא אז וויליאמסבורג וועט זיך שפארן? ווי מיינסטו גייען אייערע קינדער און אייניקלעך וואינען? די אלע נייע שטעט בויעט מען פאר אייך,
א מקוה וואס טויזענטער חסידישע אידן גייען נוצן ביזן משיח'ס טאג , נישט ווי פארשטיפטע מקוואות וואס גייען אפשר איין איד א חודש אדער ניטאמאל; דארט איז גאר די שיינקייט פון וויליאמסבורג די עמוד החסד צו שיסן געלט, פאר ווער ווייסט וועלכע אידן מען רעדט, איך גיי נישט דא יענעם אראפברענגען , ארויסצוברענגען די וויכטיגקייט פון א מקוה פאר הונדערטע סאטמאר'ע אידן,

אבער איי איי וויליאמסבורג, טייערע אידן אין וויליאמסבורג וואס איז מיט אייך געשען ?

נישט אומזיסט האט סאטמאר'ע רב זי"ע, 50 יאר צוריק געבויעט א שטאט אינדרויסן פון שטאט , ער האט געהאט א ווייטן בליק אז מען וועט נישט קענען וואינען מער אין וויליאמסבורג, און מען וועט נשפע ווערן פון די מקום ,
וואס איז געשען מיט ירושלים דאמעריטשעקע? אז מען פארשרייט ווער עס בויעט א מקוה פאר וויליאמסבורגע אידן? דאס איז ווי וויליאמסבורג איז אנגעקומען?

עס קען זיין מעט עס מעקען,
פארפשפארן מיין ניק,
אויסשפארן פון נייעס,

אבער פארט מיז עס געזאגט ווערן ,

Re: איי וואס איז געשען מיט וויליאמסבורג ירושלים דאמעריטשעקע, דרינגט אריין ליבערעליזים?

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:48 pm
דורך מיילעך פריילעך
ממילא?

Re: איי וואס איז געשען מיט וויליאמסבורג ירושלים דאמעריטשעקע, דרינגט אריין ליבערעליזים?

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 12:59 am
דורך יעקל דער געשמאקער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:48 pm ממילא?
ס'ליידער א שווערע התדרדרות.

מען קאן שפעקולירן צי עס האט נישט א דירעקטער פארבינדונג מיט דעם וואס כלל ישראל (ובפרט אנ"ש וומ"ס) זענען אין די לעצטערע יארן געווארן גאר אריינגעטוהן אין די גואיש'ע פאליטיק אזש ביזן מאכן העדליינס ביי די טראמפ ראלי אין די בראנק'ס.

ודו"ק, ווער ס'פארשטייט - פארשטייט!!

Re: איי וואס איז געשען מיט וויליאמסבורג ירושלים דאמעריטשעקע, דרינגט אריין ליבערעליזים?

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 1:13 am
דורך פשוט און גראד
יעקל דער געשמאקער האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:59 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:48 pm ממילא?
ס'ליידער א שווערע התדרדרות.

מען קאן שפעקולירן צי עס האט נישט א דירעקטער פארבינדונג מיט דעם וואס כלל ישראל (ובפרט אנ"ש וומ"ס) זענען אין די לעצטערע יארן געווארן גאר אריינגעטוהן אין די גואיש'ע פאליטיק אזש ביזן מאכן העדליינס ביי די טראמפ ראלי אין די בראנק'ס.

ודו"ק, ווער ס'פארשטייט - פארשטייט!!
אדרבה זיי מסביר?

Re: איי וואס איז געשען מיט וויליאמסבורג ירושלים דאמעריטשעקע, דרינגט אריין ליבערעליזים?

געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 8:00 pm
דורך מיילעך פריילעך
מען קען ממש מיינען אז די רעדסט עפעס קאנטראווערשאל אז די האלטס אז מען גייט פארשפארן דיין ניק.

איך זע נישט מה קול הרעש, קען זיין אז די ביסט גערעכט מיט דיין נקודה (וואס איך האב נאכניט זוכה געווען צו פארשטיין) אבער פארוואס האלסטו אז מען זאל דיר מעקן/פארשפארן???