בלאט 1 פון 1

שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 8:58 pm
דורך באסטאן
ברוכים.

צום ענין.
אלטע זיידעס זיצן אין וואשינגטאן און טוהן גארנישט אויף מיטן ליידיגן טאג, לאמרי טרייען צו פירן פון דעם טעמע וואשינגטאן.

קלארצושטעלן, נישט אריינברענגען קאקעין דא, אויך אויב מען איז נישט קיין איד זאל מען נישט זאגן אז מען איז א איד אדער אפילו דזשאויש, ווי אויך גארנישט.

געגאנגען.

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 8:59 pm
דורך באסטאן
מיין ערשטע ביל פארשלאג.

מען זאל נעמען אלע מענטשן וואס שטייען ביים זשארש וואשינגטאן בריטש און זיי אוועקזעצן איינס נעבן צווייטען אין א גראדע שורה און אראפ לאזן א קלינגידיגע פראסק פאר יעדעם באזונדער און אהיים שיקן (מיט די תפילין).

אן אמענדמענט צו דעי ביל איז אז מען זאל צולייגן א דריטע שטאק צו די ברידזש, אויס-גראדן די פאלעסיידס, און פלאך מאכן די עף די אר.


דרעולם קען וואוטן אדער צולייגן אמענדמענטס אדער טראגן צום אווערהאוז קאנגראס איבערזיכט דזשדושיעטי אוו טרעפיק ווייעלעישן אוו ינוידעט סטעיס קאמיטי

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:00 pm
דורך באסטאן
צווייטע פארשלאג.

איינשטעלן א פראגראם וואס זאלן קלינען די גאסן פון די סיטי.

עס קען זיין בערך ווי א טראק וואס פארט ארום יעדע צופרי און קלינט אפ, מקען אפילו מאכן אז מען קען נאר פארקן אויף איין זייט גאס אויב מען קלינט יענע טאג די זייט.

כהאלט אז סאיז א משיגענע גוטע געדאנק

אבער די עיקר איז אז מען זאל קלינען

אמענדמענט:
די קלינינג טראקס זאלן מאכן די נויז פון די אייז קרים טראק.

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:00 pm
דורך באסטאן
דריטע פארשלאג

מער א פאגרעסייווע ביל וואס זאל פארבאטן צו געבן פאר די ארבעטער וואס קאנטראלן די טרעפיק ביי קאנסטראקשן סייטס צו האלטן א סיין SLOW קאם אן! הזאת אמעריקא?

אפישעל אוועק שטעלן מענטשן מיט אזא טיטל?
נעבעך… וועגן ער האט נישט געטראפן קיין בעסערע דזשאב דארף ער האלטן אזא סיין אז יעדער זאל זעהן אז ער איז סלאו?

מקען עס אפשר רופן ''אומ-שנעל'' אדער שטייטלעך, אפילו ספעציעלע נשמה איז שוין בעסער…

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 10:46 pm
דורך יודעלע
באסטאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:59 pm מיין ערשטע ביל פארשלאג.

מען זאל נעמען אלע מענטשן וואס שטייען ביים זשארש וואשינגטאן בריטש און זיי אוועקזעצן איינס נעבן צווייטען אין א גראדע שורה און אראפ לאזן א קלינגידיגע פראסק פאר יעדעם באזונדער און אהיים שיקן (מיט די תפילין).

אן אמענדמענט צו דעי ביל איז אז מען זאל צולייגן א דריטע שטאק צו די ברידזש, אויס-גראדן די פאלעסיידס, און פלאך מאכן די עף די אר.


דרעולם קען וואוטן אדער צולייגן אמענדמענטס אדער טראגן צום אווערהאוז קאנגראס איבערזיכט דזשדושיעטי אוו טרעפיק ווייעלעישן אוו ינוידעט סטעיס קאמיטי
בקוצר די ווילסט מען זאל איבער געבן אמעריקע פאר א צווייטע לאנד

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 10:15 am
דורך מיילעך
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דער עולם שלאפט דא אויף תולה ארץ אונז האמיר דא ריזיגע חברה...

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 10:16 am
דורך מיילעך
די סיריעס פיפל אר אין די הויז קאם אן חברה!!!

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 12:51 pm
דורך וועלגערערס צום טיש
מיינע געזעץ פארשלאגן:

איבערלאזן אויזגעבלאזענע טישאס אויפ'ן טיש אין ביהמ"ד אלץ א פעלאני.
וועלעכע מחותן ענדיגט מצווה טאנץ נאך 1:30 זאל מיזן צישטעלן שלעפער טראקס פאר אלע באטייליגטע זאלן נישט צו דארפן אהיים דרייווען.
חסידישע מלבושים סענטערס זאלן מיזן ארויפלייגן די רעקל קנעפלעך מיט ראבבער פאדעם.
נסיעה צו קברי צדיקים זאל זיין טעקס דעדאקטעבל.

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:29 pm
דורך נחום
באסטאן קומט אריין קלאר

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:59 pm
דורך שעפטל נחום
פון א הויקער ווערט באלד בוקר.... דאס אלעס איז גוטע חלומות... וועגן דעם ברעג איך די נייעס וואס איז פארגעקומען היינט אינדערפרי


פון די ווייטע וואשינטאן הערט מען גאר שטוינענדע נייעס וואס ווייזט נאכאמאל איבער אז די אידישע פאלק איז גערעכט.

