בלאט 1 פון 2

ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 3:56 pm
דורך דער תהלים איד
יא, מאכט זיך ביי די בעסטע און שענסטע.

כ'מיין.. איך בין נישט די בעסטע און נישט שענסטע, אבער פארשטייסט וואס כ'מיין. ס'מאכט זיך ממש ביי יעדן, אזא סארט יאוש.

זאגן שוין חז"ל אז יעדע מדה קען מען אמאל נוצן צום גוטן. יאוש אויך. יא! אפילו דאס.

בין איך נכשל געווארן אין אזא הרהור דעם עש"ק אין סאמע ברען פון הערן קול מבשר בשעת'ן צוגרייטן די שבת ליכט.

איך קאל אריין און איך הער די טעגליכע עד איבער אן ענין גדול מאוד, דאסמאל איז עס צוליב ווייל עס קומט ל"ג בעומר. און רבי שמעון האט געהייסן מען זאל דאס טון, ממילא איז יעצט ווידער דער התעוררות: לאמיר עס אלע טון לכבוד התנא אלוקי!!!

אבער, איך האב זיך אריענטירט די מחשבות, און, ניין. ניין! און ווען א טאטע זאגט ניין, איז ניין. איך גיי דאס נישט טון! פארטיג.

איי פרעגן מיר מיינע מחשבות: ווען וועט דעמאלס זיין מיט דיר? רבי שמעון בעט, די ישועות ווארטן, די חיוב איז גרויס, פארוואס פארוואס קענסטו זיך נישט ברעכן?! פארוואס טוסטו עס נישט?!

אבער מיין יצר טוב איז נישט געשלאפן. גלייך פאלט מיר איין דער ענטפער: "ווייל דו ביסט שוין ממילא א פארפאלענער!!!"

און עס הייבט זיך אן די ליסטע. ס'לויפט אזוי אדורך אין מיין משחבה איינס נאכסאנדערע. "ביסט געבוירן געווארן אנדעם! כאטש ס'איז מבואר אין אלע עדס אז בשעת סכנה איז דאס וויכטיג!"; ווייטער "דיין טאטע האט דיר אפגעשוירן די האר, געטראגן אין חדר, געלעקט האריג, אן דעם!!! כאטש וכו'"; און ווידער "ביסט געווען א בחור, ס'איז געווען בין הזמנים, און ביסט זיך באגאנגען ב"ה, אן דעם!! כאטש וכו'"; און נישט נאר דאס, נאר שטעל דיך פאר: "ביסט א חתן געווארן! חתונה געהאט! געמאכט א קידוש! געווען צוזאמען מיט די משפחה אויף יו"ט! געהאט נאך א קינד! און זאגאר אדורך א חמשה עשר בשבט עטליכע מאל, און א ראש השנה אנהייב יאר, און א יו"כ וואס איז א זמן מסוגל, און א סוכות ווען די משפחה קוקט איינער אויפן צווייטן, און א חנוכה ווען די משפחה איז ווידער צוזאמען, און געמופט א דירה, און געמאכט א ביזנעס דיעל, און פורים מיט די שיינע פארשטעלעכץ, אלעס אלעס אלעס אן דעם!!!"

"בין איך דאך שוין א פארפאלענער! :( יעצט אז כ'וועל עס נישט טון אויף ל"ג בעומר, וועט שוין נישט אויסמאכן".

הפנים, וועל איך אי"ה "נישט" אריינרופן לייגן מיין נאמען אויף די עין הרע ליסטע לכבוד ל"ג בעומר. ווייל "נישט" דאס האט רבי שמעון געמיינט! "נישט" דאס מיינט זיך היטן פון א שלעכט אויג! יא, אז איינער זעט אז עפעס גייט פאר און ער איז עס תולה אין עין הרע און ער טוט א סגולה מקובלת פון אפשפרעכן מיט בליי, כל הכבוד, אדרבה, אבער משוגע מאכן כלל ישראל אז יעדן שני וחמישי דארף מען ארויפגיין אויף א ליסטע פון אפגעשפראכענע, היינט ווייל ס'איז היינט און מארגן ווייל ס'איז מארגן און ווידער איבערמארגן ווייל "ס'איז דאך איבערמארגן היינט"?!.

