בלאט 1 פון 2
דיני נפשות!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 10:51 pm
דורך משה יצחקי
איך האב א שטיק צייט צוריק געשריבן א געדאנק אין אן אנדערע פארו״ם.. ס׳איז געשריבן געווארן פשוט פון הארץ..
איז וויל איך עס מיטיילן מיט די עולם..
___________________
בס״ד
איך האב געהאט א בחור אין מיין כיתה אין ישיבה, ער האט געהאט א שטארקע טאלאנט וואס איז געווען צו צוברעכן קופקעס, ווי נאר ער האט דערגרייכט א קופקע איז די עולם געווארן משוגע ביזי..
בקיצור א מעכטיגן גאסט (אורח בלע״ז),
איין טאג האט ער זיך דערקלערט אז זיין תכונות הנפש איז מער חב״ד, ער האט זיך געוואלט פילן מעכטיג און ערוואקסן, ער האט זיך גלייך איינגעהאנדעלט אזא שווארצע תניא, און ויסעו מ׳גייט זיך דערטרענקען..
ס׳האט מיר פערזענדליך שרעקליך נערווירט, ווייל ער פלעגט זיכער מאכן אז די עולם האלט מיט זיינע משוגים און זיינע כארויסעס.
ס׳האט געפעלט א האר אז איך זאל נעמען עקשען און אויפפלאצן אויף איהם.
ביז איינער האט מיר געזאגט אן שטארקע נקודה! אט הערטס!
ס׳איז געווען אין לעיקוואד איינער פון די איינגעשטעלטע און בית מדרש גבוה, אן איד א בעל בית, וואס זיין תפקיד איז געווען צו מסדר זיין די פלעצער אינעם היכל הבית מדרש, איינמאל פארן נייען זמן האט איהם איינער פון די ראש הישיבות געזאגט אזוי.
״דארפסט פארשטיין איין זאך! די ביסט א בעלבאטישע איד, די האסט א הויז, א קאר, א זומער הויז, א ביזנעס, און בדרך אגב אויך א זיץ אין בית מדרש!
משא״כ די ישיבה׳שע כולל יונגערמאן האט גארנישט!! נאר זיין זיץ אין בית מדרש, זאלסטו וויסן ס׳איז דיני נפשות! און נעם עס נישט לייכט!
עד כאן המעשה.
ס׳דא בחורים אדער יונגערלייט וואס זענען געלונגען זענען מצליח, האבן אייביג א גוט ווארט וכו׳, האבן סיפוק אין כולל אדער פון זיין ארבעט וכדומה, נאכדעם איז דא חברה וואס זענען נישט עפעס ווער ווייסט וואס, בכלל נישט געווען די פאפולערע בחור קיינמאל געהאט עפעס משוגע אסאך חברים, איך פארשטיי אז אסאך מאל מאכט ער דיר נערוועז, אבער זאלסט וויסן אז אפילו ער טוט עפעס וואס נערווירט דיר ביזן לעבער, מאך נישט חוזק, הער אים אויס, ער האט נאר דאס! יא! ער נעמט סיפוק פון איבערזאגן אנעליזן פון קול מבשר, און בעיקר אזעלכע וואס יעדער האט שוין געהערט! ס׳מאכט נערוועז! אבער געב אכטונג פאר די מאכסט אים אוועק! ס׳קען זיין אז דאס איז זיין סיפוק פונעם טאג!
זייער מעגליך אז עס איז דיני נפשות!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 10:57 pm
דורך בערל דער פייפער
אזוי אמת!
יישר כח פאר'ן אויפברענגן,
שלום עליכם פיינע פעדער
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 10:59 pm
דורך משה יצחקי
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:57 pm
אזוי אמת!
יישר כח פאר'ן אויפברענגן,
שלום עליכם פיינע פעדער
יישר!
איך האב גראדע נישט אריינגעלייגט ארבעט אין די כתיבה
ס׳איז געשריבן געווארן פשוט פון הארץ
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:10 pm
דורך וואוילער
משה יצחקי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:59 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:57 pm
אזוי אמת!
יישר כח פאר'ן אויפברענגן,
שלום עליכם פיינע פעדער
יישר!
איך האב גראדע נישט אריינגעלייגט ארבעט אין די כתיבה
ס׳איז געשריבן געווארן פשוט פון הארץ
האסט אריינגעלייגט ארבעט אין דיין הארץ!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:12 pm
דורך משה יצחקי
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 11:10 pm
משה יצחקי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:59 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:57 pm
אזוי אמת!
