בלאט 1 פון 1

כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:20 am
דורך משה יצחקי
בסייעתא דשמיא.


איך האב מיטגעהאלטן אזא שמירה/שומרים סיטואציע (הנקרא כאפצע״ם) אונעם הארץ פון בארא פארק, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וויאזוי די מענטשהייט ראגירט צו דעם.

ס׳איז צוטיילט און אפאר נאטורן.

דער ערשטער..

באהאלט זיין בושה נעמט זיך צוזאם, און גייט צו ממש ביז די פארברעכער און פאנגט אן סטער״ן קודם אויפן ערל דערנאך אויפן שמירה/שומרים גענעראל, דערנאך שפאצירן זיינע אויגן אריבער צום פאליס קאר, און גלייך דערנאך באטראכט ער די מאסן וחוזר חלילה. (פון מאל צו מאל געבט ער אויך אן עצה.. ווענד זיך אונעם IQ..) ער בלייבט דארט ביז אלעס אלעס איז פארטיג!

והשני..

די בושה נאגט, סוי מען שטייט מהצד, צווישן ראובנ׳ס אקסעל און שמעונ׳ס אויער האט ער געטראפן אזא קליינע ספא״ט ווי ער האט א בערך׳דיגע בליק אויף די סיטואציע, ענדליך ענדליך טרעפט ער עפעס א גאר אינגער בחור און ער פרעגט אים ״וואס איז געשעהן דא?״ חס וחלילה פרעגן פון אן ערוואקסענע (סיז בושות..)

והשלישי..

אונזער קומנדיגער איז גאנץ פאפולער.. קודם קראס״ט מען די גאס (ביסט משוגע? מיינסט איך האב נישט וואס צו טוהן? איך בין נישט קיין בחור!) אבער ווי אינטרעסאנט ס׳הערט זיך האט ער ממש יענער רגע באקומען א טעלעפאן קאל, ער הייבט אויף זיין פאון, און ער פאנגט אן רעדן צום לויתן אליין! אינגערמאן קיינער האט דיר נישט יעצט גערופען!.. מען שפאצירט ארויף און אראפ און אראפ און ארויף..

והרביעי..

מען וואקט פשוט ווייטער. (נישט אידן, אפשר גוים…)

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:30 am
דורך אנדערער
פיינע אבזערוואציעס

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 3:01 am
דורך פעינטיג
:P :P :P

גווווט!!

האבעך א חשד אז איר זענט פונעם ערשטער נאטור, האסט עפעס צו גוט ארויס די בילד.


אמערעדט שוין, וואס טאקע איז געשען?!

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 6:26 am
דורך בערל דער פייפער
:lol: :lol: :lol:

די ביזט פיין!

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 9:46 am
דורך שאינו יודע לשאול
גוט געזאגט!
:lol:

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 2:44 pm
דורך ווינטעלע
👍👍👍👍👍

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 2:44 pm
דורך דער תהלים איד
פיינע נייעס.

אבער דער פערטער איז בבחינת בן סורר ומורה.

לא הי' ולא נברא! :lol:

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 5:26 pm
דורך פופציגער
😎😎

גוט גוט...

וואו לייגט מען דעם וואס קומט אן און הייבט אן בויקערן די ביינער?

Re: כאפצעם!

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 6:52 pm
דורך משה יצחקי
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:26 pm 😎😎

גוט גוט...

וואו לייגט מען דעם וואס קומט אן און הייבט אן בויקערן די ביינער?
מען טרעפט אים שנעל א דזשאב!