לאז אפ. לאז מנוחה. סטאפ די טעראר...

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 4:00 pm
דורך איטשע
@דער תהלים איד פיין געשריבן מיט א אמת'ע פינטל!!!

זיי טוען אויף צוויי זאכן:

1) זייען אן שרעקליכע אגנסט און שרעק ביים תמימות'דיגע ציבור אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן אז דאס וואס די ביסט א שלימזל איז ווייל איינער קוקט דיך שטארק אן יעדע מאל די עסט קאקאש קעיק און ער איז דיך מקנא, ממילא מוזטו זיך ארויפסיינען אויף אונזער ליסטע און באצאלן כך וכך יעדע חודש

2) עטליכע יודן מאכן פרנסה...

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 4:33 pm
דורך וואוילער
:lol: :lol:

קען זיין אז תהילים כולל קען דיך נאך ראטעווען...

האלסט אז נישט? ס'דא נאך עצות!
ווי האט יענער חאכאם געזאגט?, איך האב נאך סגולות - דו האסט נאך הינדלעך?
לענינינו, איך האב נאך סגולות - דו האסט נאך געלט? כח? וכו'

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 6:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
@דער תהלים איד האסט מיר אויסגעכאפט.

איך האב געזען אויפן וועלטל א שמועס וועגן די איי. סי. עי. עדס און מ'רעגט זיך דארט אז זיי צילן תמימות'דיגע יונגעלייט זיי איינצורעדן אז דא שטעקט זייער צוקונפטיגע עשירות, איז מיר ארויפגעקומען א מחשבה אז די עיה"ר ארגאניזאציעס טוען די זעלבע און סאך ערגער ווייל זיי צילן אונזערע נשים צדקניות.

ווילעך מאכן דא א שמועס וועגן דעם, זע איך אז דו האסט עס שוין ארויפגעברענגט און זייער שיין צונומען. קח וולייק.

ווען כ'וועל האבן מער צייט וועל איך בל"נ אריינקומען מיט מיינע וויי געשרייען איבער דעם נושא.

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 7:28 pm
דורך פופציגער
גוט גוט!

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 12:32 pm
דורך שבת קודש
איך האף נאר אז די עין הרע קאמפניס שפרעכען זיך אליין אפ עין הרע ווייל איך האב א שטארקע עין הרע אויף זיי פארן צודרייעט מאכן

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 12:54 pm
דורך איטשע
אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע...

הונדערטע יודן זענען אויפגעסיינט אויף זייער סיסטעם און סווייפ"ן חודשליך...

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 12:56 pm
דורך שבת קודש
איטשע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:54 pm אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע...

הונדערטע יודן זענען אויפגעסיינט אויף זייער סיסטעם און סווייפ"ן חודשליך...
זיכער אזוי, פון וואו דען האבן זיי אזופיל געלט זיך צו אדוועטייזען אויף קול מבשר ממש יעדן טאג דאס קאסט א הון תועפת

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 12:58 pm
דורך נקודות טובות
איטשע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:54 pm אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע...

הונדערטע יודן זענען אויפגעסיינט אויף זייער סיסטעם און סווייפ"ן חודשליך...
ווי אזוי ווייסטו ווער עס לאכט די לעצטע? מען האלט שוין צום סוף? הלואי! זאל ער לאכן וויפיל ער וויל אבער דאס זאל שוין קומען צו א סוף!

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 2:13 pm
דורך וואוילער
כ'וואונדער מיך פארוואס ווען די "גיסן בליי" ווערט געטוהן אין ירושלים של מעלה האט עס א שטערקערן כח?

