בלאט 1 פון 4
אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:16 am
דורך צייטווייליג
רבותים, א קורצע באריכט.
די קאמיטע זיצט און גייט אדורך די אפציעס פון טיטלען באלוינונגען פאר ניק’ס וועלכע געבן צו צום טישל. דערווייל האט די קאמיטע זיך נישט געאייניגט אויף א סיסטעם פון טיטלען וכדומה אבער טייל ניקס איז קלאר אז זיי פארדינען עס. דעריבער זעהט זיך אויס ווי סוועט זיין א מעניועל פראצעדור פון געבן און מעגליך צוריקנעמען די טיטלען כפי ראות עיני הקאמיטע. צו עמענדן די שטאטוטן ברויך מען א גאנצע פראצעדור וואס איז נישט פשוט, אבער בתורת עקזעקיוטיוו פראצעדור וועט עס ווערן געטון בעזהשי”ת ווי אמשנעלסטן.
הכרת הטוב איז א אידישע מידה און דער עולם דא וואס גיבט צו צום פלאץ מוז באקומען די הכרת הטוב וואס קומט זיך זיי ערליך. מצד שני, די הנהלה רעזערווירט זיך די פולסטע רעכטן וועמען יא אדער נישט צו געבן די טיטלען און אויב/ווען עס צוריקנעמען. אלעס וועט אדורכגיין אן אינערליכע קאמיטע וואוט וכו’ אבער מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן לכאן או לכאן.
ווארטס מיט שפאנונג.
הכו”ח צייטווייליג
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:41 am
דורך דער תהלים איד
דער נעמט זיך #עקזעקיוטיוו מאכט
פיין פיין.
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:44 am
דורך צייטווייליג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:41 am
דער נעמט זיך #עקזעקיוטיוו מאכט
פיין פיין.
ודאי! כגלייך זייער פאוער
ערנסט גערעדט, סאיז אן עקזעקיוטיוו מאכט וואס די הנהלה וועט נוצן קאלעקטיוולי, קיין יחיד פון די הנהלה וועט גארנישט טון אויף די אייגענע האנט אנבאלאנגט די טיטלען. א טיטל פאר א ניק באדייט אז סאיז אדורך אן אינערליכע וואוט און ”יעדער” האט איינגעשטימט דערויף.
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:45 am
דורך להגדיל הטראסק
הייסט אז @צייטווייליג דערקלערט אז עס איז @צייטווייליג אויפן טיש די מעגליכקייט פון טיילן טיטלען אויף @צייטווייליג ...
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איז שייך צו ארויסגעבן אביסל מער פרטים איבער וואס מ'איז דן?
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:59 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:36 pm
איז שייך צו ארויסגעבן אביסל מער פרטים איבער וואס מ'איז דן?
גאמ
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:38 pm
דורך צווייזייטיג
וואס איז מיין טיטל?
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:50 pm
דורך world champion
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:38 pm
וואס איז מיין טיטל?
אידטיש שרייבער...
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:57 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:38 pm
וואס איז מיין טיטל?
צווייזייטיג אויף איין זייט

Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:59 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
מיר לאז רעגענדיג... פליזזז.
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:21 pm
דורך דעת קדשי
אין ריעל לייף וואלט איך יעצט געמאכט א טענטשרא''ם אין זיך געווארפן אויפן פלאר און געוויינט און געברעטשעט און אפשר אריינגעגבן א קלאגע אין געריכט היתכן כ'האב נאר אזא נערישע אין בעיבישע טיטל...אבער אין די ווירטואלע וועלט בין איך א שומע ושותק און מקבל באהבה...
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 3:23 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:21 pm
אין ריעל לייף וואלט איך יעצט געמאכט א טענטשרא''ם אין זיך געווארפן אויפן פלאר און געוויינט און געברעטשעט און אפשר אריינגעגבן א קלאגע אין געריכט היתכן כ'האב נאר אזא נערישע אין בעיבישע טיטל...אבער אין די ווירטואלע וועלט בין איך א שומע ושותק און מקבל באהבה...
