בלאט 1 פון 7

מוסדות ‘עטה''ק אין אמעריקע; זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:31 pm
דורך לאקאלער רב
א גוטן טייערע אחים לדעה.

אין פארבינדונג מיט די לעצטערע פאסירונגען און גזירות אין ארצות הברית - א שטייגער ווי קאוויד 19, גזירת החינוך, וואקסינען און נאך -, איז אנטשטאנען ביי אונז אין ניו יארק והגלילות א נייע מציאות גערופן "מוסדות על טהרת הקודש" - לכאורה א שם המושאל פון די מסירת נפש'דיגע מוסדות'ער אין ארצה"ק וועלכע זענען זיך מוסר נפש נישט צו נהנה זיין משולחן איזבל און נעמען נישט קיין געלט פון די ממשלת הכופרים.

מיר קוקט אויס אז די מוסדות זענען געגרינדערט געווארן דורך האטליינס באאיינפלוסטע כלל ישראל'ס באזארגער, די וואס זענען משים לילות כימים זיך אפצוגעבן מיט אלע ענינים העומדים על הפרק...

למעשה בין איך און מיינע ארומיגע פון די וועלכע שיקן צו די מוסדות ווי אונזערע עלטערן שיקן און מיר זעלסבטס האבן געלערנט, און מיר פירן זיך אזויווי אונזער רבי זז"ג לערנט אונז (איר קענט באשליסן וועמען איר ווילט אז זאל מיינען).

זעה איך אבער אז די וואס עפענען די נייע קליינע מוסדות זענען אנגעוויזן אויף אונזער געלט און זיי קומען צו אונז נאך געלט טעגליך אין די צענטראלע בתי מדרשים פון ביידע סאטמארע קהילות.

איז דא א סברא צו זאגן, אפגעזעהן פון אלע זייטיגע חשבונות, לערנט מען מיט די קינדער די הייליגע תורה פונקט ווי ערגעץ אנדערש, פארוואס זאל איך נישט אריינווארפן א דאללאר צוויי פאר זיי?

אבער פון די אנדערע זייט, שפיר איך ווי זיי גייען נאכגעלט ווייל איך בין נישט גענוג איד לויט זיי, טא, פארוואס זאל איך אנערקענען דיין צוועק בכלל?...

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm
דורך world champion
הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm
דורך ביסט גערעכט
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
פארוואס?

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:43 pm
דורך world champion
ביסט גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
פארוואס?
ווייל ער האט עס מחשיב געווען, ווי מער אפגעשייד אלטס חשובער.

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:45 pm
דורך ווערווייס
א איד האט געזאגט ער שטיצט זיי זייער שיין, דו האלט נאר דיר קינדער ביי דיר, און דריי נישט איבער ביי מיר

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm
דורך לאקאלער רב
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:57 pm
דורך ר' משה
ווערווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:45 pm א איד האט געזאגט ער שטיצט זיי זייער שיין, דו האלט נאר דיר קינדער ביי דיר, און דריי נישט איבער ביי מיר
אבער זיי דרייען ווייטער איבער

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:00 pm
דורך world champion
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
איך זעה נישט קיין חילוק.

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:04 pm
דורך ביסט גערעכט
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
בכלל נישט. האלטס נישט אז די מזרחיסטשע פארטייען קוקן אונז אן ווי די זעלבע עקסטרעמיסטן ווי אונז קוקן אן יענע חברה?

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:07 pm
דורך לאקאלער רב
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:00 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
איך זעה נישט קיין חילוק.
א ציוני אין א ניכטערע מינוט פארשטייט זייער גוט די פראבלעם מיטן נעמען געלט, משא"כ די חברה דא זענען דעך פשוטע אויבערכאכאמעם...

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:09 pm
דורך לאקאלער רב
ביסט גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:04 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
בכלל נישט. האלטס נישט אז די מזרחיסטשע פארטייען קוקן אונז אן ווי די זעלבע עקסטרעמיסטן ווי אונז קוקן אן יענע חברה?
דאס איז וואס איך זאג,

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:09 pm
דורך world champion
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:07 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:00 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm

להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
איך זעה נישט קיין חילוק.
א ציוני כאפט אין א ניכטערע מינוט פארשטייט זייער גוט די פראבלעם מיטן נעמען געלט, משא"כ די חברה דא זענען דעך פשוטע אויבערכאכאמעם...
טראכט ברייטער...