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 3:18 pm
דורך טיפע טאשן
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:13 pm כ'וואונדער מיך פארוואס ווען די "גיסן בליי" ווערט געטוהן אין ירושלים של מעלה האט עס א שטערקערן כח?
דרך אגב לעבעל פון ירושלים בעט $50

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 3:45 pm
דורך וואוילער
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:18 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:13 pm כ'וואונדער מיך פארוואס ווען די "גיסן בליי" ווערט געטוהן אין ירושלים של מעלה האט עס א שטערקערן כח?
דרך אגב לעבעל פון ירושלים בעט $50
און ס'דא אידענעס דאהי פאר ביליגער (מיינעך)

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 4:59 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:45 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:18 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:13 pm כ'וואונדער מיך פארוואס ווען די "גיסן בליי" ווערט געטוהן אין ירושלים של מעלה האט עס א שטערקערן כח?
דרך אגב לעבעל פון ירושלים בעט $50
און ס'דא אידענעס דאהי פאר ביליגער (מיינעך)
יאפ.

איך האב שוין גענוצט, ווען כ'האב געהאלטן אז איך דארף עס טון, פאר $36 (און זי זאגט אז דאס געלט גיט זי פאר צדקה)

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 5:23 pm
דורך סטעישאן וועעגן
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:59 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:45 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:18 pm

דרך אגב לעבעל פון ירושלים בעט $50
און ס'דא אידענעס דאהי פאר ביליגער (מיינעך)
יאפ.

איך האב שוין גענוצט, ווען כ'האב געהאלטן אז איך דארף עס טון, פאר $36 (און זי זאגט אז דאס געלט גיט זי פאר צדקה)
סתם נייגעריג, וואס האט דיך געמאכט טראכטן אז סיז שורה אויף די אן עין הרע?

Re: ניין!!! ווייל איך בין עניוועי פארפאלן :(

געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 5:24 pm
דורך איטשע
איך האב אמאל אין א שווערע מצב אנגערופן אזא יודענע און איר געבעטן צו אפשפרעכן מיינע אלע פראבלעמען, זי האט גענומען מיין נאמען מיט מיין מוטער'ס נאמען, צום לעצט פארן געבן די קרעדיט קארטל האב איך איר א פרעג געטון פונקטליך וויאזוי די פרוצעדור גייט דורך וואס מ'זעט, זי האט מיר פרובירט מסביר צו זיין אז מ'זעט בליי און די נאמען שטייט דערויף, נאכן צו סאך אויספרעגן פונקליך וואס זי זעט דארט האט זיך די פאון אראפגעהאקט פון די אנדערע זייט טרייבל...

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 3:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 6:42 pm @דער תהלים איד האסט מיר אויסגעכאפט.

איך האב געזען אויפן וועלטל א שמועס וועגן די איי. סי. עי. עדס און מ'רעגט זיך דארט אז זיי צילן תמימות'דיגע יונגעלייט זיי איינצורעדן אז דא שטעקט זייער צוקונפטיגע עשירות, איז מיר ארויפגעקומען א מחשבה אז די עיה"ר ארגאניזאציעס טוען די זעלבע און סאך ערגער ווייל זיי צילן אונזערע נשים צדקניות.

ווילעך מאכן דא א שמועס וועגן דעם, זע איך אז דו האסט עס שוין ארויפגעברענגט און זייער שיין צונומען. קח וולייק.

ווען כ'וועל האבן מער צייט וועל איך בל"נ אריינקומען מיט מיינע וויי געשרייען איבער דעם נושא.
איז אזוי.
די אלע סגולות ארגאניזאציעס וואס האבן פארפלייצט די אידישע גאס (תהילים, חצות, רש"ש, רח"ו וכו')די לעצטע פאר יאר זענען כסדר ביזי מארקעטן זייער פראדוקט און ס'איז פארשטענדליך פארוואס, אן קיין גוטע קאמפיינס וואלט נישט געווען קיין איד וואס זאל ארויסנעמען א קאפיקע פון טאש פאר דעם.

אבער די עיה"ר חברה האבן עס פאר סאם ריזען גענומען צו זייער אן אגרעסיווע לעוול. זיי הערן נישט אויף אריינהאקן אין די קעפ אז אויף יעדן ריר ביסטו אין סכנה, יעדע צרה וואס דו האסט איז דיין חבר'ס עיה"ר שולדיג, און יעדע גוטע זאך וואס דו האסט ברענגט דיך שפעטער פראבלעמען לרחצה.

