רבי נפתלי צבי מראפשיץ ז"ל - י"א אייר תקפ"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

רבי נפתלי צבי מראפשיץ ז"ל - י"א אייר תקפ"ז

פאוסט דורך מירון »

ב"ר: מנחם מענדל מלינסק – אב"ד לינסק. חתן: ר' צבי הירש גאלדהאמער מדוקלא. נולד ו' (וי"א ז') סיון תק"כ. רבותיו: רבי יצחק מהאמבורג, דודו רבי משולם איגרא מטיסמניץ, ובחסידת מר"ר אלימלך מליזנסק, החוזה מלובלין, המגיד מקוזניץ, ורבי מנחם מנדל מרימנוב. מחבר ספר: זרע קודש. רב בעיר: ראפשיץ, לינסק, סטריזוב, סאנוק.

מעשה: רבי מענדעלע ממעליץ האט דערציילט פאר זיין ידיד דער קאלשיצער די פאלגענדע מעשה: איידער מען האט באשטימט די חתונה פון רבי אלעזר'ל מקאזניץ מיט די טאכטער פון רבי יענקל מעליצער, איז געווען א שמועס ווען צו פראווענען די חתונה. דער טאטע רבי משה'לע קאזניצער האט געוואלט באשטימען די חתונה אויף א דאנערשטאג, אבער דער ראפשיצער רב, א זיידע פון די כלה, האט געוואלט אז די חתונה זאל זיין דייקא א פרייטאג.

רבי משה'לע קאזניצער האט זיך פרובירט צו דינגען מיטן ראפשיצער, זאגענדיג: איידער איך בין אוועקגעפארן בין איך געווען ביים טאטן, דער קאזניצער און איך האב אים פארבעטן פאר דאנערשטאג. האט אים דער ראפשיצער רב געענפערט: "און איך האב פארבעטן קודשא בריך הוא אויף פרייטאג"!!
דער קאלשיצער רב האט געציטערט ווען ער האט געהערט די מעשה.

מדבריו הקדושים: אין פרשת לך (יח, יט), אויפן פסוק כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו וכו' פרעגט דער ראפשיצער רב, איז דאס די גרעסטע חשיבות פון אברהם אבינו, אז ער הייסט זיינע קינדער גיין בדרך ה'? יעדער איד טוט דאך גענוי דאס? ענפערט ער, אז עובד את ה' באמת האט שטארקע תשוקה צו דינען דעם רבוש"ע אויף אייביג, אבער אלע ווייסן אז דאס איז נישט שייך וויל א מענטש לעבט נאר 120 יאר. וואס טוט דער צדיק? ער לייגט אריין אין די קינדער אז זיי זאלן דינען דעם רבוש"ע און דורך דעם וועט דאס זיין כאילו דער טאטע אליינס טוט די מצוות ה'. דערנאך וועט דער קינד איבערגעבן פאר זיין קינד דאס זעלבע א.א.וו., אזוי קומט אויס אז דער צדיק דינט דעם רבוש"ע אויף אייביג. דאס איז וואס דער אויבערשטער האט געזאגט אז דער אברהם אוהבו האט אים אזוי ליב אז ער וויל אים דינען אויף אייביג. פון ווי ווייסט מען דאס? ווייל אשר יצוה את בניו וכו'.

מנוחת קדשו בעיר לאנצהוט יצ"ו. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: רבי נפתלי צבי מראפשיץ ז"ל - י"א אייר תקפ"ז

פאוסט דורך מירון »

ביה"ח בעיר לאנהוט
פיילס
ביהח.png
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 456

Re: רבי נפתלי צבי מראפשיץ ז"ל - י"א אייר תקפ"ז

פאוסט דורך דער ידען »

מחבר ספר הקדוש "זרע קודש", ווי באקאנט האט ער נישט געלאזט דרוקען זיין ספר, אבער אויפן באפעל פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע האט מען עס יא געדרוקט.
שרייב פאוסט