בלאט 1 פון 1

שֵׁמות

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:40 pm
דורך מירון
בס"ד

אקעי, ס'איז שוין דורך א גוטע חודש (און א האלב) פון ווען מ'האט געטראגן דעם לעצטן סעלטצער באקס צום שֵׁמות טראק. אגב די אינגע חברה ווייסן היינט מער נישט וואס א 'סעלטצער באקס' מיינט. באט אקעי.

ווי יאר יערליך, הייבט זיך ווידער אן אנזאמלן דעם פרישן בארג מיט שֵׁמות פון פליג בלעטלעך, צעטלן פון חדר, טלית קטן'ס וכו'

יעצט אסאך זאכן וואס מענטשן לייגן אין שֵׁמות, ברויך מען עכט נישט לייגן אין שֵׁמות.

קען דא איינער פון די ת"ח אראפלייגן די כללים ווען מ'דארף יא לייגן אין שֵׁמות און ווען נישט און אלע אינדערמיט?

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:41 pm
דורך וואלף
בית הוראה קרית יואל

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:43 pm
דורך מירון
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:41 pm בית הוראה קרית יואל
יישר כח!

קען די תלמידי חכמים אריינגיין אין דיטעלס און טעמי הדבר פארוואס געוויסע דארפן יא און געוויסע נישט?

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:13 pm
דורך וואוילער
@תלמידי חכמים

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:18 pm
דורך וואלף
לעולם יעשה אדם עצמו תלמיד חכם...

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:28 pm
דורך נקודות טובות
רבי משה האט א לאנגע שמועס אין די ענינים אין אגרות משה אורח חיים חלק ד' סימן ל''ט בין הדברים טוט ער אויף גאר א גרויסע חידוש. אזוי אויך אין שו''ת ציץ אליעזר חלק ג' סימן א האט ער אן אריכות אין די ענינים.
און אזוי אויך אין מנחת יצחק חלק א' סימן י''ז-י''ח

ומענין לענין האט רבי משה עטליכע תשובות איבער די נושא וואס @אלטערנעסייד פארקינג האט דא ארויפגעברענגט (ועיין שם מה שהבאתי משר התורה). אין אורח חיים חלק א' סימן ד-ז און אזוי אויך אין חלק ד' סימן ח'.

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:28 pm רבי משה האט א לאנגע שמועס אין די ענינים אין אגרות משה אורח חיים חלק ד' סימן ל''ט בין הדברים טוט ער אויף גאר א גרויסע חידוש. אזוי אויך אין שו''ת ציץ אליעזר חלק ג' סימן א האט ער אן אריכות אין די ענינים.
און אזוי אויך אין מנחת יצחק חלק א' סימן י''ז-י''ח

ומענין לענין האט רבי משה עטליכע תשובות איבער די נושא וואס @אלטערנעסייד פארקינג האט דא ארויפגעברענגט (ועיין שם מה שהבאתי משר התורה). אין אורח חיים חלק א' סימן ד-ז און אזוי אויך אין חלק ד' סימן ח'.
דו גיבסט האום ווארק...

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 1:03 pm
דורך פופציגער
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:28 pm רבי משה האט א לאנגע שמועס אין די ענינים אין אגרות משה אורח חיים חלק ד' סימן ל''ט בין הדברים טוט ער אויף גאר א גרויסע חידוש. אזוי אויך אין שו''ת ציץ אליעזר חלק ג' סימן א האט ער אן אריכות אין די ענינים.
און אזוי אויך אין מנחת יצחק חלק א' סימן י''ז-י''ח

ומענין לענין האט רבי משה עטליכע תשובות איבער די נושא וואס @אלטערנעסייד פארקינג האט דא ארויפגעברענגט (ועיין שם מה שהבאתי משר התורה). אין אורח חיים חלק א' סימן ד-ז און אזוי אויך אין חלק ד' סימן ח'.
אקעי, א גאפל מיט צופיל שפיצן.... דארף מען טון האום ווארק דא

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 1:29 pm
דורך נישט קיין בהלה
איך האב געהערט שוין לאנג א קלא דלא פסיק, אז די אלע שמות היינט קומט אן ליידער אין א לענד פיעלד מיט עפעס א היתר אז מען מאכט אן עקסטערע שיכט פון שמות און אויף דעם און אונטער דעם גארבעזש.

איינער ווייסט מער ווי פונקטליך קומט אן אלע אונזערע שמות?

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 3:28 pm
דורך שמח
נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 1:29 pm איך האב געהערט שוין לאנג א קלא דלא פסיק, אז די אלע שמות היינט קומט אן ליידער אין א לענד פיעלד מיט עפעס א היתר אז מען מאכט אן עקסטערע שיכט פון שמות און אויף דעם און אונטער דעם גארבעזש.

איינער ווייסט מער ווי פונקטליך קומט אן אלע אונזערע שמות?
געב נאר דיינע שמות ביי פארלעסליכע פלעצער, ווען ס'איז דא א גוטע השגחה קענסט זיך פארלאזן אז מ'טוט בעזהשי''ת וואס די הלכה פארלאנגט.

אז דו ווילסט סתם מאכן א שערורי' גאו עהעד...

Re: שֵׁמות

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 3:39 pm
דורך נישט קיין בהלה
ווי טאקע באגראבן די היימישע די שמות?

Re: שֵׁמות

געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 1:14 pm
דורך נישט קיין בהלה
נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:39 pm ווי טאקע באגראבן די היימישע די שמות?
איינער ווייסט? ווייל עס וואלט דאך געדארפט קאסטן שווערע געלטער פאר ריעל עסטעיט פראפערטיס צו אויפהאלטן גאנצעטע שטחים צו באגראבן שמות.

אזוי ווי אין סאטמארע בחורים קעמפ איז דא אין די וואלט ריזיגע שטחים וואס איז דארט באגראבן שמות, אבער שוין יארן יארן וואס מען באגראבט נישט דארט. נו ווי גייט אלע שמות?