בלאט 1 פון 10

'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 10:03 pm
דורך סאטמאר מאנסי
🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"אנשי שלומינו הורי מוסדותינו הקדושים לבשו בגדך תפארתך"

מיט איין טאג פארבליבן גרייטן זיך אנ"ש צום אסיפה גדולה דעם מיטוואך הבעל"ט באולמי וועלי טערעס בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צו פארזיכערן די עתיד פון מוסדותינו הקדושים

דורכאויס די גאר וויכטיגע אסיפה וועלן געהערט ווערן דרשות בנחיצות הענין דורך הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א, דברי ברכה פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און די דברות קודש בחובת השעה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ספעציעלע גורלות פאר די וואס קומען צייטליך, מתנות פאר די תשב"ר

אנשי שלומינו שרייען אויס מיט א שטארקייט מיר וועלן שטיין צו די האנט פון די געטרייע הנהלת מוסדותינו הק' און זיכער מאכן אז די עתיד פון אונזערע הייליגע מוסדות גייט ווייטער אן מיט א פראכט

"כלנו ד' בחוקותי בוועלי טערעס בשעה 8:30"

Re: "להעמידם" קאמפיין סאטמאר(מהר"א) מאנסי

געפאוסט: דינסטאג מאי 28, 2024 11:11 pm
דורך וואוילער
א נייע געדאנק פון גראפיקס!
עכ״פ איך האב נאכנישט געזעהן די סטייל קאלירס.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 9:04 am
דורך סאטמאר מאנסי
🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"היום תאמצינו" היינט נאכט וועלן אנשי שלומינו מחזק זיין און ארויסווייזן שטיצע פאר די געטרייע הנהלת מוסדותינו הק'

"היום תגדלנו" היינט נאכט וועלן אנשי שלומינו פארזיכערן אז די בלי און וואוקס פון מוסדותינו הק' גייט ווייטער אן ביתר שאת

"היום תדרשינו לטובה" די היינט נאכטיגע מעמד וועט לאנג געדענקט ווערן אלץ דער טאג וואס אנשי שלומינו האבן אוועקגעשטעלט מוסדותינו הק' זאל קענען ווייטער אנגיין מיט איר פראכט

"היום תשמע שועתינו" היינט נאכט וועלן אנשי שלומינו דערהערן די געשריי פון די געטרייע הנהלת המוסדות און זיי ארויסהעלפן מיט די עבודת הקודש

"איש בל יעדר" היינט נאכט באולם וועלי טערעס בשעה 8:00 בדיוק בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 12:35 pm
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר פאר מאנסי!!!

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 12:44 pm
דורך נאו לעיבל
וויפיל געלט איז די גאול?

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm
דורך לא ימושו מפיך
כ'מיין זעקס מיליאן

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 1:13 pm
דורך שבת קודש
גייט נישט זיין קיין דינר היי יאר?

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 1:19 pm
דורך סאטמאר מאנסי
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:13 pm גייט נישט זיין קיין דינר היי יאר?
ניין, די היינטיגע אסיפה ערזעצט די יערליכע דינער

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 1:20 pm
דורך סאטמאר מאנסי
🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

סאטמאר אנטשלאסן פאר מאנסי!

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 4:08 pm
דורך שבת קודש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm כ'מיין זעקס מיליאן
דאפעלט וואס מהר''יי אין ק''י מאכט יעצט דארט איז עס 3 מילאן
אויב דארט מאכט מען אזא מצב שטעל מיך שוין פאר וואס פאר א מצב מען גייט דא מאכן

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 5:22 pm
דורך שמח
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:08 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm כ'מיין זעקס מיליאן
דאפעלט וואס מהר''יי אין ק''י מאכט יעצט דארט איז עס 3 מילאן
אויב דארט מאכט מען אזא מצב שטעל מיך שוין פאר וואס פאר א מצב מען גייט דא מאכן
אדער קען מען זאגן אז דארט איז די מצב ארום אויך א ''ציל'' און נישט נאר א ''מיטל'' וד''ל.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 5:41 pm
דורך נאו לעיבל
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:08 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm כ'מיין זעקס מיליאן
דאפעלט וואס מהר''יי אין ק''י מאכט יעצט דארט איז עס 3 מילאן
אויב דארט מאכט מען אזא מצב שטעל מיך שוין פאר וואס פאר א מצב מען גייט דא מאכן
איך גלייב אז קר"י מהר"יי האט נאר געמאכט א קליינע גאול כדאי נאכדעם צו קענען שרייבן מיט קידוש לבנה אותיות אז מען האט געמאכט 2 מיליאן דאלער מער ווי די גאול.

