בלאט 1 פון 3

מאלערייען פון היגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:11 am
דורך ווינטעלע
איך מיט מיין געשארפענטע פענסיל זענען צוויי גאר נאנטע חבירים, אונז זעמיר באמת באליבט איינער מיטן צווייטן, און אונז זענען זיך באמת מחשיב.

אונזער קשר גייט שוין אן א שטיק צייט, און ווי מער די זייגער דרייט זיך אלץ שטערקער ווערט אונזער קשר.

ווען אימער עפעס ליגט מיר אויפן הארץ אדער עפעס גייט שווער, האב איך דעם באליבטע בליי וואס העלפט מיר ארויסברענגן מיין געפיל און באגלייט מיך אויף ווייטער.



איך וועל דא מיטטיילן מיט מיינע חבירים בילדער וואס מיין באליבטע חבר גיסט אויס אויפן ווייסן פאפיר.

Re: מיין באליבטע פעדער

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:19 am
דורך ווינטעלע
נאכן דורכגיין א שווערע סיטואציע היינט, האט מיין פעדער אראפ געמאלן זיין חבר'ס מצב, און ארויסגעברענגט די אינערליכע געפיל וואס האט געברענט אין מיר.

די בילד וועליך איה לייגן בקרוב. (ערשט האב איך געדארפט ארויסגעבן דאס ביסעלע געפיל וואס איז פארבליבן אין מיר...)

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:27 am
דורך אנדערער
@ווינטעלע מיר ווארטן מיט שפאנונג

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:44 pm
דורך להגדיל הטראסק
קום אריין
לאמיר זעהן

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:55 pm
דורך ווינטעלע
31311.jpeg
31311.jpeg (77.21 KiB) געזען געווארן 2029 מאל
געוועזן נעכטן זייער א שווערע טאג, שווארצע כוואליעס האבן געבאזשעוועט פון ביידע זייטן, מיך ארום נעמענדיג און איבער גענומען קאנטראל אויף מיין נפש.


די טינקעלע נשמה איז איבער געפילט מיט שווערע מחשבות, נישט קענענדיג דערהייבן די דריק האט ער אומבאמערקט שפאצירט אויפן זייטיגע ריכטונג פונעם וועגעלע,
אבער ארום דעם נפש איז יא פארהאן א ליכטיגקייט און וואס מקען זיך נאך אנכאפן, אבער די מצב שפיגלט אין פנים!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טיעף!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:58 pm
דורך פופציגער
WOW

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:00 pm
דורך ווינטעלע
KIMG1384.JPG
KIMG1384.JPG (409.97 KiB) געזען געווארן 1982 מאל
זעענדיג די אינגל שטיין פארקלאצט אויף די הויעך שטאקיגע פרענטשעס ווי די גרויסע טאטע בחורים טאנצן מיט שטאלץ פאר זייער רבי, און דאס קליין קעפעלע קען נישט זאט ווערן פונעם סצענע.

דעיע תמימותדיגע אויגן האב איך נישט געקענט איבער לאזן דארט אין סמעדריש...

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:10 pm
דורך פופציגער
הוהא! דער איז פיין!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 12:09 am
דורך אנדערער
הערליך און געפיליש

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:04 am
דורך להגדיל הטראסק
איך גיי דיר זאגן דעם אמת אין פנים!
איך בין נישט קיין ארטיסט און איך פארשטיי נישט קיין טיפע ארט
דעם ערשטן בילד רעדט נישט צו מיר
אבער דעם צווייטן בילד איז אין מיינע נישט ארטיסטישע אויגן, א קונסטווערק!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:27 am
דורך שעפטי
ווינטעלע: די ערשטע בילד ברענגט ארויס צו מיך
זיכער'קייט אינעם פארלוירנ'קייט
דרך בלא דרך
אור בתוך החושך
די שכינה צוזאמען מיטן איינזאם'ן עלנד'ן נפש

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 3:28 am
דורך ווינטעלע
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:27 pm טיעף!
טיעף איט איז.

בעצם וואלטעך געקענט באשרייבן יעדע פינטל פונעם בילד, אבער כגלייב נישט סאינטערעסאנט...

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 3:35 am
דורך ווינטעלע
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:04 am איך גיי דיר זאגן דעם אמת אין פנים!
איך בין נישט קיין ארטיסט און איך פארשטיי נישט קיין טיפע ארט
דעם ערשטן בילד רעדט נישט צו מיר
אבער דעם צווייטן בילד איז אין מיינע נישט ארטיסטישע אויגן, א קונסטווערק!
באמת שקויעך פאר די פידבעק, סימער אינטערעסאנט צו הערן.

