בלאט 1 פון 1

דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:41 pm
דורך העלדיש
א טרער גליטשט זיך אראפ פונעם באקן.

מיין טייערע פריינד, עס איז געווען גאר אייגענעם צו פארברענגען מיט דיר, מיר וועלן זיך שטארק בענקען.

דעמאקראטיע דעמאקראטיע, דו ביסט אלס אזוי גוט געווען צו אונז, דו האסט געמאכט די וועלט פאר א בעסערע און מער פארזיכערטע פלאץ! ווי גליקליך זענען מיר געווען ווי לאנג דו האסט געוועלטיגט איבער אונז, און ווי טרויעריג זענען מיר ווען דו ווערסט אזוי קאלט פארטריבן.

זארג נישט אבער, איך גלייב אז דו וועסט נאך צוריקומען שטערקער און שארפער ווי סיי ווען, און פירן די וועלט אויף גלייכע רעלסן!

יאפ, פארפאלן, די קארופטירטע באאמטע האבן געווינען אין דעם קאמף, מען האט צוגענומען די פרייהייט פון די בירגער.

יעדער ווייסט וואס איך מיין דערמיט. ניו יארק, א פלאץ ווי עס הערשט אנארכיע אויף די גאסן, א פלאץ ווי יעדער קען טון וואס אימער אים שמעקט, אוןו יעדן טאג העכערט זיך די קרימינאלע אקטיוויטעטן ווי אויף הייוון האט באשלאסן אז כדאי צו פארזיכערן אז קיינער איז נישט העכער פון די געזעץ גייט מען אנקלאגן די פאליטישע קעגנער פון זייער באליבטן זיידי ביידען.

פראבלעם: ער האט גארניקט געטון שלעכט.
סעלושאן: מען גייט אים סיי ווי אנקלאגן.

דער וואס האט מיטגעהאלטן די איינצלהייטן פון די קעיס האט געכאפט א שאק. עס איז לעכעריג ווי די בי קיו אי. עס הייבט נישט אן צו שטימען. אבער לאמיר שוין זאגן אז דאס האט שוין יא סיי וועלכע האפט. האב איך א אנדערע קשיא.

יעדן טאג קומען פון ארעסטן אין די גאסן פונעם סיטי און מען ארעסטירט ווילדע פארברעכער. דער האט געשאסן אויף זיינע שונאים און דער האט איבערגעפאלן עפעס א באבע אין די סאבוועי. רוב פון די חברה זענען אינדרויסן די קומענדיגע טאג און קיינער קוקט זיי נישט אן ביז מען ארעסטירט זיי ווידער.

קומט דער פארפוילטער מר. ברעג און גייט אפיר זיכן עפעס א מינערוויכטיגע פארלעצונג וואס האט פאסירט באלד אכט יאר צוריק, און אים גייט מען קייטלען? איז דאס נישט אבסורד? לאמיר דאס איבערזאגן, טראמפ האט נישט קיינעם בעוול'ט, אדער באגנב'ט. אין ערגסטן פאל האט ער נישט ריכטיג געפייעלט זיינע פאפירן. און? אים דארף מען ארעסטירן?

האט איינער א ספק אז דא שפילט פאליטיק? דאס איז א קאמף אקעגן די רעפאליקאנער נאמעניי און דאס איז די גאנצע בילד דא. די דעמאקראטן האבן אנערקענט אז אויב גייט אלעס ווייטער פארן אזוי ווי ביז אהער גייט טראמפ זיין פרעזידענט און זיי האבן זיכער געמאכט אים צו אפשטעלן.

ווען איינער וויל זאגן אז מען טאר נישט פארקוקן אויף פאליטיקאנטן, מיינט דאס נישט אז מען מוז זיך שטעלן אויפן קאפ צו ארעסטירן פאלטיקאנטן. דאס וואס זיי טון איז בלינדע רדופות.

דאס איז די פשוטע מציאות. אן קיין אנאליזן אדער שפעקולאציעס.

אבער טראמפ איז אקעגן דעמאקראטיע. נישט דא ווער ס'זאל וויינען.

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:48 pm
דורך שאינו יודע לשאול
💯

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:52 pm
דורך וואוילער
🎯

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:57 pm
דורך העלדיש
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:52 pm🎯
:roll:

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:57 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:52 pm🎯
:roll:
דעיס מיינט: גענאגעלט!

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:01 pm
דורך דער תהלים איד
יאפס. אזוי שפירט זיך עס.

כאטש איך קען נישט די קעיס, און איך ווייס נישט צו א צווייטער וואלט טאקע נישט געווארן באשולדיגט.

אבער שמעקן שמעקט עס פון דיין קעפל. גוד ביי דעמאקראטיע.

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:42 pm
דורך פייל און בויגן
עגרי.

אבער קענסט עס נישט מדמה זיין צו די קריים אין ניו יארק סיטי, באשווינדלען די רעגירונג איז אלס געווען אסאך א הארבערע קלאגע ווי סיי וואספארא פאברעכענס.

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:30 pm
דורך פופציגער
יאפ. א לעכטיגן ביי, דעמאקראטיע!

ווען איך בין ווען דעמאקראטיע פוץ איך אויך אפ פון אזא פארדארבענעם שטאט. יד פארברעכער על העליונה.

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:35 pm
דורך מיילעך פריילעך
מיר וועלן זיך בענקען צו דיר...

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:18 pm
דורך מסתמא
אסאך מענטשן אין די רעפאבליקאנער פארטיי וואס קוקן אן מאגא, טאקע די ’אולט רייט, צודרייטע מאגא’איסטן’, ווי משוגעים וואס רעדן זיך איין זאכן, כאפן היינט א פעסטן ריעליטי טשעק.