דאס ברענגט אז אסאך אידן תמימי לב און בעיקר טאקע די נשים שדעתן קלות ווערן מוראדיג איבערגענומען און דערשראקן דערפון, און אנדערש ווי @דער תהלים איד האבן זיי נישט דעם שכל הישר זיך צו בארואיגן און אויסלאכן, און דאס לייגט זיי אריין אין א שטענדיגע פחד פון יעדע שאטן. "יענער האט געקוקט, איינער האט קאמפלימענטירט, עפעס גייט גוט אין לעבן, יויש, ווער ווייסט וואסערע צרה ס'קומט יעצט".

איך רעד שון נישט פון דעם אז ס'מיר פשוט נמאס פון הערן די זעלבע פזמונים איינמאל און נאכאמאל "עפעס גייט נישט גוט\עפעס גייט יא גוט, עיה"ר עיה"ר עיה"ר. דער דברי חיים'ס יארצייט? עין הרע! ראפשצער רבס יומדה"ל? לאמיר גיין אין זיינע דרכים! וואס, נאכטון זיין עבודה? זיין גמילות חסדים? זיין שפלות רוח? נע.. וואס עפעס?! רופט שוין אריין 855 ישועה (מיט א קמץ..)און זייט פון די טויזענטער געהאלפענע!

און נאכמער רעגט מיר אויף זייער סלאגאן "שוין פרובירט אלע סגולות? פרובירט אויס די גרעסטע סגולה בדרך המקובל לנו מדור דור". מ'וואס ל'וואס?! איך האב שוין געהערט אין מיין לעבן טויזענטער מעשיות און עובדות פון אונזערע פריערדיגע צדיקים, קיינמאל געהערט אז דאס זאל האבן געווען ביי זיי אן עיקר (אדער א טפל), יא. אוודאי. ער העט מיר ווייזן בפירוש א כתב יד פון ר' חיים פון קאניעווסקי, א אויסצוג פון א תורה פונעם סקולענעם רבין, און א בילד ווי ער שטייט נעבן ר' יעקב מאיר שעכטער, און גיי טענה דיר, קלארע פראף!

איך קום נישט דא זאגן אז עיה"ר איז נישט קיין פאקט אדער האט נישט קיין מקום בדברי חכמינו ז"ל, אויך קום איך נישט זאגן אז אונזערע צדיקים האבן נישט אכטונג געגעבן דערויף (ס'איז ידוע אז ר' ישעה'לע האט געזאגט פארן פטירה אז ס'האט אים געשאדט א גוט אויג), אבער די וועג וויאזוי ס'איז היינט אראפגעלייגט איז אויפגעבלאזן און ארויס פון יעדע פראפארציע, און ברענגט אריין א פחד אין מענטשן פאר די נישטיגע פאר דאללער וואס זיי טשארדזשן.

גענוג? אקעי, העמיר זיך דא אפשטעלן פאר יעצט.

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 4:33 pm
דורך וואוילער
זאגט מיר איינער אמאהל (וואלט געקענט געשעהן), אז אין א טאג וואס ער האט געמאכט א שמחה באקומט ער א רוף פון תהלים כולל: ר' מיכל מיר וועל'ן אויסזאגן גאנץ תהלים פאר אייערטוועגן, בלויז $100 !
ענטפערט ער אז ס'פעלט נישט אויס, ווייל כ'וועל אליינס זאגן גאנץ תהלים.

זאגט אים דער סעילס מאן "אזא קארגשאפט, קענסט נישט באצאלן פאר א קאפעני עס צו טוהן פאר דיר, דו ווילסט זיך שפארן די פאר דאללער?!, סתם אן אויבער חכם!"

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 4:35 pm
דורך דער תהלים איד
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:42 pm
► Show Spoiler
👍👍👍

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 12:25 pm
דורך שבת קודש
אנגעקומען א מעסעדזש

ווואס טוט מען נישט פאר די קינדער, ווילסט האבן גוטע קינדער ערליכע קינדער לכבוד די יום המסוגל ערב ר"ח סיון דאן שפרעכט אפ עין הרע

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וויאזוי האט מען גוטע קינדער דורך אפשפרעכען עין הרע?

