היינטיגע השכלה!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

היינטיגע השכלה!

פאוסט דורך שמח »

כ'האב היינט באגעגענט א שיינע אלטע ארטיקל אויף אייוועלט דורך @לכתחילה אריבער (חילו)
אזויווי ס'איז גאר שטארקע וועטער ברענג איך עס אהער צו מהנה זיין אונזערע היינטיגע ליינער.

לייענט און האט הנאה!

ביטע נישט אנשמירן דא דערוועגן...

-----------------



לאמיר איין מינוט מאכען א שטיקל הקדמה.

אין די וועלט איז באוויסט די מושג פון "נייע-אנטיסעמעטיזעם".

דאס ווערט גערופן "אנטי-סעמעטיזעם" וואס איז באהאלטן אונטער די שלייער פון "אנטי-זייאוניזעם". ווען איינער וואס איז באמת אן אנטיסעמיט און באמת דאס וואס ער שרייט און העצט קעגן אידן איז ווייל ער האט פיינט א איד, צו צוליב קנאה, צו צוליב זיין גלייבן אז מיר אידן האבן געקרייצט זיין אפגאט. אבער אזוי ווי עס איז נישט "אין סטייל" צו זיין אן אנטיסעמיט, זאגט ער נישט "מיר ברויכען הארגענען אלע אידן, ווייל "די אידן קאנטראלירן די וועלט", נאר "מיר מוזן פטור ווערן פון די .... "ציונים".. ווייל די ציונים פירן די וועלט"!

אן אריינגיין אין די אמת פון די קאנצעפט פון "נייע אנטיסעמעטיזעם", צו איז עס א ריכטיגע קאנצעפט צו נישט, און ווי אזוי מיר אידן דארפן "אויפנעמען" אזא איינעם, דאס איז נישט דא דאס פלאץ.

דערנאך איז דא א ווארט אין די אמעריקאנער קולטור: "בלענק" איז דע נו "בלעק"!

למשל אזוי ווי מען לעבט היינט לענגער, און מען האט אפגעשטיפט די ריטייערמענט יארן, זאגט מען: "60 איז דע נו 50"! (60 איז די נייע 50). פשט איז, וואס איז אמאל געווען א "עלטערער" איז היינט א "מידל עידזש". נאך א משל, אין קליידונג איז אלס אנגענומען "שווארץ" אלס די "נארמאל". און ווען מען וויל ארויסברענגען אז עס איז דא א נייע סטייל, זאגט מען "בלענק" איז דע נו "בלעק". אזוי ווייט גייט די משוגעת, אז איינער אין א געגענט האט באשלאסן אז "אראנדזש" איז דע נו "בלעק" און האט אנגעהויבן צו מאכן פאפולער קליידער מיט די קאלירן פון תפיסה! און דער ווארדען האט נישט געהאט קיין ברירה, נאר צו טוישען די קאליר פון די קליידער מיט וואס די ארעסטאנטען גייען אנגעטאן!

צו וואס ווילעך צוקומען...

אלע יארן זייט די וועלט באשאף, איז געווען אין די וועלט פארשידענע גלויבונגען, ביז אברהם אבינו האט מכיר געווען את בוראו, און פארשפרייט די אמת'ע אמונה אויף דער וועלט. דורך די יארן, זענען זיינע קינדער אויסגעקליבן געווארן צו זיין די "פאלק פון הקב"ה", מען האט אונז געגעבן די תורה. פון די יארן פון קבלת התורה ביז היינט, איז כלל ישראל אויסגעשטאנען גרויסע צרות מבחוץ. מען האט פון אונז געריסן לעבעדיגע שטיקער! אמאל ווייניגער און אמאל מער. און גלויבט השי"ת אז אין אמעריקע איז רעלאטיוו גוט פאר אידן ב"ה, זאל דער אויבערשטער ווייטער העלפן ביזן גאולה במהרה.