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:09 pm
דורך לאקאלער רב
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:07 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:00 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm

להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
איך זעה נישט קיין חילוק.
א ציוני אין א ניכטערע מינוט פארשטייט זייער גוט די פראבלעם מיטן נעמען געלט, משא"כ די חברה דא זענען דעך פשוטע אויבערכאכאמעם...

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:11 pm
דורך יאנטשי
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:07 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:00 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm

להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
איך זעה נישט קיין חילוק.
א ציוני כאפט אין א ניכטערע מינוט פארשטייט זייער גוט די פראבלעם מיטן נעמען געלט, משא"כ די חברה דא זענען דעך פשוטע אויבערכאכאמעם...
וואס עפעס? זיי האלטן באמת אז נעמען געלט אין ניו יארק איז א פראבלעם.

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:11 pm
דורך דער תהלים איד
לאמיר שיפטן די פראגע.

א איד וויינט זיך אויס צו מיר אז ער האט נישט קיין פרוטה, און זיין קינד מוז מאכן א פילינג אין די ציין, עס קאסט א טויזנטער, און ער האט ווייסט נישט וויאזוי דאס צו דעקן!

"פארוואס האסטו נישט קיין מעדיקעיד?" פרעג איך אים.

"דו ווייסט נישט אז אין תו"א נעמט מען נישט קיין ביטוח לאומי?!" ענטפערט ער מיר.

איך: וואס האט ביטוח לאומי מיט מעדיקעיד? דא איז נישט קיין ציונים, ס'איז אמעריקא!

ער: אבער נאך אלעם, ביי קאוויד האט מען געזען אז די אמעריקאנע רעגירונג איז דא נאר צו הרג'נען, מילא איז שוין דא די זעלבע, מ'טאר נישט נעמען מעדיקעיד.

*

וואס זאל איך טון? זאל איך אים געבן דעם טויזנטער?

איך ווייס נישט וואס דעת תורה וואלט געזאגט, אבער איך אלס דעת העל הבית וואלט אים געזאגט "א פסיכיאטאר באצאל איך, אבער נאר דאס".

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:40 pm
דורך אסמכתא בעלמא
מיר האבן צוריקגעשטעלט דעם אשכול, נאכ'ן עדיטן. מיט די האפענונג אז עס וועט נישט פירן צו בארעדן יחידים אד"ג, וכ"ש רבנים.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:46 pm
דורך לאקאלער רב
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:40 pm מיר האבן צוריקגעשטעלט דעם אשכול, נאכ'ן עדיטן. מיט די האפענונג אז עס וועט נישט פירן צו בארעדן יחידים אד"ג, וכ"ש רבנים.
יישר כח פארן צוריקשטעלן און פארן בעסער ארויסברענגען מיין נקודה, זכה מלאכתו נעשה ע"י אחרים...

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:51 pm
דורך נקודות טובות
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:31 pm א גוטן טייערע אחים לדעה.
פארוואס מאכסטו לצנות פון איינער וואס וויל זיין אפגעהיטען?

קענסט מיר זאגן פארוואס איז אנדערש נעמען געלט פון די אמעריקאנער גאווערמענט, ווי פון די מדינת ישראל גאווערמענט? מישט זיך דען נישט די גאווערמענט דאהי אריין אין די חינוך? מען זעהט דאך קלאר אז מען ליידט פון גזירות החינוך דאהי פונקט ווי אין ארצינו הקדושה. טא וואס ווילסטו?

און בדרך אגב איז גארנישט קלאר אויב עס איז ניחא געווען פאר סאטמאר רבי זי''ע אז מען זאל נעמען געלט פון די גאווערמענט אין אמעריקע. אדרבה, זאל איינער ברענגען די ריקארדינג ווי די סאטמאר רבי זאגט פאר די גאב''ד הרב ווייס אז מען נעמט נישט קיין געלט דא אין אמעריקע פון די רעגירונג.

וואס באדערט דיר אז זיי האלטן זיך העכער ווי דיר? ארבעט אויף דיינע מידות אביסעל און טריי ארויסצוקוקען פון דיין באקס וועט עס דיר נישט אזוי באדערען. און צווייטנס, דיינע קינדערס מוסדות נעמען אויך געלט פון אידן וואס קוקן ווידאוי און פון אידן וואס גייען אין שויער נאך די מקוה. דו האלטס אויך אז דו ביסט העכער פון זיי, אפשר טאקע זאלן די נגידים נישט געבן קיין געלט פאר דיינע מוסדות??

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:54 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
איך פארשטיי נישט די פראגע.

פארוואס זאל מען נישט געבן געלט פאר א צווייטע איד???