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 12:27 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:25 pm אנגעקומען א מעסעדזש

ווואס טוט מען נישט פאר די קינדער, ווילסט האבן גוטע קינדער ערליכע קינדער לכבוד די יום המסוגל ערב ר"ח סיון דאן שפרעכט אפ עין הרע

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וויאזוי האט מען גוטע קינדער דורך אפשפרעכען עין הרע?
וועסט געבן געלט פאר כולל חצות אין מאכן פדיון הרש''ש וועסטו אלעס פארשטיין

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 12:35 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:25 pm אנגעקומען א מעסעדזש

ווואס טוט מען נישט פאר די קינדער, ווילסט האבן גוטע קינדער ערליכע קינדער לכבוד די יום המסוגל ערב ר"ח סיון דאן שפרעכט אפ עין הרע

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וויאזוי האט מען גוטע קינדער דורך אפשפרעכען עין הרע?
דאס איז שוין בכלל פון משיג גבול רעהו! צו האבן גוטע קינדער פארברענט מען א ציגל פאר אייך אין אן אויבען! זאג זיי אז מען מישט נישט!

בקיצור. מען זאל זיך ווייטער אויפרייסען בפני כל און אויסשטעכן יענעמס אויג אפי' אז דאס איז די איינציגע זאך וואס שטייט קלאר אין חז''ל וואס מען זאל דוקא נישט טוהן מפני חשש עין הרע . ווייל ס'איז נשנתה הטבע, פונקט ווי עס איז דא אנטיביאטיק וואס איז נישט געווען בימי חז''ל, איז היינט שוין דא אפשרעכן עין הרע מיט די FDA עפראוועל. און מען זאל לעבן אין לאכן און טוהן וואס מען וויל און זיך נישט זארגען פאר ערליכע קינדער. איי חז''ל זאגן הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים? ס'איז נשתנה הטבע, ווייל היינט קען מען שוין די סגולה פון פארברענען ציגל שטיינער....

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 8:34 pm
דורך דער תהלים איד
מורם ורבותם.

מיט א קול געשטיקט פון טרערן מוז איך אייך זאגן.

עהההעם. מ'שטיימיר דא. נו? צינד אן די מייק!

מ'שטיימיר יעצט פונקט אין א גוטע צייט. יא, א איד ק'ען אלעמאל תשובה טון. תשובה העלפט!

היכי דמי תשובה? באותו מקום ובאותו וויזויהייסטעס.

יאפ. נעכטן איז עס געווען. כ'האב געהערט. כ'האב אריינגעקאלט. ס'געווען קול מבשר. די ערשטע מודעה בעפאר אלעמען. דאס האט געטוישט מיין לעבן אויף אייביג.

"יעצט פאר מתן תורה! כל המומין נתרפאו! דער זמן מסוגל פאר אלע מחלות ל"ע! שפרעכט אפ עין הרע!".

זאגטס מיר טייערע אידן. וואלט אייך אזאנס פייגעבאלן?! דאס איז דאך טאלאנט נעקסט לעוול!!!

כ'מיין... קאמאן! ממה נפשך. איז עס א זמן מסוגל שכל המומין יתרפאו? אידאך גוט! וואס פעלט אויס אפשפרעכן? די ישועה אידעך אי"ה דא!

איז דער זמן נישט אזוי איי איי איי ח"ו, איז פארוואס נישט אפשרעכן אסרו חג?! פארוואס אויף שבועות? וואסעפעס???

שוין אפגערעדט וואס מ'שטיימיר דא קוים 2 וואכן נאכ'ן גרויסן טאג ל"ג בעומר וואס איז מיוחד אויף אפשפרעכן עין הרע! כמבואר בזוהר הק' אין די אידרא אביי! (כ'ווייס? אין אידרא רבה זיכער נישט).

ס'מוז זיי אז די אישו איז, אז שבועות איז כל המומין נתרפאו, וועט דאל זיין א שלעכט אויג אויף אלע אויסגעהיילטע, דארף מען מקדים זיין מכה לרפואה, און באצייטנס אפשפרעכן עין הרע נאך פאר די ישועה קומט ח"ו אן!!!

