בלאט 1 פון 1

'טעלערלעך' דורך מנחם גאלד, אין 'מאמענט' מאגאזין

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:18 pm
דורך שפיגל
נאכ'ן זעהן אז ס'איז נאכנישט דא א טעמא איבער מנחם גאלד'ס אויסגערופענע רייכע טעלערלעך קאלום וואס שמועסט אויס וועכענטליכע ענינים העומדים על הפרק האב איך באשלאסן צו נעמען די קוראדזש צו עפענען א טעמא פאר די רייכע טעמא'ס וואס מנחם גאלד שרייבט אין טעלערלעך.

Re: טעלערלעך. מנחם גאלד. מאמענט מאגאזין

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 10:08 pm
דורך ווילסאן
טעלערלעך. אה, איך טרעף מיר דארט אויף א ראולער קאוסטער וועכענטליך. איך גלייך עס בבאמת גאר שטארק..

א וועכענטליכעער איבערזיכט פון רבי גאלדס וואך אריבערגאנג.
אין מיינע אויגן איז עס די אינטערעסאנסטע טיילן פון די מאמענט..
פארשטייט זיך אז דא אמאל וואס בעסער און דא אמאל וואס שוואכער, אבער דאך האט עס אינטערעסאנטע חידושים וואס איז א זעלטנהייט אין די אידישע שרייבעריי וועלט.

Re: טעלערלעך. מנחם גאלד. מאמענט מאגאזין

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 10:23 pm
דורך ישבה חאלאט
געווענטליך גלייך איך נישט צו שטארק עקסטרעמיסטישע ארטיקלען,
אבער די ארטיקל די וואך וועגן די נעגאטיווע מערכה קעגן פילטערס האט מיר יא געכאפט.

אזוי קלאר ארויסגעברענגט די פאלשקייט פון געוויסע וועלכע טוען זיך אן א תורה'דיגע שלייער אראפ צו רייסן יענעם,
ווען עס איז נישט געשטיצט דורך קיין איין רב אדער מורה דרך,
סתם צו מקטרג זיין אויף כלל ישראל.

Re: טעלערלעך. מנחם גאלד. מאמענט מאגאזין

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 9:08 am
דורך Azoi Tzi Zugen
@שפיגל ברענגט אהער די ארטיקלען וועט מען קענען דן זיין...

איך האב נישט געווענליך דעם מאמענט, נאר די וואך האט מיר איינער איבערגעזאגט וואס ער שרייבט בנוגע די נעגאטיווע קאמפיין קעגן די היימישע פילטער'ס, און כהאב הנאה געהאט!

Re: טעלערלעך; מנחם גאלד, אין 'מאמענט' מאגאזין

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:36 pm
דורך קלאפן
אין מיין מיינונג במחילת כבודו פון הרב טעלער מעג ער אין אכט נעמען אז זיין טאלאנט און קענטעניס אין די שרייבעריי וועלט איז טאקע אויסערגעווענליך אבער למעשה איז ער נאך אביסעלע צי יונג צו שרייבן מיינונגען אויף זאכן ארום די וועלט ווען איך האב ווען צייט וואלט איך אויף ממש יעדע טלעלער ליך ארטיקל פון אנהייב געוויזן א דוגמא ווי מזעט זיין אומערפארנקייט
סאיז טאקע גאר געשמאק. אבער איז למעשה אומפאסיג און איך האלט אז דריי יאר ארום וועט ער זיך ממש שעמען צו איבערליינען זיינע אייגענע ווערק

Re: טעלערלעך; מנחם גאלד, אין 'מאמענט' מאגאזין

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:25 pm
דורך קול דממה
קלאפן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:36 pm אין מיין מיינונג במחילת כבודו פון הרב טעלער מעג ער אין אכט נעמען אז זיין טאלאנט און קענטעניס אין די שרייבעריי וועלט איז טאקע אויסערגעווענליך אבער למעשה איז ער נאך אביסעלע צי יונג צו שרייבן מיינונגען אויף זאכן ארום די וועלט ווען איך האב ווען צייט וואלט איך אויף ממש יעדע טלעלער ליך ארטיקל פון אנהייב געוויזן א דוגמא ווי מזעט זיין אומערפארנקייט
סאיז טאקע גאר געשמאק. אבער איז למעשה אומפאסיג און איך האלט אז דריי יאר ארום וועט ער זיך ממש שעמען צו איבערליינען זיינע אייגענע ווערק
אסאך שרייבער מאכן די טעות נאכן ווערן שנעל פאפולער, ער האט זיך שוין געלערנט אביסעל נאכן צו ווילד אטאקירען די בחורים וואס גייען לערנען קיין א״י.

Re: טעלערלעך; מנחם גאלד, אין 'מאמענט' מאגאזין

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:51 pm
דורך קלאפן
איך מיין נישט דווקא די גאר ווילדע איך מיין מער די פשוטע אויך איך וואלט אים געראטן צו וויזן אלע זיינע טעלערליך פאר אן איש חכם מיט עקספיריענס

Re: 'טעלערלעך' דורך מנחם גאלד, אין 'מאמענט' מאגאזין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 4:29 pm
דורך aitch
טעלערליך איז אפשר זייער א שיינע קאלום, כ'מיין אבער אז ליינען יעדע וואך אזוי סאך פון איינעמס פריוואטע מיינונגען קען זייער שנעל ווערן באורינג,
נעמענדיג און באטראכט אז ער שרייבט שוין זיינע מיינונגען אויך אין זיין אנאליז+ יעדע וואך, און אין זיין אפענע שמועסן,
סא איך וואלט אים ווען ג'עצה'ט צו שרייבן נאר איין זייט 'טעלערלעך' יעדע וואך אנשטאטסט צוויי זייטן וואס ער טוט יעצט.

Re: 'טעלערלעך' דורך מנחם גאלד, אין 'מאמענט' מאגאזין

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 6:44 pm
דורך איד
דארף מען אהער ברענגען @מנחם גאלד

Re: 'טעלערלעך' דורך מנחם גאלד, אין 'מאמענט' מאגאזין

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:15 pm
דורך באשיינפערליך