נעמען געלט פון נישט גוטע פלעצער איז א פראבלעם, ממילא ברויך מען אכטונג געבן פון ווי מ' נעמט געלט, אבער געבן???

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:56 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:51 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:31 pm א גוטן טייערע אחים לדעה.
פארוואס מאכסטו לצנות פון איינער וואס וויל זיין אפגעהיטען?

קענסט מיר זאגן פארוואס איז אנדערש נעמען געלט פון די אמעריקאנער גאווערמענט, ווי פון די מדינת ישראל גאווערמענט? מישט זיך דען נישט די גאווערמענט דאהי אריין אין די חינוך? מען זעהט דאך קלאר אז מען ליידט פון גזירות החינוך דאהי פונקט ווי אין ארצינו הקדושה. טא וואס ווילסטו?
עקסטערע טעמע אלערט..

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:00 pm
דורך פופציגער
דו הערסט נישט אויף איבערדרייען אז איך גיי קעגן די תורה הקדושה. יא? נו פונקט ווי דו נעמסט נישט קיין געלט פון די רעגירונג נישט צו נשפע ווערן, נעם ביטע נישט פון מיר.

איך קען זיך נישט זען שטיצן מענטשן וואס לייגן זיך אליינס אריין אין חובות פאר וויסטע ווילדע משוגעתן.

הרב עובדי' יוסף פלעגט יא געבן? זייער שיין! איך נישט.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:14 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:00 pm דו הערסט נישט אויף איבערדרייען אז איך גיי קעגן די תורה הקדושה. יא? נו פונקט ווי דו נעמסט נישט קיין געלט פון די רעגירונג נישט צו נשפע ווערן, נעם ביטע נישט פון מיר.

איך קען זיך נישט זען שטיצן מענטשן וואס לייגן זיך אליינס אריין אין חובות פאר וויסטע ווילדע משוגעתן.

הרב עובדי' יוסף פלעגט יא געבן? זייער שיין! איך נישט.
און די זעלבע טענה'ן אין א"י די אלע אידן וואס נעמען יא געלט פון די מדינה.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:19 pm
דורך שאינו יודע לשאול
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:14 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:00 pm דו הערסט נישט אויף איבערדרייען אז איך גיי קעגן די תורה הקדושה. יא? נו פונקט ווי דו נעמסט נישט קיין געלט פון די רעגירונג נישט צו נשפע ווערן, נעם ביטע נישט פון מיר.

איך קען זיך נישט זען שטיצן מענטשן וואס לייגן זיך אליינס אריין אין חובות פאר וויסטע ווילדע משוגעתן.

הרב עובדי' יוסף פלעגט יא געבן? זייער שיין! איך נישט.
און די זעלבע טענה'ן אין א"י די אלע אידן וואס נעמען יא געלט פון די מדינה.
פארדעם קומען טאקע די אלע אידן קיין אמעריקע.

Re: מוסדות על "טהרת הקודש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איך זע גראדע נישט די פראבלעם צו געבן געלט פאר די מוסדות.

למעשה, אלע מוסדות אין ניו יארק דארפן צוקומען צו נדבות. קיינער איז נישט אפילו פופציג פראצענט געקאווערט פון די רעגירונג, סך הכל דארפן זיי אביסל (אסאך) מער, וויל זיי צאלן אליין די עסן און באסעס וכדו'.

סאו ווען דו גיבסט זיי טראכט אז דו גיבסט נאר פאר די חלק פונען בודזשעט וואס זיי וואלטן סייווי געדארפט צוקומען צו דיר...(א בחינה פון דער איד וואס איז אייביג די צענטער צום מנין, איי ס'דא דרייסיג? נו זיי זענען איבריג...)

אגב, פאר די נאלעדזש בעלמא, דער טיטל פון טהרת הקודש איז א שם המושאל אויך אויף די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. (אוכל חולין על טהרת הקודש- איינער וואס עסט אלעמאל אויף די זעלבע דרגא טהרה וואס פאדערט זיך ביי קדשים)

Re: מוסדות על "טהרת הקןדש(?)" אין אמעריקא, זאל איך זיי שטיצן?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:13 pm
דורך הורדוס
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:00 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:52 pm
world champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:35 pm הרב עובדיה יוסף פלעגט גיבן געלט פאר טהרת הקודש אין א"י...
להבדיל... איך מיין אז די חילוק איז פשוט.
איך זעה נישט קיין חילוק.
אין א"י מיינען זיי עס לשם שמים, משא"כ דא