אזא איינער וואס ווארפט זיך אויפן קרקע, בעת ער מאכט א טאנטרום, (סארי אמאל איז מיר שווער צו שרייבן אזאנע ווערטער באידיש) רופט טאקע אין געריכט.
גראדע האב איך א פלאן, צו עפענען א געריכט זאל דא אינעם קרעמל. ווי איך וועל זיין דער שופט... מען וועט אויפנעמען אדוואקאטן, מיט פראקורארן, און אנהייבן פירן אלע ערליי געריכטן, קעגן ניקים.
אדער ח"ו אויב איינער וויל רופן אין געריכט די הנהלה.... מברויך מיר נאר פרעגן רשות פון די מנהלים.
(אויב וועלן זיי נישט לאזן צו וועם וועט מען אפעלירן דעם אורטייל??)
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 11:22 am
דורך וואלף
צייטווייליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:16 am
רבותים, א קורצע באריכט.
די קאמיטע זיצט און גייט אדורך די אפציעס פון טיטלען באלוינונגען פאר ניק’ס וועלכע געבן צו צום טישל. דערווייל האט די קאמיטע זיך נישט געאייניגט אויף א סיסטעם פון טיטלען וכדומה אבער טייל ניקס איז קלאר אז זיי פארדינען עס. דעריבער זעהט זיך אויס ווי סוועט זיין א מעניועל פראצעדור פון געבן און מעגליך צוריקנעמען די טיטלען כפי ראות עיני הקאמיטע. צו עמענדן די שטאטוטן ברויך מען א גאנצע פראצעדור וואס איז נישט פשוט, אבער בתורת עקזעקיוטיוו פראצעדור וועט עס ווערן געטון בעזהשי”ת ווי אמשנעלסטן.
הכרת הטוב איז א אידישע מידה און דער עולם דא וואס גיבט צו צום פלאץ מוז באקומען די הכרת הטוב וואס קומט זיך זיי ערליך. מצד שני, די הנהלה רעזערווירט זיך די פולסטע רעכטן וועמען יא אדער נישט צו געבן די טיטלען און אויב/ווען עס צוריקנעמען. אלעס וועט אדורכגיין אן אינערליכע קאמיטע וואוט וכו’ אבער מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן לכאן או לכאן.
ווארטס מיט שפאנונג.
הכו”ח צייטווייליג
וויאזוי גייט ארבעטן די אראפנעמען די טיטל?
אראפגיין א דרגה איז א גרויסער ווייטאג....
מאן דנחית מדרגא קדמאה דהוה ביה קארי בי' מיתה
נאר אויב די שטאטון וועלן האבן הארטע און קלארע גיידליינס וואס איז נישט תלוי בשיקול הדעת
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 1:17 pm
דורך ס'קען זיין אז..
צייטווייליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:16 am
רבותים, א קורצע באריכט.
די קאמיטע זיצט און גייט אדורך די אפציעס פון טיטלען באלוינונגען פאר ניק’ס וועלכע געבן צו צום טישל. דערווייל האט די קאמיטע זיך נישט געאייניגט אויף א סיסטעם פון טיטלען וכדומה אבער טייל ניקס איז קלאר אז זיי פארדינען עס. דעריבער זעהט זיך אויס ווי סוועט זיין א מעניועל פראצעדור פון געבן און מעגליך צוריקנעמען די טיטלען כפי ראות עיני הקאמיטע. צו עמענדן די שטאטוטן ברויך מען א גאנצע פראצעדור וואס איז נישט פשוט, אבער בתורת עקזעקיוטיוו פראצעדור וועט עס ווערן געטון בעזהשי”ת ווי אמשנעלסטן.
הכרת הטוב איז א אידישע מידה און דער עולם דא וואס גיבט צו צום פלאץ מוז באקומען די הכרת הטוב וואס קומט זיך זיי ערליך. מצד שני, די הנהלה רעזערווירט זיך די פולסטע רעכטן וועמען יא אדער נישט צו געבן די טיטלען און אויב/ווען עס צוריקנעמען. אלעס וועט אדורכגיין אן אינערליכע קאמיטע וואוט וכו’ אבער מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן לכאן או לכאן.
ווארטס מיט שפאנונג.
הכו”ח צייטווייליג
אויב מען קען עס ביטע מער מסביר זיין
למשל דעי ניק נאמען דעי טיטל וכדומה...
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: פרייטאג מאי 17, 2024 3:10 pm
דורך פעינטיג
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 17, 2024 3:23 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:21 pm
אין ריעל לייף וואלט איך יעצט געמאכט א טענטשרא''ם אין זיך געווארפן אויפן פלאר און געוויינט און געברעטשעט און אפשר אריינגעגבן א קלאגע אין געריכט היתכן כ'האב נאר אזא נערישע אין בעיבישע טיטל...אבער אין די ווירטואלע וועלט בין איך א שומע ושותק און מקבל באהבה...
אזא איינער וואס ווארפט זיך אויפן קרקע, בעת ער מאכט א טאנטרום, (סארי אמאל איז מיר שווער צו שרייבן אזאנע ווערטער באידיש) רופט טאקע אין געריכט.
גראדע האב איך א פלאן, צו עפענען א געריכט זאל דא אינעם קרעמל. ווי איך וועל זיין דער שופט... מען וועט אויפנעמען אדוואקאטן, מיט פראקורארן, און אנהייבן פירן אלע ערליי געריכטן, קעגן ניקים.
אדער ח"ו אויב איינער וויל רופן אין געריכט די הנהלה.... מברויך מיר נאר פרעגן רשות פון די מנהלים.
(אויב וועלן זיי נישט לאזן צו וועם וועט מען אפעלירן דעם אורטייל??)
פאלי אין!!!
אקעי חברה כגיי נאר זיין עוועילעבל מיטוואך צו פארברענגן מיט אייך...
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 1:00 pm
דורך צייטווייליג
מזל טוב @Spa 42 און @פליט צום טיטל!
א גרויסן ייש”כ פאר אייער שווערע ארבעט!
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 1:05 pm
דורך Spa 42
יאָ אַר וועלקאם.
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 1:06 pm
דורך אנדערער
Spa 42 האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 1:05 pm
יאָ אַר וועלקאם.
מזל טוב און א גרויסע יישר כח פאר אונז מהנה זיין
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 1:10 pm
דורך Spa 42
כ'האב נישט געוויסט אז איינער ליינט מיינע נייעס'לעך....

Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 1:22 pm
דורך להגדיל הטראסק
מזל טוב ר' @ניקל
פאר דעם ערליך פארדינטן טיטל!
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm
דורך הכל ריוח
Spa 42 האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 1:10 pm
כ'האב נישט געוויסט אז איינער ליינט מיינע נייעס'לעך....
א גרויסע עולם ליינט!
רבותי, פידבעק איז וויכטיג.
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 2:26 pm
דורך צייטווייליג
הכל ריוח האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm
Spa 42 האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 1:10 pm
כ'האב נישט געוויסט אז איינער ליינט מיינע נייעס'לעך....
א גרויסע עולם ליינט!
רבותי, פידבעק איז וויכטיג.
אדער א פשוטע לייק. כמיין אז סאיז בגדר עברי טייטש הכרת הטוב. סדארף נישט זיין עפעס אויסנאמליך.
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 3:21 pm
דורך דער תהלים איד
מזל טוב @Spa 42!
מזל טוב @פליט!
און א יישר כח פאר אלעמאל!
@ניקל האט אויך דעם נייעם טיטל! שוין געהאט בעפאר? איך דענק נישט.
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 4:37 pm
דורך וואוילער
וואס רעדסטו, @ניקל האט זיך פארדינט דעם טיטל שוין לאנג צוריק (גיי טרעף די לינק יעצט).
מזל טוב אלע נייע באטיטלטע!
Re: אידטיש ניק טיטלען
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 9:03 pm
דורך ניקל
איינער קען מיר מסביר זיין וואס דא קומט פאר ?
ווי טיטלען ? ווען טיטלען ?