בלאט 1 פון 1

הרה"ק רבי דוד'ל מטאלנא זי"ע - י' אייר תרמ"ב

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 2:40 pm
דורך דער ידען
שבת קודש י' אייר פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי דוד'ל טאלנער זי"ע, ער איז געווען א זוהן פון הרה"ק רבי מרדכי פון טשערנאביל, באקאנט אלס דער מגיד פון טשערנאביל.

זיין מאמע הרבנית פייגא איז געווען א טאכטער פון הרה"ק רבי דוד לייקעס זי"ע. (רבי מאטעלע פון טשערנאביל איז בזיוו"ר געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין, בזיוו"ש ביי הרה"ק רבי דוד לייקעס זי"ע)

רבי דוד'ל איז געווען באקאנט אלס א קדוש וטהור, און א געוואלדיגע פועל ישועות.

ער איז נסתלק געווארן י' אייר תרמ"ב, ומנו"כ בטאלנא

עס איז געבליבן 3 ספרים פון אים וואס איז נאך געדרוקט געווארן בחייו, מגן דוד, ברכת דוד, קהלת דוד.

זי"ע

Re: הרה"ק רבי דוד'ל מטאלנא זי"ע - י' אייר

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 3:47 pm
דורך דער ידען
איז דא נאך א טאג אין יאר מיט אזויפיל הייליגע יארצייטן ווי י' אייר ???

רבי דוד'ל מטאלנא
רבי יצחק אייזיק מקאמרנא
פרי מגדים
רבי שמואל מקאמינקא
דער רי"ף