בלאט 1 פון 3

איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 2:33 pm
דורך Spa 42
זײט מתפלל פאר נתנאל בן סוניה וואס איז גע'משפט געווארן צו טויט אין די קומענדיגע פאר טעג.

דאס קומט נאכדעם וואס ער ווערט באשולדיגט מיטן הרג'ענען בשוגג א גוי, און לויט די איראנע געזעצן קען די נרצח'ס משפחה פארלאנגן טויט שטראף פארן רוצח.

די בחור'ס משפּחה האט זיך פרובירט איינצובעטן מיט גוטן ביי די נרצח'ס משפחה אז זיי זאלן צוריקציען, אבער ליידער אן ערפאלג.

והשם ירחם

Re: איראנע שופט משפט א איד צום טויט, ה"י.

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 2:35 pm
דורך Spa 42
נתנאל.
IMG-20240517-WA0010 (1).jpg.png
IMG-20240517-WA0010 (1).jpg.png (123.92 KiB) געזען געווארן 1460 מאל

Re: איראנע שופט משפט א איד צום טויט, ה"י.

געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 2:38 pm
דורך Spa 42
שופר בלאזן היינט ביי קבר רחל אמינו.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 10:35 pm
דורך Spa 42
די אורטייל איז געווארן אפגעשטיפט אויף מאנטאג.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 10:36 pm
דורך Spa 42
נתנאל'ס מאמע.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:34 pm
דורך פופציגער
א גוטע וואך.

זע איך באריכטן אז דער בחור איז פריי!

איז עס ריכטיג?

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 12:06 am
דורך ס'קען זיין אז..
פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:34 pm א גוטע וואך.

זע איך באריכטן אז דער בחור איז פריי!

איז עס ריכטיג?
איראנער רעזשים גייט פאראויס מיט פלאן אויסצופירן טויט שטראף אורטייל אויף איד טראץ דרוק קאמפיין‎

SmartSelect_20240519_000411_Yiddish24.jpg
SmartSelect_20240519_000411_Yiddish24.jpg (118.47 KiB) געזען געווארן 1332 מאל
דאקטער האמיאן סאמיא, וועלכער איז א אידישער פארלאמענט מיטגליד אין טעהראן, זאגט אז ער האט שוין געבעטן א צאל מוסולמענער געזעצגעבער צו רעדן צו די פאמיליע פונעם מאן וועמען דער איד האט בטעות אומגעברענגט, אז זיי זאלן אפשוינען דעם איד'ס לעבן, אבער דערווייל געבט זיך גארנישט איין. סאמיא זאגט אז די אידישע געמיינדע איז אויך גרייט צו לאזן בויען א מעטשעט אין נאמען און עהרע פונעם מאן וועלכער איז אומגעקומען, אבער די פרואוון זענען דערווייל נישט סוקסעספול, און ווי מען הערט גייט מען פאראויס מיט די פלאן צו הינריכטן דעם איד. אן עקספערט איבער אידישע אנגעלעגנהייטן אין איראן זאגט, אז עס איז א קעיס פאר די איראנער רעזשים צו צייגן אז זיי זענען שטארק און אז זיי ברעכן זיך נישט פאר קיין שום דרוק. אידן זענען מתפלל פאר ערווין נתנאל בן ציונה, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.

קרעדיט: אידיש 24

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 12:38 am
דורך פופציגער
אוי געוואלד!!

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 12:57 am
דורך ס'קען זיין אז..
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 12:38 am אוי געוואלד!!
טוטץ אזוי גוט
און זאגט א קאפיטל תהלים
(אויב מען קען פסוק קל)

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 3:18 am
דורך שרגא
נאך העפטיגע שתדלנות איז אצינד געמאלדן געווארן דורך דער ’צדק ארגאניזאציע’ אז דער ארטיגע געריכט האט אפגעשטופט די הינריכטונג פון דער איד אין איראן מיט נאך א חודש וואס וועט אי”ה געבן גענוג צייט צו טוען די ריכטיגע פעולות צו ברענגען די פולקאמע ישועה.

דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר דער גענצליכע באפרייאונג פון ערווין נתנאל בן ציונה.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 9:02 am
דורך שמח
שרגא האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:18 am נאך העפטיגע שתדלנות איז אצינד געמאלדן געווארן דורך דער ’צדק ארגאניזאציע’ אז דער ארטיגע געריכט האט אפגעשטופט די הינריכטונג פון דער איד אין איראן מיט נאך א חודש וואס וועט אי”ה געבן גענוג צייט צו טוען די ריכטיגע פעולות צו ברענגען די פולקאמע ישועה.

דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר דער גענצליכע באפרייאונג פון ערווין נתנאל בן ציונה.
איז ערווין פון די נאמען? וויאזוי זאגט מען דאס?
איז נישט די נאמען בן סוניה

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 11:49 am
דורך שאינו יודע לשאול
פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:34 pm א גוטע וואך.

זע איך באריכטן אז דער בחור איז פריי!

איז עס ריכטיג?
טורקס זאגט אויף ק"מ אז ס'איז געווען אזא רומער ביי די עסקנים אבער האט זיך ארויסגעשטעלט פאלש.

אויך זאגט ער אז "נטורי קרתא" איז שטארק פארמישט פרובירנדיג צו שתדלען ביי די איראנע רעגירונג מיט וועם זיי זענען אין גוטע באציאונג.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 12:04 pm
דורך וואוילער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:49 am
פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:34 pm א גוטע וואך.

זע איך באריכטן אז דער בחור איז פריי!

איז עס ריכטיג?
טורקס זאגט אויף ק"מ אז ס'איז געווען אזא רומער ביי די עסקנים אבער האט זיך ארויסגעשטעלט פאלש.

אויך זאגט ער אז "נטורי קרתא" איז שטארק פארמישט פרובירנדיג צו שתדלען ביי די איראנע רעגירונג מיט וועם זיי זענען אין גוטע באציאונג.
אה, זייערע באציאונגען קען צונוץ קומען!

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 3:39 pm
דורך איטשע
וואס איז די מציאות?

טאמער די משפחה פונעם געהארגעטע ווערט באאיינפלוסט פון די עסקנים און וועלן זאגן אז מ'דארף נישט פארמשפט'ן צום טויט דער יוד, וועט ער ווערן באפרייט אפי' נאך די ריכטער האט שוין געפסקנט די פסק?

און ווער האט מצליח געווען אפצושטופן מיט א חודש די אורטייל? צדק אדער נטורי קרתא?

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 3:41 pm
דורך דער תהלים איד
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:39 pm וואס איז די מציאות?

טאמער די משפחה פונעם געהארגעטע ווערט באאיינפלוסט פון די עסקנים און וועלן זאגן אז מ'דארף נישט פארמשפט'ן צום טויט דער יוד, וועט ער ווערן באפרייט אפי' נאך די ריכטער האט שוין געפסקנט די פסק?
יא. אזוי איז דארט דער געזעץ אז די משפחה קען מוחל זיין.

איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:39 pm און ווער האט מצליח געווען אפצושטופן מיט א חודש די אורטייל? צדק אדער נטורי קרתא?
די אידישע ארגאניזאציעס, אינקלודעד צדק.

נטו"ק האט נישט קיין איינפלוס אויפ'ן געריכט אדער פאליטישע פירערשאפט. זייער השתדלות איז ביי די משפחה.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:13 pm
דורך ס'קען זיין אז..
שמח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 9:02 am
שרגא האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:18 am נאך העפטיגע שתדלנות איז אצינד געמאלדן געווארן דורך דער ’צדק ארגאניזאציע’ אז דער ארטיגע געריכט האט אפגעשטופט די הינריכטונג פון דער איד אין איראן מיט נאך א חודש וואס וועט אי”ה געבן גענוג צייט צו טוען די ריכטיגע פעולות צו ברענגען די פולקאמע ישועה.

דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר דער גענצליכע באפרייאונג פון ערווין נתנאל בן ציונה.
איז ערווין פון די נאמען? וויאזוי זאגט מען דאס?
איז נישט די נאמען בן סוניה
קיינער ווייסט נישט אויף זיכער ווי אזוי איבער צו טייטשן זיין נאמען אויף לשון הקודש

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:16 pm
דורך מיילעך פריילעך
א מאסיווע קאמפיין פון עטליכע מיליאן דאלער (וואס קען גרינג געשאפן ווערן אין אזא שווערע מצב) וואלט נישט געבראכן די משפחה??

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:22 pm
דורך איטשע
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:16 pm א מאסיווע קאמפיין פון עטליכע מיליאן דאלער (וואס קען גרינג געשאפן ווערן אין אזא שווערע מצב) וואלט נישט געבראכן די משפחה??
לכאורה ווערט די משפחה געטריבן דורך די רעגירונג זיך נישט צו לאזן פון די עסקנים און בלייבן מיט זייער מיינונג

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:23 pm
דורך מיילעך פריילעך
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:22 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:16 pm א מאסיווע קאמפיין פון עטליכע מיליאן דאלער (וואס קען גרינג געשאפן ווערן אין אזא שווערע מצב) וואלט נישט געבראכן די משפחה??
לכאורה ווערט די משפחה געטריבן דורך די רעגירונג זיך נישט צו לאזן פון די עסקנים און בלייבן מיט זייער מיינונג
אזא שטארקע אינטערסע האט די רעגירונג אז מען זאל אים ל"ע וכו'

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:24 pm

הער די אינטערוויו פון משה מארגערעטן.

מ'האט אים געאפערט געלט איז ער געקומען שרייען מיט א מעסער.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:24 pm
דורך איטשע
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:23 pm
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:22 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:16 pm א מאסיווע קאמפיין פון עטליכע מיליאן דאלער (וואס קען גרינג געשאפן ווערן אין אזא שווערע מצב) וואלט נישט געבראכן די משפחה??
לכאורה ווערט די משפחה געטריבן דורך די רעגירונג זיך נישט צו לאזן פון די עסקנים און בלייבן מיט זייער מיינונג
אזא שטארקע אינטערסע האט די רעגירונג אז מען זאל אים ל"ע וכו'
זיי גלייכן נישט אונזער פאלק...

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:25 pm
דורך מיילעך פריילעך
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:24 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:23 pm
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:22 pm

לכאורה ווערט די משפחה געטריבן דורך די רעגירונג זיך נישט צו לאזן פון די עסקנים און בלייבן מיט זייער מיינונג
אזא שטארקע אינטערסע האט די רעגירונג אז מען זאל אים ל"ע וכו'
זיי גלייכן נישט אונזער פאלק...
אפעציעל גלייכן זיי יא אידן (פארשטייט זיך נישט די ציונים)

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:50 pm
דורך אנדערער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:25 pm
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:24 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:23 pm

אזא שטארקע אינטערסע האט די רעגירונג אז מען זאל אים ל"ע וכו'
זיי גלייכן נישט אונזער פאלק...
אפעציעל גלייכן זיי יא אידן (פארשטייט זיך נישט די ציונים)
אפיציעל אין קאפ אריין

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:50 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:25 pm
איטשע האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:24 pm

זיי גלייכן נישט אונזער פאלק...
אפעציעל גלייכן זיי יא אידן (פארשטייט זיך נישט די ציונים)
אפיציעל אין קאפ אריין
דעיס איז אבער וואס זיי טרייען צו ווייזן פאר די וועלט.

Re: איראנער ריכטער משפט א איד צום טויט, ה"י

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 8:53 pm
דורך אנדערער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:51 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:50 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:25 pm

אפעציעל גלייכן זיי יא אידן (פארשטייט זיך נישט די ציונים)
אפיציעל אין קאפ אריין
דעיס איז אבער וואס זיי טרייען צו ווייזן פאר די וועלט.
נאר ווען עס פעלט אויס

אין אזא פאל האבן נישט קיין שום סיבה צו וועלן א איד זאל באפרייט ווערן