פון די צווייטע זייט האבן אידן אלס געליטן פון נאך א צרה. די צרה מבפנים. ליידער ליידער, צו ווייל געוויסע האבן געזוכט א ענטפער אויף צו פטור ווערן פון די צרות פון די גוים, צו פשוט די יצר הרע האט באוויזען די "שיינקייט און גלאנץ" פון די דרויסענדיגע גאס, און געמאכט געוויסע שפירן אז זיי פארפאסן, צו נאך פשוטער, "תאוה און חמדה" האבן זיך ביי געוויסע פארשטארקט, איז אלס געווען ביי אידן, וואס האבן אנגעהויבן גליטשען.

אנדערע האבן "ארויס" געגליטשט אינגאנצן, אנדערע נאר טיילווייז, און אנדערע גאר זענען געבליבן, און פראבירט "אראפצוברענגען" דאס גאנצע פאלק, צו זייערע שטאפלן.

די לעצטע סארט זענען וואס מען האט אין די יארן פארן קריג גערופן "משכילים". זיי האבן באשלאסן - צוליב איינע פון די פריערדערמאנטע טעמים - אז עס איז צייט צו ריפארמירן אידישקייט! מיר ליידן פון די גוים, און מיר מוזן זיך צושטעלן צו זיי, אזוי וועט דאס ליידן גרינגער ווערן - אבער דאס זענען שוין געווען די "גוטע" - געוויסע ביי זיי, האבן זיך מיט אן אמת איינגערעדט אז זיי גייען העלפן מיט דעם כלל ישראל. (ארויס געשטעלט האט זיך פארשטייט זיך פונקט פארקערט, ווי מען מען האט זיך צוגעשטעלט, אלס מער איז די שנאה געוואקסן ואכמ"ל.)

אבער דערנאך זענען געווען די נידעריגערע! זיי האבן פשוט געוואלט אפטאן אלעס וואס די תורה פארבאט, - פשוט אלס "וישמע משה את העם בוכה למשפחותיו", אדער ענדליכס - און באשלאסן צו ענדיגען די "איינגעצוימקייט" פון וואס די תורה ברענגט.

און אין יענע צייט איז עס געווען א "שטאלצע" באוועגונג! די משכילים האבן פאמפעגאנדירט זייערע אנשויאונגען און געדאנקען, און געשלעפט דאס יוגענט ביי די טויזענטער.

יעצט קומער צו צו היינט.

עס איז ליידער היינט אויך דא אסאך וואס גליטשען נעבען אינגאנצען ארויס, היינט איז עס נישט צוליב מורא פון די גוים, נאר ליידער בעיקר פשוט צוליבן "ככל הגוים בית ישראל" זיי ווילען ליידער נישט לעבן אין די "צוימונגען" פון די תורה, און זענען בועט. זיי וועלן האבן אלע ערליי תירוצים, אבער אונטער אלעס איז די איין גרויסע תירוץ, "עבדא בהפקירא ניחא ליה". (כ'פארשטיי דא וועט ווערן ביי געוויסע א ווילן צו דעבאטירן די פונקט, אבער דא איז נישט די פלאץ.)

און אזוי ווייטער, איז היינט אויך דא אזעלעכע וואס ווילן "נישט ח"ו" אויסרייסן די תורה, נאר פשוט "אביסעלע" רעפארמירן, ווי אזוי עס איז די "דאגמע" וואס מען האט ביי אידן געלערענט.

אבער אזוי ווי "השכלה" איז "אויט אוו סטייל" - טיילווייז צוליב די קאנסעקווענצען וואס עס האט אין די פארגאנגענהייט געברענגט - איז עס היינט פארשטעקט אין באהאלטענע פארמעס!

עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "די סיסטעם טויג נישט"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט אזוי נאיוו"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מאך זיך נישט נאריש מיט די "אלטע זאכן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מיינסט אוודאי אינדערהיים איז בעסער געווען, הא?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט פון די רעבעזיכרוינעלעבראכע אידן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "פארוואס מעג איך נישט פרעגן?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "היינט איז א אפענע וועלט, די אלע אמאליגע "שקרים" ארבייט שוין נישט"!

און אזוי קען איך גיין און גיין, אפשרייבן אז די סערווערס דא זאלן קראכען, א ליסטע מיט "נייע" קאוד ווערטער, פון די "אפגרעידעד" השכלה.