ווערט יעצט א שאלה פון אתי עשה ודחי לא תעשה. כ'מיין... אדם מקנה דבר שלא בא לעולם! קען מען אפשפרעכן די עיה"ר פון א ישועה וואס איז נאך יעצט נישט אנגעקומען?

המשך יבא. שוין צופיל געלערנט היינט. איך מוז גיין כאפן א לופטער אויף א שטיקל גמרא.

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 9:02 pm
דורך שאינו יודע לשאול
:lol:

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 9:28 pm
דורך פשוט און גראד
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:35 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:25 pm אנגעקומען א מעסעדזש

ווואס טוט מען נישט פאר די קינדער, ווילסט האבן גוטע קינדער ערליכע קינדער לכבוד די יום המסוגל ערב ר"ח סיון דאן שפרעכט אפ עין הרע

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וויאזוי האט מען גוטע קינדער דורך אפשפרעכען עין הרע?
דאס איז שוין בכלל פון משיג גבול רעהו! צו האבן גוטע קינדער פארברענט מען א ציגל פאר אייך אין אן אויבען! זאג זיי אז מען מישט נישט!

בקיצור. מען זאל זיך ווייטער אויפרייסען בפני כל און אויסשטעכן יענעמס אויג אפי' אז דאס איז די איינציגע זאך וואס שטייט קלאר אין חז''ל וואס מען זאל דוקא נישט טוהן מפני חשש עין הרע . ווייל ס'איז נשנתה הטבע, פונקט ווי עס איז דא אנטיביאטיק וואס איז נישט געווען בימי חז''ל, איז היינט שוין דא אפשרעכן עין הרע מיט די FDA עפראוועל. און מען זאל לעבן אין לאכן און טוהן וואס מען וויל און זיך נישט זארגען פאר ערליכע קינדער. איי חז''ל זאגן הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים? ס'איז נשתנה הטבע, ווייל היינט קען מען שוין די סגולה פון פארברענען ציגל שטיינער....
אמונה און מקורותדיגע סגולות איז דאכט זיך א מצוה און א דבר גדול מאוד, האפענונג און זיין משוגע איז א פראבלעם פאר זיך, די ציגעל סגולה דאכט זיך האבען עכטע גדולים נאכגעזאגט,

Re: ניין! איך בין סייווי פארפאלן… :(

געפאוסט: זונטאג יוני 09, 2024 10:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 9:28 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:35 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:25 pm אנגעקומען א מעסעדזש

ווואס טוט מען נישט פאר די קינדער, ווילסט האבן גוטע קינדער ערליכע קינדער לכבוד די יום המסוגל ערב ר"ח סיון דאן שפרעכט אפ עין הרע

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וויאזוי האט מען גוטע קינדער דורך אפשפרעכען עין הרע?
דאס איז שוין בכלל פון משיג גבול רעהו! צו האבן גוטע קינדער פארברענט מען א ציגל פאר אייך אין אן אויבען! זאג זיי אז מען מישט נישט!

בקיצור. מען זאל זיך ווייטער אויפרייסען בפני כל און אויסשטעכן יענעמס אויג אפי' אז דאס איז די איינציגע זאך וואס שטייט קלאר אין חז''ל וואס מען זאל דוקא נישט טוהן מפני חשש עין הרע . ווייל ס'איז נשנתה הטבע, פונקט ווי עס איז דא אנטיביאטיק וואס איז נישט געווען בימי חז''ל, איז היינט שוין דא אפשרעכן עין הרע מיט די FDA עפראוועל. און מען זאל לעבן אין לאכן און טוהן וואס מען וויל און זיך נישט זארגען פאר ערליכע קינדער. איי חז''ל זאגן הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים? ס'איז נשתנה הטבע, ווייל היינט קען מען שוין די סגולה פון פארברענען ציגל שטיינער....
אמונה און מקורותדיגע סגולות איז דאכט זיך א מצוה און א דבר גדול מאוד, האפענונג און זיין משוגע איז א פראבלעם פאר זיך, די ציגעל סגולה דאכט זיך האבען עכטע גדולים נאכגעזאגט,
עיה"ר האט אויך א מקור אין משנה און גמרא. נאכאלץ האט מען עס ארויסגענומען פון פראפארציע.