דעם ערשטן בילד ווי געשריבן האבעך געמאכט צו אויסדריקן מיין מחשבה און געפיל מער ווי פאר א שיין בילד אויפן וואנט, און כפיל ווי דעם בילד וואלט נישט געקענט זיין קלארער ווי דעם.

איך עפרישיעיט דיין אמתדיגקייט, דאס איז וואס כוויל הערן. פאלטשע קאמפלימענטן לאז פאר מיין שכן...

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 3:40 am
דורך ווינטעלע
שעפטי האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:27 am ווינטעלע: די ערשטע בילד ברענגט ארויס צו מיך
זיכער'קייט אינעם פארלוירנ'קייט
דרך בלא דרך
אור בתוך החושך
די שכינה צוזאמען מיטן איינזאם'ן עלנד'ן נפש
הולאלא... געווען ווערד עס צו פאוסטן זעענדיג אז איינער קען ליינען אויפן בילד די זאכן וואס שטייען נישט קלאר.

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 6:37 am
דורך אנדערער
ווינטעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 3:28 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:27 pm טיעף!
טיעף איט איז.

בעצם וואלטעך געקענט באשרייבן יעדע פינטל פונעם בילד, אבער כגלייב נישט סאינטערעסאנט...
מיך איז עס דווקא יא אינטרעסאנט

איך קען נישט ארויסברענגען די געפילן וואס די בילד ברענגט ארויף אין מיר. עס איז א געמיש פון זארג מיט האפענונג און נאך

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 9:36 am
דורך וואוילער
ווינטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:00 pm KIMG1384.JPG
זעענדיג די אינגל שטיין פארקלאצט אויף די הויעך שטאקיגע פרענטשעס ווי די גרויסע טאטע בחורים טאנצן מיט שטאלץ פאר זייער רבי, און דאס קליין קעפעלע קען נישט זאט ווערן פונעם סצענע.

דעיע תמימותדיגע אויגן האב איך נישט געקענט איבער לאזן דארט אין סמעדריש...
הערליך!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 11:35 am
דורך דער תהלים איד
דער ערשטער איז ארטיסטיש, קונצליך און טיף.

דער צווייטער איז מתוק לחייך! זיס! צוקער! הערליך!

WOW WOW

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:05 pm
דורך שרגא
א פען האב איך געוויסט אז דו האסט א גוטע.
א פענ-סיל אויך?! הערליך! ארטיסטיש! טאלאנט!

keep it coming

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:21 pm
דורך ווינטעלע
31758.jpeg
31758.jpeg (387.48 KiB) געזען געווארן 1769 מאל
מיין קליינע זיסער נעפיו איז געלעגן נעבן מיר אויף א בעט, אין ארום געלאכט מיט זיין כמעט בעסטע פעטער.

ווען דאס קיוט בעבי לאכט איז עס אזוי אמתדיג, ער איז נישט דא קיינעם צו געפעלן! ער האט באמת הנאה פון דעיע מינוטן.

דאס קינד ווייסט אפילו נישט וואס דאס ווארט דיפרעסט באדייט, און האט נישט קיין השגה פון די לעבן וואס ווארט אים אפ מיט אלע קאלירן..... אבער ער לאכט יעצט!!!


ווי איז דאס לויטערע שמייכל וואס איך האב געהאט נישט לאנג צירוק.....?!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:31 pm
דורך אנדערער
מיט אביסל אסאך בטחון אין גוטן טאטן קענען ערוואקסענע אויך האבן אזא שמייכל

די בילד איז עפעס נישט סתם

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: מוצש"ק מאי 11, 2024 10:45 pm
דורך פליט
WOW WOW WOW
הערליך הערליך!! אן ארטיסטישע ארבעט!!!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 4:07 am
דורך טראפקעלע
@ווינטעלע בוזט א פירער/פינעווער? ערגעץ דארט?

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 4:54 am
דורך מרור מיט חרוסת
@ווינטעלע
יעדע איינציגסטע מיט א טיפער אינהאלט וואס ברענגט ארויף א געפיל פון קלארע העכערקייט!!
קיעפ אן גאואינג!! און בעיקר אזאנע ווי די ערשטע צוויי!

Re: מאלערייען פון היזיגע ניקס

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 11:54 pm
דורך ווינטעלע
טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:07 am @ווינטעלע בוזט א פירער/פינעווער? ערגעץ דארט?
שוין אריין אין די אניאגראם טעמע!!!!

דאס אינגל דארט איז זיכער א פירער/פינעווער...