יישר כח פאר'ן אויפברענגן,
שלום עליכם פיינע פעדער
יישר!
איך האב גראדע נישט אריינגעלייגט ארבעט אין די כתיבה
ס׳איז געשריבן געווארן פשוט פון הארץ
האסט אריינגעלייגט ארבעט אין דיין הארץ!
שכח!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:15 pm
דורך צייטווייליג
@משה יצחקי WOW!!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:19 pm
דורך הכל ריוח
זאגסט דאך אזוי ריכטיג, אזוי גוט!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:19 pm
דורך הכל ריוח
@מנהלי המערכת @חברי המערכת ס'גאר וויכטיג מיר זאלן נעמען אין באטראכט דעם געדאנק.
ס'דא אידן וואס האבן נאר א ניק דא, און מ'טאר נישט זיין צו שטרענג.

Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:28 pm
דורך לעכטיג
יישר כח @הכל ריוח פאר אהערשלעפן
און א גרויסן ריזיגן יישר כח פאר @משה יצחקי פאר זיין הארצ'ס ארטיקל
אזויווי דיין הארץ האט נישט קיין ניק דא געבעם איבער א דאנק און בעט אים צו שרייבן נאך
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:38 pm
דורך צייטווייליג
הכל ריוח האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 11:19 pm
@מנהלי המערכת @חברי המערכת ס'גאר וויכטיג מיר זאלן נעמען אין באטראכט דעם געדאנק.
ס'דא אידן וואס האבן נאר א ניק דא, און מ'טאר נישט זיין צו שטרענג.
אמת!
אסאך מאל איז מען פארנומען און מקומט אריין און מטרעפט סמאוק אין א טעמע קומט מען אריין צימאל שארף וכו’ כרעד פון מיר ספעציפיש. מורי ורבותי זייט מיר מוחל! און כמיין טאקע דיר וואס קלערט אז כמיין דיר נישט, נאר דיר וויל איך טאקע וויי טון... חלילה וחלילה! ווער סהאט פערזענליך אויף מיר א שווער הארץ זאל מיך ביטע לאזן וויסן, און מהיום והלאה וועל איך פרובירן נזהר זיין בכבוד חבירינו יותר ויותר! ביטע מיך אויפמערקן (פריוואט איז בעסער) ווען איר זעהט מיך טון אן עוולה.
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:59 am
דורך שעפטי
משה יצחקי באמת א ריזן שכח
איך בין געוועהן דעם בחור מיטן שווארצן תניא
כ'האב טאקע נישט געהאט עפעס אנדערש דעמאלס
האסט מיך אזוי שיין מקרב געוועהן
ס'געוועהן הצלת נפשות, קיום נפשות, און בנין נפשות!!!
האסט מיך מעורר געוועהן צו זעהן דעם אמת'ן בילד פונעם אורח!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:52 am
דורך פופציגער
אזוי אמת דאס...
א ציפעדיגע שארפע נקודה! מדארף אלעמאל דאס האלטן פאר די אויגן.
אזא ארטיקל ברויך מפורסם ווערן איבעראל.
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:47 am
דורך דער תהלים איד
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 10:13 am
דורך משה יצחקי
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:52 am
אזוי אמת דאס...
א ציפעדיגע שארפע נקודה! מדארף אלעמאל דאס האלטן פאר די אויגן.
אזא ארטיקל ברויך מפורסם ווערן איבעראל.
וואוף! א קאמפלימענט פון
@פופציגער!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:03 am
דורך וואלף
משה יצחקי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:59 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 10:57 pm
אזוי אמת!
יישר כח פאר'ן אויפברענגן,
שלום עליכם פיינע פעדער
יישר!
איך האב גראדע נישט אריינגעלייגט ארבעט אין די כתיבה
ס׳איז געשריבן געווארן פשוט פון הארץ
הלשון קלמוס הלב
פיינע פעדער
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:57 am
דורך להגדיל הטראסק
נישט נאר דעם אורח, נאר דער וואס עס קוקט אויס ווי עס גייט אים לעבעדיג און לוסטיג און גארנישט פעלט אים.
עס איז דא א מעשה פון רבי'ן דער ברך משה ווען א בחור איז אריינגעגאנגען צו אים און שעמעדיגערהייט געזאגט אז דער ציבור האט זייער הנאה פון דעם רבי'נס דרשה - און דער רבי האט זיך באדאנקט און ארויסגעברענגט די נקודה, אז יעדע איד קען נוצן חיזוק אויך אזא איינער וואס איז ברומו של עולם.