די סענעטארן און די קאנגרעס לייט פלאנירן העפטיג צו מאכן חרוסת אלס א געזונטהייט מאכל און אלע שטאטישע סקולס און פריוואטע חדרים וועלן עס מוזן געבן פאר די קינדער און בחורים אנשטאטס קאווע צופרי..

און אנדערע נייעס האט ביידען באוויזן ארויסצוזאגן די ווארט גווארדיע דריי מאל אן אפשטעל,
ביים זאגן די נייעס האט מען געקענט באמערקן אז די פרעזידענט האט שוין געטראפן זיין לינקע זאקן.

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:09 am
דורך מיילעך
וועלגערליך צום טיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:51 pm מיינע געזעץ פארשלאגן:

איבערלאזן אויזגעבלאזענע טישאס אויפ'ן טיש אין ביהמ"ד אלץ א פעלאני.
וועלעכע מחותן ענדיגט מצווה טאנץ נאך 1:30 זאל מיזן צישטעלן שלעפער טראקס פאר אלע באטייליגטע זאלן נישט צו דארפן אהיים דרייווען.
חסידישע מלבושים סענטערס זאלן מיזן ארויפלייגן די רעקל קנעפלעך מיט ראבבער פאדעם.
נסיעה צו קברי צדיקים זאל זיין טעקס דעדאקטעבל.
מען דארף מאכן א קאמפיין פאר דעם עס גייט שפארן הונדרטער טויזענטער דאללער פון אידיש געלט...

ביזט פיינע נייעס :lol: :lol: :lol:

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:23 pm
דורך בעקיטשע
טראכט'עך פין אזא געדאנק זוי ווי ס'דא אבאמא פאון זאל די זיידע זאל זיין געזונט מאכן "ביידן'קריעם" אז יעדער זאל קענען באקומען פאר פרי אייז קריעם...

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 9:22 am
דורך רעגנדיג
לצים 😂

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 3:39 pm
דורך פעיק ניוז
באסטאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:58 pm ברוכים.

צום ענין.
אלטע זיידעס זיצן אין וואשינגטאן און טוהן גארנישט אויף מיטן ליידיגן טאג, לאמרי טרייען צו פירן פון דעם טעמע וואשינגטאן.

קלארצושטעלן, נישט אריינברענגען קאקעין דא, אויך אויב מען איז נישט קיין איד זאל מען נישט זאגן אז מען איז א איד אדער אפילו דזשאויש, ווי אויך גארנישט.

געגאנגען.
דער אויפגעברענגטער געזעץ פארשלאג איז אנידערגעשטימט געווארן, און איר קענט אריינברענגען אייער קאקעין, מעט און מארואוואנא, זינט אונזערע סעקיוריטי קאמעראס ארבעטן סיי ווי נישט, אין ליניע מיט דער אלטע זיידע'ס מסורה פון די ליידיגע טעג.

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: פרייטאג יולי 28, 2023 2:55 pm
דורך ווירקליך
@באסטאן

🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣

עפעס רעפארמען פאר די שווערע נחמו טראדיציעס?

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 10:08 am
דורך כ'מיין אז נישט
פון היינט און ווייטער זאל אריינגיין אין קראפט, אז די בור אין מקוה זאל זיין ווייניגסטענס 105 דעגרי, שאוערס וואס גיסן כאטש 20 גאלאן וואסער א מינוט, האנטוכער מיט א מינימום גרויסקייט פון 4 ביי 3 אהאלב פיס...
און געענדיגט מיט די קליינע ווייסע זייפלעך, אזוי וועט די שאוער פארן מקוה נישט זיין מער א גזירה שרוב הציבור אין יכול לעמוד בו...

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 12:28 am
דורך ווירקליך
פארשלאג:

פארמאכן אלע וואסערן און טייכן ארום אמעריקע מיט א ספעציעלע פילטער וואס זאל נאר אריינלאזן קלאר פליסיגע וואסערן.

גייט אויפטון א געוואלדיגע זאך, אז די הערינג פישלעך וואס שווימען אין אזאנע געדעכטע ווייסע געמויזעצן וועלן נישט קענען אריינשווימען אין אמעריקע.

די דאמינא אפעקט וועט זיין אז אין עזה וועט זיין אן איבערפלוס פון הערינג, ביי זייערע קידושים שבת נאכן דאווענען וועט מען צושטעלן עמערס מיט הערינג, און א פולקאמע עקספלאזיע וועט נאכפאלגן!

ביינאזאם וועט מען פארבאטן אין אמעריקע צו עסן הערינג שבת צופרי אלס א פראטעקשאן מיטל צו פארמיידן די נאכפאלגן וואס פארשער צייכענען אן אז וויפיל מאל מענטשן שפירן עס אויף די אייגענע הויט דערלערנט מען זיך אבער נישט.

Re: שווערע אפדעיטס און געזעץ פארשלאגן אין וואשינגטאן הבירה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:04 pm
דורך וואלף
:mrgreen: