דער נייער אורח
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 1:11 am
טעסטונג טעסטונג, וואָן טא טרי. עהעם. די מייק ארבעט.
מורי ורבותי כעל אנהייבן מיט א שלום עליכם פאר אלע תושבים. איך בין נאך ניי צום טיש דא אבער די קאראדזש צי נעמען די מייק האבעך.
איי עסטו פרעגן, מה פשט ? וואס איז דאס זיך אנקומען ווי אנוירעך און זיך גלייך מאכן היימיש, עפענט טעמעס, כאילו כבין שוין דא יארן ?
וועלעך ענק מסביר זיין מיט א משל. סגעווען אמאל א בחור'ל וואס האט געהייסן תנחום (און אונז גיימער אים ווייטער אזוי רופן), דער תנחום האט זיך איינגעשריבן אין א ריזיגע נעטראלע ישיבה, ער האט זיך געדרייט דארט אפאר יאר, און היבש מצליח געווען. אבער היות סגעווען אזוי סאך חברה דארט, איז זיין מיינונג כמעט נישט געהערט געווארן, און מהאט זיך קוים געקומערט מיט וואס ער האט צי זאגן. און סהאט היבש געבאדערט פאר זיינע עלטערן, היתכן אונזער תכשיט שטארט נישט ארויס צווישן די עולם.
איין טאג איז ער געוואָר געווארן אז סהאט זיך געעפנט א נייע ישיבה מיט כמעט די זעלבע שטייגער, אבער אויף א קלענערע פארנעם. האט ער אנגעהויבן טראכטן פון זיך אריבערציען אהין. למעשה נאך א שטיק צייט, - נאך וואס ער האט געהערט גאר גוטע גריסן פון דארט - האט ער באשלאסן אז ערשט שרייבט ער זיך איין דארט און נאכדער וועט ער זעהן צי ער גייט אהין גיין.
למעשה איז תנחום גאר שנעל אנגענומען געווארן דארט, און 2 וואכן שפעיטער איז ער אריבער צי די נייע ישיבה.
תנחום האט אבער געמאכט א שנעלע חשבון אזוי, אז בעצם איז ער שוין א ישיבה בחור, און ער קען שוין די סיסטעם מער ווייניגער גאר גוט. סוי פארוואס זאל ער - ווען ער קומט אהין צי די נייע ישיבה - זיך האלטן אנפאנג שטיל, און זיין שעמעדיג. אדרבה, ער גייט אריינקומען פאלל פארס, גלייך מיט א פרישקיין, און אויסניצן די מעלות פון די קלענערע ישיבה טא די מעקס.
עד כאן המשל.
און ווי מיינע רבי'ס פלעגן אלס זאגן. און די נמשל פארשטייט יעדער אליינס.
עני וועיס, ווילעך ציקומען אז כאב געטרייט אריינציקומען די מערסטע דיפרענט וואס סאיז שייך, און כאף אז כאב סעקסירט.
און כוועל ענדיגען מיטן אויסלעשן די מייק.