אנדערש מאכט נישט קיין סענס.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 7:13 pm
דורך געמיטליך
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:08 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm כ'מיין זעקס מיליאן
דאפעלט וואס מהר''יי אין ק''י מאכט יעצט דארט איז עס 3 מילאן
אויב דארט מאכט מען אזא מצב שטעל מיך שוין פאר וואס פאר א מצב מען גייט דא מאכן
די מאנסי קאמפיין איז פאר אוועקשטעלן די מוסדות, עס איז פיל מער קאסטבאר ווי בתי מדרשים וכו'.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 7:56 pm
דורך בן מנחם
ביי דע וועי עס גייען זיין יודען וואס גייען געבן געלט פאר ביידע ס'איז א חידוש אבער עס זענען דא אזאלכע יודן

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 8:25 pm
דורך סאטמאר מאנסי
🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

אולמי וועלי טערעס צוגעגרייט אויפצונעמען די הונדערטער אנ"ש ביים וויכטיגן אסיפה למען עתיד מוסדותינו בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 8:29 pm
דורך געמיטליך
וואס איז די חידוש, מענטשן געבן פערזענליך פאר דער וואס בעהט אים,
אין סאטמאר איז דא שווערע טויזענטער מענטשן וואס האבן בלוט קרובים און נאנטע ידידים ביי ביידע רביים.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 8:30 pm
דורך געמיטליך
סאטמאר מאנסי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:25 pm 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

אולמי וועלי טערעס צוגעגרייט אויפצונעמען די הונדערטער אנ"ש ביים וויכטיגן אסיפה למען עתיד מוסדותינו בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מען גרייט צו א אנליין אדער אפליין קאמפיין ?

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 8:32 pm
דורך דער תהלים איד
געמיטליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:30 pm
סאטמאר מאנסי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:25 pm 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

אולמי וועלי טערעס צוגעגרייט אויפצונעמען די הונדערטער אנ"ש ביים וויכטיגן אסיפה למען עתיד מוסדותינו בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מען גרייט צו א אנליין אדער אפליין קאמפיין ?
בערך די זעלבע ווי מהרי"י.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 8:38 pm
דורך געמיטליך
אויך מיט די אפיציעלע רבנישע שטעמפל פון די קהלה ומוסדות ?

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 8:43 pm
דורך דער תהלים איד
געמיטליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:38 pm אויך מיט די אפיציעלע רבנישע שטעמפל פון די קהלה ומוסדות ?
ביי זיי גייט עס נישט מיט שטעמפלס. מ'פרעגט א דעת תורה און מ'טוט וואס מ'ברויך.

אויב איך מעג זאגן בצחות, ווען זיי וואלטן געמאכט סקרינס וואלט נישט געווען קיין מודעה אז ס'איז לצורך סעקיורעטי... כאפסט?

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 8:58 pm
דורך נאו לעיבל
שמואל זאנוויל ווערטהיימער, ישראל שיפף, מיט רפאל פערלמוטער האבן צוזאמען א גאול פון 2 מיליאן דאלער.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 10:30 pm
דורך שמח
געמיטליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:43 pm
געמיטליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:38 pm אויך מיט די אפיציעלע רבנישע שטעמפל פון די קהלה ומוסדות ?
ביי זיי גייט עס נישט מיט שטעמפלס. מ'פרעגט א דעת תורה און מ'טוט וואס מ'ברויך.
די פראנט קעגן אינטערנעט איז היבש וואקעלדיג ווען עס קומט צו קאלעקטן דורכן אינטערנעט פאר צדקה ארג., טייל גרויסע ארגענעזאציעס באניצן זיך דערמיט אפילו אויף אופנים ווען עס איז קלאר גובל מיט איסורים, און איז נגד דעת הרבנים שליט"א,
ווען א אפיציעלער מוסד בנשיאות רבנים מפורסמים קומען אין פובליק זיך באניצן מיט אזא פלאטפארמע איז נישט מער ווי נארמאל צו אנאנסירן אז דאס איז באגלייט מיט די הדרכה פון די רבנים שליט"א.
אויב האסטו נאך קשיות ליין איבער ''טועמיה'' אפשר ווערט עס פארענטפערט דארט...

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:21 am
דורך סאטמאר מאנסי
🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן ביים אסיפה גדולה למען עתיד מוסדותינו הק' אין די זאלן פון וועלי טערעס

קרעדיט: מערכת בצל הקודש


Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:34 am
דורך בית ישראל
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:43 pm
געמיטליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:38 pm אויך מיט די אפיציעלע רבנישע שטעמפל פון די קהלה ומוסדות ?
ביי זיי גייט עס נישט מיט שטעמפלס. מ'פרעגט א דעת תורה און מ'טוט וואס מ'ברויך.

אויב איך מעג זאגן בצחות, ווען זיי וואלטן געמאכט סקרינס וואלט נישט געווען קיין מודעה אז ס'איז לצורך סעקיורעטי... כאפסט?
מאדנע תגובה דאס.

Re: 'להעמידם' קאמפיין - סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:37 am
דורך בית ישראל
שמח האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 5:22 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:08 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm כ'מיין זעקס מיליאן
דאפעלט וואס מהר''יי אין ק''י מאכט יעצט דארט איז עס 3 מילאן
אויב דארט מאכט מען אזא מצב שטעל מיך שוין פאר וואס פאר א מצב מען גייט דא מאכן
אדער קען מען זאגן אז דארט איז די מצב ארום אויך א ''ציל'' און נישט נאר א ''מיטל'' וד''ל.
יעדע קאמפיין וואס וויל מצליח זיין מוז מאכן אסאך נויז.
כזעה מאנסי מאכט גאנץ פיינע סחורה, די גרויסע סיין ביי די הדלקה, פראנט פעידזשעס און בלאט, בחצרות