"אויפגעקלערטקייט" איז דע נוא "השכלה"!
"אנטי-סיסטעם" איז דע נוא "אנטי-תורה"!!

די אינטערנעט, האט זייער זייער שטארק ארויסגעהאלפן צו די "מערכה"! די "ארויסקריכען" פונעם צוקוועטשטע "צמצום און איינגעצויגענקייט" די "שמאלקייט" וכו'.

און ליידער ליידער, איז די "קש" אין די פראנט אין די מערכה! עס שטעלט זיך נישט אינגאנצען ארויס מיטן גאנצען עק - ווי אסאך אנדערע זייטלן - "דערווייל", אבער ארבייט אויף קעסל און כלים, צו ווייטער טראגן די "וויכטיגע ארבייט" פון "נידער מיט די שמאלקייט"!

לאמיר איין רגע אנרירן מיט וואס דו האסט אנגעהויבן. יא עס איז אמת אז כ'בין באקאנט אין וועלטליכע זאכן אין וויסענשאפט, יא עס איז אמת אז מיין קאפ איז נישט "פארמאכט", אבער:

אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס מיין מאמע האט מיר געלערענט אין וויג!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם "שמע בני מוסר אביך ואל תיטוש תורת אמך"!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס אונזערע חז"ל רבי'ס און צדיקים האבן אונז געלערענט!
אלע ווערטער און לערעס פון נוטן און איינשטיין צוזאמען, זענען נישט ווערט די טינט מיט וואס זיי זענען געשריבן, קעגן להבדיל אלף אלפי הבדלות איין תג פון איין אות פון די הייליגע תורה!
די גאנצע וועלט וויסענשאפט, איז נישט ווערט די שמוץ אונטער די נעגל, קעגן וואס איז ביי אונז הייליג און טייער!

אלזא, ווען איך הער די ווארט "קש" - יא די ווארט אליין - קומט מיר ארויף די בלוט אין קאפ! ווייל איך בין - וואס מען רופט היינט - א "פאטריאט" פאר ארגינעלע אידישקייט! און די באשעפעניש "קש", איז וואס שלאגט זיך דערמיט, און במילא איז עס מיין שונא! איך האב עס פיינט, ווייל עס האט פיינט דאס וואס איך האב ליב!

ווען מען שטייט אין קריג, קען מען נישט קומען מיט א טענה, "קבל את האמת" פון די שונא! אין קריג איז די שונא דאס וואס דארף ווערן אומגעברענגט! נישט אז כ'וויל נישט "אננעמען" וואס מיין שונא זאגט, נאר ..... כ'וויל עס אפי' נישט הערן!! און נישט נאר כ'וויל עס נישט הערן, נאר .... כ'וויל אפי' נישט וויסען אז ער האט עס געזאגט!!!

אלזא, ווען איך הער די ווארט "קש" דערמאנט עס מיך נאכאמאל, אז מיין שונא עקסעסטירט! און דאס מאכט מיך אויפגערעגט, און וועגן דעם, איז עס מיר זייער אומוטיג ווען די זאך קומט ארויף אויפן טיש.

כ'האף כ'האב דיר גענטפערט אויף דיין פראגע, און אפי' ביסט נישט מסכים וואס איך זאג, אבער פארשטיי מיין פרעספעקטיוו. אמער עטץ זענטס דאך פאר "טאלעראנס", ביטע טעלארירן מיין ווילן פון בלייבן "צוקוועטשט".

ישר כח.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 536
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 917

Re: היינטיגע השכלה!

פאוסט דורך פייל און בויגן »

ונאמר אמן.

שכוח
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: היינטיגע השכלה!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דערמאנסט מיר פון די גוטע צייטן. @לכתחילה אריבער איך בענק נאך דיר!...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: היינטיגע השכלה!

פאוסט דורך אנדערער »

הייליגע ווערטער. מען דארף דאס פילעווען מיט די קינדער. איך וויל בלייבן צעקוועטשט!
שרייב פאוסט