(אויב כ'וועל טרעפן די מעשה בפנים וועל איך עס אי"ה צוברענגען בדיוק)
יש להאריך בזה מאוד מאוד, עס איז זייער א שטארקע און וויכטיגע נקודה, אבער לעת עתה אין לי פנאי ונערוון לזה.
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:29 pm
דורך משה יצחקי
@להגדיל הטראסק, זאגסטיך אזוי גוט!
איך האב שוין אויך געשריבען וועגן דעם.
____________________
בס״ד
איך האב לעצטענס געכאפט א שמועס מיט א קרוב מיינע דערציילט ער מיר אזוי..
״איך האב א נאנטער חבר א יונגערמאן א מוצלח, שיינע בעל פרנסה, א באזעצענע מענטש, אלס א גוט ווארט, און איז קע״ה געבענטש מיט לעכטיגע קינדער, בקיצור אלעס פארט כדבעי, מענטשן ארום דארפן דא און דארט ארבעטן אויף זייער קנאה בלויז פון עס צוקוקען, אבער! לייגט מיין קרוב צו.. ״אל תסתכל בקנקן!
״וואס הייסט?? פרעג איך אים.
״ער הערט זיך נישט אויף אפצורעדן צו מיר, אז ער פילט ממש א טעם מיתה אין זיין לעבן! ער פילט א ריזיגע חלל אין זיין הארץ, און ער קען עס ניטאמאל ארויסברענגן מיט דיבורים״.
די פינקטליכע פשט פון אזא עפיזאד איז נישט יעצט מיין פלאן אויסשמועסן.
אבער וואס איך האב יא געטראכט איז, אז מענטשן מיינען אז נאר איינער וואס איז א רחמנות, אן אורח, וכדומה, נאר אזא איינער דארף דיין שמייכל,
דאס איז שקר! ס׳קען זיין אז טאקע די מענטש וואס די ביסט מקנה ממש ער דארף דיין שמייכל, דיין גוט ווארט!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:34 pm
דורך איטשע
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:01 pm
דורך להגדיל הטראסק
איך פאר מיך האב עטליכע אידן אויף מיין ליסטע וואס כ'קען זאגן אז כ'בין זיי שולדיג מיין לעבן!
זיי ווייסן אליינס נישט, אבער כ'בין דורך פארשידענע מצבים ביני לבין עצמי, קיינער אויף די וועלט האט מסתמא נישט מיטגעהאלטן, אבער די עטליכע אידן מיט א פלעינע גוט מארגן, א פלעינע גוט ווארט אזוי נאטורליך דאס האט מיר דערהאלטן ביים חיות!
כ'בין אמאל געזעצן ביים טישל מיט הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, האט ער מיר געזאגט די גרויסקייט פון א גוט מארגן, דו האסט נישט קיין אנונג וואו יענער שטייט אויף די וועלט, מעגליך ער האט זיך נעכטן געקריגט אינדערהיים, (ער האט געכאפט א שארפע פסק פון זיין באלעבאס, א שידוך אויף וואס ער האט ארויסגעקוקט איז געווארן בטל, וכו') ער קומט אין בית המדרש ער איז צובראכן צושאסן אויף שברי שברים ער שפירט זיך גארנישט! אויב לאזטו אים אזוי ווייטער איז עס א סכנת סועסייד... זאגסט אים א פריינטליכער גוט מארגן, אה! הייסט אז איך בין יא עפעס! איך בין נאך יא א מענטש! דו ראטעוועסט אים ממות לחיים ממש! עכת"ד.
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:46 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שטארק שטארק!
דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:59 pm
דורך וואלף
באותה ענין איך הער אמאל פון מענטשן 'יענער דארף אינטענשן' ווי צו זאגן מ'האט אים געכאפט ביי די עבירה ער דארף אינטענשן ר"ל, נו אלא מאי וואס איז יעצט? איז ער אפגעלאכט ווערט ער איגנארירט איזאלירט היתכן ער דארף אינטענשן
איך פארשטיי דאס נישט, ער דארף גיב אים, אינטענשן איז א געברויך וואס יעדער נברא דארף, יעצט יענער איז נעבעך אין א מצב אז ער באקומט נישט גענוג זיין באדערפעניש ער איז א נצרך גייסטו אים אינגאנצן אויסשליסן? א נצרך וואס דארף צדקה געסטו, גיב אים אויך דאס זייניגע
''יענער דארף אינטענשן''
אזוי? לאמיר אים געבן!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 12:33 am
דורך לעכטיג
@משה יצחקי ווערט בעסער פון מינוט צו מינוט
און דער גאנצער עולם ווערט מיטגעפרישט
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 6:21 am
דורך אנדערער
וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:59 pm
באותה ענין איך הער אמאל פון מענטשן 'יענער דארף אינטענשן' ווי צו זאגן מ'האט אים געכאפט ביי די עבירה ער דארף אינטענשן ר"ל, נו אלא מאי וואס איז יעצט? איז ער אפגעלאכט ווערט ער איגנארירט איזאלירט היתכן ער דארף אינטענשן
איך פארשטיי דאס נישט, ער דארף גיב אים, אינטענשן איז א געברויך וואס יעדער נברא דארף, יעצט יענער איז נעבעך אין א מצב אז ער באקומט נישט גענוג זיין באדערפעניש ער איז א נצרך גייסטו אים אינגאנצן אויסשליסן? א נצרך וואס דארף צדקה געסטו, גיב אים אויך דאס זייניגע
''יענער דארף אינטענשן''
אזוי? לאמיר אים געבן!
אויף די פסוק די מחסורו אשר לו זאגט די גמרא אפילו סוס לרכוב אפילו עבד לרוץ. געב אים אטענשאן אפילו ווען עס קאסט געלט
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 1:53 pm
דורך להגדיל הטראסק
דא קומט אריין די נושא פון גיוס בני ישיבות אין אמעריקע...
די יארצייט פון הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל איז ג' אייר די וואך שבת
ווען ער האט זיך גענומען טוהן אין די נושא, האט מען אים מקפח געווען טריט און שריט.
איינמאל ער האט דאס אפגעלאזט און זיך אנגעהויבן באפאסן מיט אינגעלייט און זיין א געהעריגע דיין, האט מען אים צורי געלאזט...
---------------
געווען א תלמוד תורה אין מאנסי - א מעשה פון מסתמא 40 יאר צוריק אויפגעוואקסן א כיתה פון 'בולי'ס! געשולטע חברה, אפגעטון אקציעס, געארבעט צוזאמען און געבארדעט און געטון ווילדע שטיק, ממש די מנהלים און מלמדים זענען געווען אובד עצות!
אין כיתה ט' איז אריינגעקומען א פרישע מלמד ער האט דערקלערט אז ער גייט דא מאכן סדר!!!
ער האט אנגעהויבן מיט פראגראמען, תורה צעטלעך מיט אויסשניטן פון חסידישע ספרים וכו' - דעמאלס איז עס נאכנישט געווען אזוי נארמאל און קאמערשאל ווי היינט - און וואונדער איבער וואונדער! די כיתה האט קאאפערירט און געשטיגן מעלות רמות בתורה וחסידות! די ווילדע חיות האבן אנגעהויבן ביהעיוון עד להפליא!
כמובן האט מען אים מקפח געווען כמו שכתוב, און די טויט קלאפ איז געווען ווען איינער פון דעם רבי'נס קינדער איז געקומען אין שטאט און עטליכע תלמידים זענען צוליב לעכצעניש פאר חסידות געגאנגען אן רשות דאווענען מיט אים, און דער מלמד האט געהאט די חוצפה זיך אנצונעמען פאר זיינע תלמידים...
ער איז געפלויגן פון דארט...
די מעשה האב איך געהערט כלי ראשון פון א תלמיד אין דעם חדר
--------------------------------------------------------
טייערער מרביץ תורה! טייערער מענעדזשער פון חדר! טייערער באס דרייווער! אדער סייוואספארא מצב דו ביסט און דו האסט שייכות מיט מענטשן.
מיט א פלעינע גוט מארגן! מיט א פלעינע שמייכל צו א קינד! צו א בחור! צו א אינגערמאן! צו א זיידע! קענסטו אזויפיל אויפטון! די קענסט בויען דורות! דו קענסט ראטעווען וועלטן!
Re: דיני נפשות!!
געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:36 pm
דורך משה יצחקי
נישט געוואוסט וואס איך גיי דא אנדרייען!
אין אגב, איך בין זיך באמת מחיה דא, זאפטיגע ניקס, די עצם פארום איז גאונ׳יש געלעוועלט!
כה לחי!