בלאט 1 פון 1

דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריקגעברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:20 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
א מעשה וועל איך מיט אייך מיטטיילן.
מיין געשיכטע וועל איך פון מיר ארויס שיילן.

פון ווען איך בין געווען אכצן יאר אלט.
און ליידער צו אידישקייט געווען קאלט.

איך קום פון א פאמיליע נישט פארמעגליך.
דעם כסף מנלן האט פאר מיין טאטע געמוטשעט טעגליך.

געלערנט האב איך אין א גרויסע ישיבה.
אבער ליידער זיך געדרייט מיט חברים פון א שלעכטע סביבה.

איך האב ישיבה מיט'ן לינקן פיס ביי די פערצן אנגעהויבן.
און פון דאן האב איך מיר אויפגעפירט זייער שטארק לא כהוגן.

איך האב ביי די פופצן א סמארטפאון איינגעהאנדלט.
און אינעם שטן'ס נעץ שטארק געוואנדלט.

קיין רוח החיים האב איך נישט פון דעם באקומען.
און מיין אידישע לעבן האט פינעם זאמד זייגער אנגעהויבן רינען.

פאר מיין טאטע דער תלמיד חכם דער גרויסע.
האט זייער ווייגעטאן מיין מצב די לויזע.

ער פלעגט ביינאכט וויינען מיט הייסע ביטערע טרערן.
און איך פלעג דאס ביז אין מיין צימער אריין הערן.

איך האב פון דעם אסאך עגמת נפש געהאט.
אבער ליידער האט דער שטן שוין אויף מיר כמעט געמאכט
שאכמאט.

די סמארטפאון האט מיר ציביסלעך מיינע געפיהלן אויסגעברענט.
ביז מיין טאטעס טרערן האט מיר רירן שוין נישט געקענט.

אזוי בין איך געפאלן ווייטער און ווייטער.
ווען פון מיינע עלטערן גיסט זיך בלוט און אייטער.

איך בין געווען א פארלאשן ליכטעלע.
און איך פלעג מיר אויפעסן אין טעג ניכטערע.

מיין אידישע פלעמעלע איז געווען דערשטיקט כמעט.
און די טאטע מאמע פלעגן צוזאמען וויינען ביינאכט פריוואט.

אין א ספציעלע ישיבה האט מען מיר געשיקט.
און די לעצטע פאר פרוטות פון מיין ארים טאטע ארויסגערוקט.

אזא ישיבה קאסט דאך א פארמעגן.
אבער מיינע עלטערן האבן זייער ברויט פאר מיר אוועק געגעבן.

און ווען איך ביןגעווארן אכצן יאר.
האב איך געטוהן א שלעכטע זאך ביז גאר.

איך בין פון ישיבה ארויס.
און מיט דעם פארטונקלט דעם טאטנ'ס הויז.

דעם טאטן האט עס וויי געטאהן צום טויט.
עס האט פון די טייערע עלטערן געשינדן די הויט.

קיין דזשאב האב איך נישט גענומען.
איך וואלט סייווי מיט אזא התנהגות גארנישט באקומען.

איין טאג האב איך אין מיין מח אפגעמאכט.
אז נעקסטע וואך דינסטאג ביינאכט.

וועל איך צוזאם פאקן מיינע פעק און זעק.
און איך וועל פון מיין טאטנ'ס הויז אויף אייביג אוועק.

אויף דינסטאג בין איך אויפגעשטאנען.
מיין פלאן זיך געטוהן דערמאנען.

איך האב א ביליגע פלאץ אין לאס אנדשעלעס.
דארט וועל איך מיך לעבן א לעבן קערלעס.

איך האב מיר אנגעהויבן פאקן מיינע חפצים.
ווען אינמיטן מיין טאטע קוקט זיך אויף מיינע זאכן ארום.

ער האט גלייך געכאפט מיינע פלענער.
ער בעט מיר א לעצטע קוש דיר געבן לאמער.

ער האט מיר ארומגענומען.
און פון טאש א צוואנציגער ארויס גענימען.

יוסי איך האב נישט מער.
אבער ווען די וועסט די צוואנציגער ניצן פון דיין טאטע געב א קלער.

איך האב דעם צוואנציגער אן א ווארט אין טאש אריינגעלייגט.
און פון מיין טאטן אויף אייביג זיך צושיידט.

איך האב א טעקסי צום עירפארט באשטעלט.
און אוועקגעפארן אינגאנצן פון מיין אידישע וועלט.

אין עירפארט בין איך אנגעקומען.
ווען פלוצלינג האבן פאליציי עפעס זיכן זיך גענומען.

א באמבע סטראשע איז צו דעם עירפארט אריין.
אלע פליה רייזעס דארפן סוספענדירט זיין.

אזוי האב איך געווארט דארט עטליכע שטונדן.
און די הונגער אין מיר האט מיר אנגעהויבן נונדן.

איך כאפ מיר איך האב א צוואנציגער.
צום נענטסטן וועידינג מאשין צוגעלאפן האמיר.

אבער איך האב דעם טאטנס געבעט געדענקט.
און פאר אים האב איך מיר געשעמט.

איך האב מיר מיין לעבן געטוהן דערמאנען.
די גוטע צייטן מיט מיינע עלטערן צוזאמען.

אוי'פן פלאץ האב איך מיר גענומען וויינען.
פארנט פון אסאך מענטשן ביים ווענדינג מאשין דעם קליינעם.

אלע מיינע טרערן האב איך דארט אויסגענוצט.
זיך דערמאנט וויאזוי איך בין מיט אידישקייט געווען באשיצט.

דער צוואנציגער איז פון מיינע טרערן דורכגעווייקט.
איך האב מיר פונעם ווענדינג מאשין שנעל צושיידט.

דער צוואנציגער קען איך צום עסן נישט ניצן.
א טעקסי אויף צוריק וועט פון דעם דארפן געניסן.

איך בין אינדערהיים אריינגעקומען.
האב איך געזאגט טאטי דיין לעצטע צוואנציגער האסטו פון דיר אוועקגענומען.

ונתנו איך האב עס פאר דיר געשענקט.
דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריקגעברענגט.

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:22 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
שוין געלייגט אויף אייוועלט חדשים צוריק, אבער עטס קענט'ס אויך הנאה האבן.

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:33 am
דורך את פתח לו
זייער שיין.

שוין געליינט דארט, אבער חזרה שאדט נישט.

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:54 am
דורך בערל דער פייפער
זייער שיין,

האסט א חוש א גוטע,
זיי מחיה אידן פולע,
מיטן גראם אלץ פעולה.

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:07 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:54 am זייער שיין,

האסט א חוש א גוטע,
זיי מחיה אידן פולע,
מיטן גראם אלץ פעולה.
ישר כוח פייפערל

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 8:44 am
דורך פופציגער
זייער שיין געשריבן!

א פולע געשיכטע אין גראמען.

דראמאטיש.

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:05 pm
דורך יש ענין
WOW!
האסט מיר כמעט געמאכט וויינען

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הערליך! טאלאנט!

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:25 pm
דורך דער תהלים איד
WOW

איז דאס א מעשה שהי'?!

נורא נוראות!!!

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 2:22 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:25 pm WOW

איז דאס א מעשה שהי'?!

נורא נוראות!!!
אודאי איז עס א מעשה שהיה.
אזאלכע מעשיות פאסירן יעדן איינציגן טאג.
לאו דוקא מיט א צוואנציגער, און לאו דוקא מיט א בחור וואס איז פארפרעמדט פון אידישקייט ליידער.

אבער ליבשאפט פון א טאטע וואס געבט אוועק אלעס פאר א זוהן, אפילו ער איז נישט אזויווי ער וויל ער זאל זיין, גייט זיך קיינמאל נישט אויסלעשן, און די זוהן גייט עט סאם פוינט עס כאפן.

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:25 pm
דורך צוגעמאכט
הערליך שיין מיר באמת איבערגענומען יישר כח גיי ווייטער האסט א הערליך פעדער

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 6:24 pm
דורך וואוילער
שטארק און הערליך!

עטליכע טרערן האבן זיך ארויסגעגליטשט,
און נאכדעם צו זעהן די קאלטע רעאקציע פון די וואס האבן עס שוין אמאהל געליינט האט מיך ממש געשטערט!

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:16 pm
דורך מיילעך פריילעך
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:33 am זייער שיין.

שוין געליינט דארט, אבער חזרה שאדט נישט.
געליגן אויף אייוועלט איז נישט קיין חזרה :P :P :P

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריקגעברענגט

געפאוסט: מאנטאג יוני 03, 2024 10:03 am
דורך פעינטיג
כמיין אין אידיש ווערט עס געריפן ט-א-ל-א-נ-ט.....

ריין טאלאנט ברידער!!!

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריקגעברענגט

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 2:10 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
פעינטיג האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:03 am כמיין אין אידיש ווערט עס געריפן ט-א-ל-א-נ-ט.....

ריין טאלאנט ברידער!!!
ישר כוח.. ברודער!

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריקגעברענגט

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 4:27 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
wow זייער הארציג!

Re: דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריקגעברענגט

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 1:47 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:27 pm wow זייער הארציג!
ישר כוח פאר דיר און פאר יעדעם איינעם.