בלאט 1 פון 1

ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:48 pm
דורך פייל און בויגן
אוי מה היה לנו.


איך קוק דעם בילד.

איך קוק דעם בילד.

איך קוק דעם נעקסטן בילד.

איך מאך גרויס, איין בּאַקסל אויפאמאל..

איך לאז איין טרער.

איך לאז נאך א טרער.


מיר האלטן שוין באלד דריי יאר נאכן טראגעדיע, און די מעשה פיט מיר נאך נישט אריין אין מיין מוח.


ווען א איד זאל חלילה גיין פון די וועלט אינמיטן די טענץ לכבוד התנא אלוקי, וואלט דאס געווען א שרעקליכע טראגעדיע.

דא רעדט מען פון 45 ערליכע חרדישע אידן היראים לדבר השם.
🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️🕴️



עלטערע אידן, בעלי בתים, אינגעלייט, חתנים, בחורים, אוי אוי אויכעט קינדער.


חסידים וליטאים, ספרדים ואשכנזים.


אין קהילה אשר אין שם מת.😞😞


איבערגעבליבן צענליגער אלמנות ויתומים.


אידן זענען געגאנגען זיך פרייען בשמחת התנא, און פון דארט גענומען א דירעקט פלייט ארויף.....😪😪😪



א טאטע איז געפארן מיט פיר קינדער קיין מירון, און אהיימגעקומען בלויז מיט צוויי. :oops: ......🥴🥴


די בילדער פון די קברים פון צוויי פאר געשוויסטער,....... אוי ציפט עס!!!!!!


עלטערן האבן פארלוירן צוויי קינדער די זעלבע צייט, אוי אוי אוי א בראך.💔💔💔



געוואלד און געשריגען, וויאזוי זענען מיר זיך מחזק??

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?????

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 10:14 pm
דורך בערל דער פייפער
😢😢

מיר האבן עס ליידער מיטגעהאלטן,

און נאך קיינמאל געקענט פראסעסען די נומבער ”45”

פארלוירן א נאנטע דארט וואס איז געווען מיט אינז א טאג פארדעם.

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?????

געפאוסט: מוצש"ק מאי 11, 2024 11:32 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
מיר גייט עס נאך אויך נישט אריין אין קאפ.

א פחד און א שרעק וואס דא איז געשען.

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?????

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 4:09 pm
דורך דער תהלים איד
און איבער אלעם.

דאס וואס כלל ישראל האט נישט דאס מינדעסטע חוט של מחשבה "וואס וויל מען מיר זאלן מתקן זיין", נאר אין בעסטן פאל וועט יעדער זאגן וואס ס'איז נוגע בלויז פאר א צווייטן, אבער אז חכמי ישראל זאלן אינאיינעם געבן עפעס אן הוראה לישראל איז נישט דא בכלל, אפגעזען ווי שרעקליך דער געשעעניש איז, אטע דאס איז נאך דער גרעסטער טראגעדיע.

דאס שרייט און קוויטשעט "דור יתום!!!"

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?????

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 4:18 pm
דורך וואלף
פארשידענע גדולי ישראל האבן געזאגט, אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א שליט"א האט עס אנגעהאנגן אין די כלים טמאים, ''לעניית דעתי, על זה יצא הקצף!''

אגב צום קעפל איז עס גאר שטארקע חיזוק און קלארקייט צום מצב קראו ותחי נפשכם

עצרת התעוררות ר"ח סיון תשפ"א דרשה אין ספוילער
► Show Spoiler

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 11:17 pm
דורך פייל און בויגן

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 11:52 pm
דורך פייל און בויגן

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:48 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:17 pm
ברררר... מאיר, זיי ממשיך.

טשילס..

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?

געפאוסט: מוצש"ק אפריל 26, 2025 10:36 pm
דורך גרינגראז
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:48 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:17 pm
ברררר... מאיר, זיי ממשיך.

טשילס..
:oops:

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?

געפאוסט: מוצש"ק אפריל 26, 2025 11:33 pm
דורך בודקע
כ'ווייס נישט צו כ'בין גערעכט, אבער כ'מיין אז ס'איז נישט די רצון השם זיך צו טינקען אין שווערע געפילן איבער טראגעדיעס, מ'ברויך זיך אויף הייבן און גיין ווייטער, און לעבן מיטן אייבערשטן.

Re: ל"ג בעומר תשפ"א, איינער מיט חיזוק?

געפאוסט: מוצש"ק אפריל 26, 2025 11:45 pm
דורך מאטאווירט
בודקע האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 26, 2025 11:33 pm כ'ווייס נישט צו כ'בין גערעכט, אבער כ'מיין אז ס'איז נישט די רצון השם זיך צו טינקען אין שווערע געפילן איבער טראגעדיעס, מ'ברויך זיך אויף הייבן און גיין ווייטער, און לעבן מיטן אייבערשטן.
ביסט גערעכט, אבער וואו נעמט מען די כוחות?

מהייבט אן רעדן פון לג בעומר און מזעט ווי יעדער געבט א טרייסל.

אוי! דער שרעקעדיגער ברום וואס די מוזיק ביי די תולדות אהרן הדלקה האט געמאכט ביים זיך פארלעשן גייט נישט ארויס פון די אויערן.

דער ברום וואס האט פארלאשן די מוזיק, פארלאשן די אויגן פון כלל ישראל, פארלאשן דעם אלוועלטליכן פייער ביומא דהילולא קדישא, בשעת ווען 45 גופים זענען פארלאשן געווארן צודרוקט אונטער א הויפן מענטשן.