רבי אליהו חיים מייזל(יש) ז"ל - י"ד אייר תרע"ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

רבי אליהו חיים מייזל(יש) ז"ל - י"ד אייר תרע"ב

פאוסט דורך מירון »

בן רבי משה מייזל(יש) ז"ל. חתן: רבי יעקב מקארלין בעל משכנות יעקב. נולד ט' סיון תקפ"א. רב בעיר: הורודוק, לאמזשע, לאדזש. נפטר: י"ד אייר תרע"ב.

רבי אליהו חיים'ס גאנצע לעבן איז געווען צוזאמען געשטעלט פון איין קייט פון "מרבה חכמה, מרבה עצה, מרבה תבונה, מרבה צדקה" (לשון משנה אבות ב, ז), ער האט געטוען צדקה גמילת חסדים מיט אן אויסער-געווענדליכע חכמה און צדקות און מסירת נפש ממש, פאר'ן כלל און פאר פאר יעדן יחיד ויחיד.

כל היום חונן ומלוה, איינמאל ווען דער גרויסער גאון רבי חיים עוזר גראדזינסקי האט זיך געטראפן מיט רבי אליהו חיים, האט ער אים געגעבן זיין גאונ'ישער ספר 'אחיעזר' און ער האט זיך אנגערופן: "רבי אליהו חיים, איך גיב אייך מיין ספר 'אחיעזר', ווען וועט קען איך ערווארטן אייער ספר? האט רבי אליהו חיים ארויסגענומען א גרויסן פול מיט שטרי חובות פון הלאות, וואס ער געבארגט צו קענען העלפן מענשטן, שטרי חובות פון אלמנות ויתומים וואס ער האט פרוביט צו באצאלן און נאך און געזאגט: "דאס איז מיין ספר!" ווען רבי חיים עוזר האט דאס געהערט, האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין.

מעשה: איין יאר איז געווען אן אויסנאמער קאלטער און לאנגער ווינטער. רבי אליהו חיים, האט געהערט אז זייער אסאך ארימעלייט זענען אויסגעלאפן פון האלץ צו הייצן און זיצן אין געפערליכע פרעסטן און ציטערן פאר קעלט. רבי אליהו חיים האט באשלאסן צו גיין נאך געלט צו קענען שאפן האלץ. אן מעלדן פון פאראויס איז ער אריבער צו גרעסטן עושר פון שטאט 'ישראל קלמן פאזנאסקי', ווען דער משרת האט דערזען דעם רב, איז ער תיכף געלאפן מודיע זיין פאר זיין בעל הבית אז דער רב איז דא.

פאזנאסקי איז געווען אויסער זיך פונעם כבוד אז דער רב אליין איז אים געקומען באזוכן, ער איז תיכף אראפגעלאפן באגריסן דעם רב. דער רב איז געבליבן שטיין אינעם פארציממער ווי עס איז געווען קאלט. פאזנאסקי האט פארבעטן דעם רב ער זאל אריינקומען אין זיין דיינינג רום, אבער דער רב רירט זיך נישט פון ארט, און ער הייבט אן צו שמועסן פון אלע עניני הכלל, פאזנאסקי האט נאך א שטיק צייט אנגעהויבן צו ציטערן פאר קעלט צוליב די גרויסע פרעסטן וואס האט געהערשט אינדרויסן, האט זיך פאזנאסקי אנגערופן: דער רב זאל מיר מוחל זיין אבער איך האלט נישט אויס די קעלט, דאן איז רבי אליהו חיים, אריינגעגאנגען אין שטוב מיט פאזנאסקי, רבי אליהו חיים האט אים דאן געזאגט פארוואס ער איז געקומען.

פאזנאסקי האט אים דאן געפרעגט וואס איז פשט אז דער רב האט קודם נישט געוואלט ארויף קומען? האט ער אים געענפערט: איך בין געקומען נאך פאר אידן וואס פרירן אוועק אין די קעלט און האבן נישט קיין האלץ צו הייצן, איך האב אייך ספעציעל אויפגעהאלטן אין די קעלט, איר זאלט נאר פילן א קליין חלק וואס די אידן גייען יעדען טאג אדורך, אזוי ארום וועט איר מיר גיבן א גרעסערן סכום.

מנוחתו כבוד בעיר לאדזש. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 420

Re: רבי אליהו חיים מייזל(יש) ז"ל - י"ד אייר תרע"ב

פאוסט דורך וואלף »

יישר כח, הערליך!

די מעשה מיט די קעלט האב איך געהערט פון אדמו"ר מהר"א שליט"א אויפן יטב לב, קען זיין ביידע איז אמת
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

Re: רבי אליהו חיים מייזל(יש) ז"ל - י"ד אייר תרע"ב

פאוסט דורך מירון »

מקום מנוחת קדשו
רבי אלי'.jpg
רבי אלי'.jpg (116.84 KiB) געזען געווארן 59 מאל
שרייב פאוסט