חוץ מזה איז אויך גרויליג - פאר מיר - צו זעהן ווי די אלע גרויסע צדיקים אין די רעפאבליקאנער פארטיי - רייטשעס קאנסערוואטיוון - וואס רייסן אראפ טראמפ אין יעדן געלעגנהייט זענען פלוצלינג דא. האסט מיר געשטאכן און רוקן, יעצט קומסטו מיר גלעטן די וואונדן? פע*!

קעמפ פון דזשארדזשיע און די אלע פון יענע קלאס!

לדוגמה קעמפ רודפ’ט און פייניגט יעדער איינער וואס האט פרובירט צו טוהן זאכן צו פאררעכטן די עלעקשענס, אינדארסירט קעגנער צו יעדן וואס איז מער מאגא ווי ער עפראווט, שלאגט זיך מיט די סטעיט פארטיי און קומט טאקע נישט צו די קאנווענשען דערוועגן, און ביז יעצט דרייט נאך מיטן צינג איבער שטימען פאר טראמפ.

קענסט עס אנקוקן ווי מען קען מיינען, אבער - לדעתי - איז עס אט דאס וואס ערמעגליכט די דעמאקראטן צו זיין סוקסעספול אין פייניגן און רודפן טראמפ וחבריו.

(קרעדיט שמואל וואכנהיים)

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:21 pm
דורך מסתמא
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:42 pm עגרי.

אבער קענסט עס נישט מדמה זיין צו די קריים אין ניו יארק סיטי, באשווינדלען די רעגירונג איז אלס געווען אסאך א הארבערע קלאגע ווי סיי וואספארא פאברעכענס.
באשווינדלען מיט וואס? אז ער האט נישט דערציילט די גאווערנמענט עבירות? סיריעסלי? מהיכי תיתי אז ער דארף?

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:07 pm
דורך פייל און בויגן
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:21 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:42 pm עגרי.

אבער קענסט עס נישט מדמה זיין צו די קריים אין ניו יארק סיטי, באשווינדלען די רעגירונג איז אלס געווען אסאך א הארבערע קלאגע ווי סיי וואספארא פאברעכענס.
באשווינדלען מיט וואס? אז ער האט נישט דערציילט די גאווערנמענט עבירות? סיריעסלי? מהיכי תיתי אז ער דארף?
ער האט געוואשן געלט נישט צו דארפן באצאלן קיין שטייער.

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:13 pm
דורך אנדערער
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:07 pm

כלל נישט געוואשן

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:15 pm
דורך פייל און בויגן
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:13 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:07 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:21 pm

באשווינדלען מיט וואס? אז ער האט נישט דערציילט די גאווערנמענט עבירות? סיריעסלי? מהיכי תיתי אז ער דארף?
ער האט געוואשן געלט נישט צו דארפן באצאלן קיין שטייער.
כלל נישט געוואשן
פארוואס האט ער געגעבן הונדערט דרייסיג טויזענט דאלער פאר מייקעל קאהן?

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:21 pm
דורך אנדערער
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:15 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:13 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:07 pm
ער האט געוואשן געלט נישט צו דארפן באצאלן קיין שטייער.
כלל נישט געוואשן
פארוואס האט ער געגעבן הונדערט דרייסיג טויזענט דאלער פאר מייקעל קאהן?
ווייל ער האט עס געגעבן פאר יענע מכשיפה

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 5:24 am
דורך פעינטיג
אלץ מער איך טראכט אריין וואדא קומט פאר, אלץ מער רינט מיין כעס איבער....
אלעס אונטער א שיינע מאסק פון דעמאקראטיע.

פראם די ריווער טו די סי, אמעריקע איז פרי.

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 10:58 am
דורך דער תהלים איד
פעינטיג האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 5:24 am פראם די ריווער טו די סי, אמעריקע איז פרי.
דאס איז אמת.

די דזשורי איז נישט געזיצן אויפ'ן וואסער...

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 1:44 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:15 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:13 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:07 pm
ער האט געוואשן געלט נישט צו דארפן באצאלן קיין שטייער.
כלל נישט געוואשן
פארוואס האט ער געגעבן הונדערט דרייסיג טויזענט דאלער פאר מייקעל קאהן?
די הויפט קלאגע איז געווען אז ער האט רעפארטעט די געלט אלס פריוואטע הוצאה אנשטאט א קאמפיין אויסגאבע (אדער פארקערט) און פון דעם איז ארויסגעקומען נאך קלאגעס פון פרובירן צו באהאלטן און פארווישן א שטייער פארברעך.

די הויפט קלאגע איז א מיסדעמינער קריים אויף וואס מען הערט כמעט קיינמאל נישט אז איינער זאל ווערן אנגעקלאגט. אבער די פראסעקיוטער האבן געזינגען דעם ניגון אז "וואס א חילוק וואס דער פארברעך איז געווען, אונז פאוקעסן אויף דעם וואס ער האט פרובירט צו באהאלטן דעם פארברעך"...

שכל שכל, אונז וועלן זיך בענקען נאך דיר...

אזוי האב איך עס אפגעלערנט.

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 5:45 pm
דורך ס'קען זיין אז..
Wow ס'איז א @העלדיש ארטיקל!

Re: דעמאקראטיע - גוד ביי

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 6:00 pm
דורך בערל דער פייפער
זייערהקלאר ארויסגעברענגט וואס מען קען אלץ אינטער ברענגן מיט א כשר’ע מאנטל