בלאט 1 פון 1

הגה"ק רבי יוסף תאומים זי"ע, הפרי מגדים - י' אייר תקנ"ב

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 3:57 pm
דורך דער ידען
שבת קודש י' אייר פאלט די יארצייט פון הגאון הקדוש המפורסם רבי יסף תאומים זי"ע, באקאנט אויף די נאמען פון זיין ספר "פרי מגדים".

ער איז געבוירן צו זיין טאטע רבי מאיר תאומים זי"ע וואס האט געדינט אלס דרשן אין די שטאט לבוב.

דער פרי מגדים איז געווען א געוואלדיגע עמקן און א חריף, און א געוואלדיגע עניו.

ער איז נסתלק געווארן י' אייר תקנ"ב

זי"ע

Re: הגה"ק רבי יוסף תאומים זי"ע, הפרי מגדים - י' אייר תקנ"ב

געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 9:43 am
דורך מירון
עס ווערט דערציילט אז ווען דער "פרי מגדים" איז געווען אין לינסק ביי רבי מענדל'ע לינסקער, האט ער תיכף ומיד געזען אויף זיין פנים אז ער לערנט תורה לשמה, און ער האט געקויפט דעם ספר "פרי מגדים" און איהם געוואונטשן אז זיין ספר זאל נתקבל ווערן ביי כלל ישראל, איבריג צו זאגן אז סאיז מקיים געווארן במלוא מובן המילה!

Re: הגה"ק רבי יוסף תאומים זי"ע, הפרי מגדים - י' אייר תקנ"ב

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:07 pm
דורך Think and Thank
דער פרי מגדים שרייבט אין א בריוו אז ער האט אנגענומען די רבנות אין פראנקפורט ד'אדער, א קליין שטעטל נישט ווייט פון בערלין, וויבאלד דארט איז דא א אידישע דרוק און ער האפט אז דאס וועט אים ערמעגליכן צו דרוקן זיינע ספרים.
אפילו אזוי האט ער נישט געהאט גענוג געלט צו דרוקן געהעריג און ער האט געמוזט גאר שטארק מקצר זיין, און כידוע איז די ספר פרי מגדים עד היום גאר שווער צו פארשטיין זיין קורצע לשון. היינט זענען שוין דא ספרים וואס זענען מפענח די כוונה און מאכן גרינגער צו פארשטיין די הערליכע פשטים און חידושים פונ'ם פרי מגדים.

די שטאט פראנקפורט ד'אדער געפינט זיך ביים צפון-מזרח ווינקל פון דייטשלאנד, אויפ'ן טייך אדער. נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט מען אוועקגעשטעלט די טייך אדער אלס די גרעניץ צווישן דייטשלאנד און פוילן, און וויבאלד די שטאט פראנקפורט ד'אדער האט זיך געפינען אויף ביידע זייטן פונ'ם טייך, איז עס געווארן צוטיילט אויף צוויי שטעט; די מזרח טייל, וועלכע געפינט זיך אין פוילן, הייסט היינט שלוביץ, און די מערב טייל, וואס איז אין דייטשלאנד, הייסט ווייטער פראנקפורט. וויבאלד די בית החיים איז אויף די אנדערע זייט טייך נעבן שלוביץ, איז אויסגעקומען אז די שטאט פראנקפורט געפינט זיך אין דייטשלאנד, אבער די בית החיים פון שטאט געפינט זיך אין שלוביץ, פוילן.

פאר באלד 20 יאר צוריק האט הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט"א אב"ד מגד יהודה, צוזאמען מיט הרב מענדל מאיר יאקאבאוויטש שליט"א און נאך עטליכע עסקנים, זיך אריינגעלייגט מברר צו זיין גענוי וואו די בית החיים געפינט זיך. נאך אסאך ארבעט האבן זיי מיט גרויס סייעתא דשמיא באוויזן צו טרעפן די גענויע פלאץ פון דעם בית החיים. מען האט אריינגעלייגט אסאך כוחות ארומצונעמען די גאנצע בית החיים מיט א צוים, און מען האט געשטעלט נייע מצבות אויפ'ן ציון פונ'ם פרי מגדים, ר' זכריה מענדל פאדהייץ מח"ס מנורת זכריה (וועלכער איז געווען דיין אין פראנקפורט) און ר' יהודה לייב מרגליות מח"ס קרבן ראשית, וועלכער איז געווען רב אין פראנקפורט. אין יאר תשס"ח, נאכ'ן ענדיגן די ארבעט (מיט די ברייטהארציגע נדבה פון הרבני הנגיד הרב אליעזר קעסטנבוים שליט"א), איז א גרויסע חבורה אין שפיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אראפגעפארן קיין פראנקפורט צום יארצייט פונ'ם פרי מגדים אום י' אייר.

די נייע מציבה: