בלאט 1 פון 2

כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל, זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:33 am
דורך אנונימי
ברוך דיין האמת

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:35 am
דורך אנונימי
די לוויה וועט ארויס גיין 13:00 אינדערפרי פון ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים צו הר הזיתים

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 6:38 am
דורך רואה חשבונות
אנונימי האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:35 am די לוויה וועט ארויס גיין 13:00 אינדערפרי פון ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים צו הר הזיתים

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 10:58 am
דורך ביסט גערעכט
מרן רבי בצלאל שמחה מנחם ציון ראבינאוויטש זצ"ל - 89 יאר

די רבי איז געבוירן נאך בעפאר די מלחמה צו זיין פאטער מרן בעל חלקת יהושע זצ"ל אין האט מיטגעמאכט די שווערע מלחמה יארן אין סיביר.

די רבי איז געווען א גרויסע תלמוד חכם. אין די יונגע יארן האט ער געדינט אלץ רב אין לוגאנו שווייץ פאר אריבער 30 יאר

אויף די עלטערע יארן איז די רבי געווען שטארק אפגעשוואכט אין איז ווייטער אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש מיט מסירות נפש ממש

וכל בית ישראל יובכו את השרכה אשר שרף השם

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 12:10 pm
דורך טיפע טאשן
עם בנו רבי יוסף

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 12:11 pm
דורך טיפע טאשן
עם בנו בכורו רבי לייבוש ראבינאוויטש שליט''א רב ביהמ''ד 'שערי מרדכי' בשכונת פרעסטוויטש במאנטשעסטער

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 12:11 pm
דורך טיפע טאשן
unnamed (30).png
unnamed (30).png (323.39 KiB) געזען געווארן 1262 מאל

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 12:16 pm
דורך טיפע טאשן
פון לינקס צו רעכטס: בנו הרה"צ רבי ליבוש ממנשסתר, בנו הרב צביקה, בנו הרה"צ רבי דוד מוניש מירושלים, בנו הרה"צ רבי יוסף ראש ישיבות ביאלא

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:03 pm
דורך איטשע
ווער וועט זיין די ממלא מקום?

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:05 pm
דורך ביסט גערעכט
איטשע האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:03 pm ווער וועט זיין די ממלא מקום?
מען האט אויסגערופן ביים לוי אז ככלות בשבעה וועט מען מפרסם זיין די צואה

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:22 pm
דורך טיפע טאשן
ביסט גערעכט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:05 pm
איטשע האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:03 pm ווער וועט זיין די ממלא מקום?
מען האט אויסגערופן ביים לוי אז ככלות בשבעה וועט מען מפרסם זיין די צואה
מען רעדט אז די דריטע זון
טיפע טאשן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:10 pm עם בנו רבי יוסף

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 2:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:16 pm
דורך מענדל
איינער קען מיר מסביר זיין פשט און דעם מאדנעם טוטל זקן מועצת גדולי התורה ??

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 7:10 pm
דורך שמאי הזקן
טיפע טאשן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:22 pm
ביסט גערעכט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:05 pm
איטשע האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:03 pm ווער וועט זיין די ממלא מקום?
מען האט אויסגערופן ביים לוי אז ככלות בשבעה וועט מען מפרסם זיין די צואה
מען רעדט אז די דריטע זון
טיפע טאשן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:10 pm עם בנו רבי יוסף
און פארוואס האט מען נישט מכתיר געווען? פאליטיק? איז דא נאך א זון וואס וויל איבערנעמען?

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 7:11 pm
דורך שמאי הזקן
מענדל האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:16 pm איינער קען מיר מסביר זיין פשט און דעם מאדנעם טוטל זקן מועצת גדולי התורה ??
סאיז מער א פאקט ווי א טיטול...

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: מוצש"ק מאי 11, 2024 10:41 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
וועלעכע זון איז א איידעם ביים קאפיטשיניצער רבי?

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 1:04 pm
דורך איטשע
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מוצש"ק מאי 11, 2024 10:41 pm וועלעכע זון איז א איידעם ביים קאפיטשיניצער רבי?
בנו הרב יצחק יוסף דוב

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 1:11 pm
דורך איטשע
האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביים מנחם אבל זיין די קינדער פון האדמו"ר מביאלא זצ"ל
https://www.bechatzros.com/post/6854656-1

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 2:57 pm
דורך באקאנטע ידען
אויף אוצר החכמה איז דא פון אים 75 ספרים יעדע ספר צווישן 200 און 400 עמודים און אסאך האבן אפי' מער,

Re: כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל, זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 8:44 pm
דורך בערל דער פייפער
מיין זיידע פלעגט לערנען מיט אים יארן צוריק,

האט ער דערציילט אז איינמאל האט ער געלערנט ניטל, און ער איז אינמיטן צו געגאנגן צום פרידשעדער און ער האט געכאפט א עלעקטריק שאק, האט ער צוגעמאכט די גמרא.

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 8:55 am
דורך בערל דער פייפער
שמאי הזקן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 7:10 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:22 pm
ביסט גערעכט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:05 pm

מען האט אויסגערופן ביים לוי אז ככלות בשבעה וועט מען מפרסם זיין די צואה
מען רעדט אז די דריטע זון
טיפע טאשן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:10 pm עם בנו רבי יוסף
און פארוואס האט מען נישט מכתיר געווען? פאליטיק? איז דא נאך א זון וואס וויל איבערנעמען?

Re: כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל, זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 9:10 am
דורך ביסט גערעכט
שטייענדיג תוך ימי השבעה אין חצר הקודש מביאלא איז פארעפענטליכט געווארן די פולע צוואה וואס כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל האט געשריבן פאר 13 יאר צוריק, אין די צוואה איז די רבי זצ"ל ממנה זיין פערטער זוהן הגה"צ רבי יצחק יוסף דוב רבינואוויטש שליט"א צו ממשיך זיין מיט די הייליגע הנהגה און פירן די חסידות און די מוסדות איבער די וועלט. דער רבי זצ"ל שרייבט אז טראצדעם וואס אלע זוהן זענען כולם אהובים און כולם ברורים דאך כדאי צו נעמען די עול פון פירן א קהילה דארף מען האבן ספעציעלע קוואליפיקאציעס און זיין זוהן הרה"צ רבי יצחק יוסף דוב רבינאוויטש שליט"א איז די מערסטע פאסיג דערפאר, דער רבי זצ"ל בעהט אויך אין די צוואה אז מ׳זאל זיך אפהאלטן פון מחלוקת אויף סיי וועלכע וועג און קיינער אנדערש זאל נישט עפענען קיין צווייטע חצר. דעם דאנערשטאג ככלות השבעה וועט פארקומען א כינוס פאר אלע חסידים און מעמד קיום בית צדיקים לעד צו מקיים זיין דעם רבינ'ס רצון און שאיפה בהמשכת השלשלת.

JD MEDIA

Re: כ"ק מרן אדמו"ר מביאלא זצוקללה"ה זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 9:23 am
דורך טיפע טאשן
בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 8:55 am
שמאי הזקן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 7:10 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:22 pm
מען רעדט אז די דריטע זון
און פארוואס האט מען נישט מכתיר געווען? פאליטיק? איז דא נאך א זון וואס וויל איבערנעמען?
דאס שטעלט אראפ א נייע סטאנדארט אין אויפנעמען רבי’ס, סאדיגורא האט אנגעהויבן און יעצט ביאלא,

Re: כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל, זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:41 pm
דורך שבת קודש
וויפיל משפחות האט ביאלא? איז דא מוסדות?

Re: כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל, זקן מועצת גדולי התורה

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:50 pm
דורך איטשע
משפחות איז דא צענדליגע...

ווי איך פארשטיי האט ביאלא רבי זצ"ל געפענט נעטראלע מוסדות אין פילע שטעט