בלאט 1 פון 2

ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:45 pm
דורך אנדערער
ווען דו זעסט די ניק נאמען און ווילסט מאכן א שטיקעלע פראפייל אויף אים. וואס זאגט דער ניק נאמען?

Re: ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:47 pm
דורך אנדערער
אנהייבן מיט מנהל @ווירקליך

ער ארבעט מסתמא אין אזא ווירטואלע רעאליטעט פירמע

Re: ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:49 pm
דורך אנדערער
@צייטווייליג האט א אפענע רעקל ווייל ער שטייט דא אזוי צייטווייליג גרייט צו קומען אדער צו גיין. ער ווייסט אויך נישט פונקטליך

Re: ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:52 pm
דורך אנדערער
@הכל ריוח אזא פעשליכער אינגערמאן, יאגט זיך קיינמאל נישט, האט אינוועסטמענטס וואס ברענגען אים שיינע רווחים, יעדע פעני וואס ער שפארט איז הכל ריוח, אדער ריווח, אדער אן אנדערע ספעלינג

Re: ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:54 pm
דורך ס'קען זיין אז..
@אנדערער מען זאגט אים אייביג די ביסט שולדיג אין ער זאגט די אנדערער איז שולדיג

Re: ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:55 pm
דורך הר ההר
@אנדערער איז אלעמאל פארנומען צו טראכטן וואס @אנדערע טוהן.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:56 pm
דורך הר ההר
@ס'קען זיין אז.. איז קיינמאל נישט זיכער מיט זיך. ער וועט אלעמאל איבער פרעגן צו מאכן זיכער ער האט גוט פארשטאנען.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:59 pm
דורך הר ההר
@אלטערנעסייד פארקינג גלייכט דארק הומער.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:00 am
דורך הר ההר
@וואוילער איז א וואוילער אין פרינציפט, אבער נאר ווען ער וויל.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:01 am
דורך הר ההר
@רעגענדיגע זונטאג ווערט שנעל פראסטערעיטעד

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:02 am
דורך רואה חשבונות
@הר ההר איז א הויכער ברייטביינערדיגער 'סיקס פאוט טאו' אינגערמאן, נישט אומזיסט רופט מען אים הר ההר צוליב זיין געשטעל. דרייט זיך ארום מיט טינקעלע ברילן און דינט אלץ סעקיארעטי גארד אין די אידטיש שאצ-קאמערן.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:08 am
דורך הר ההר
@דער תהלים איד גייט מיט א וועסטעל און שיך מיט שיך בענדעל. ער ווייסט אז ווען מען האט א מינוט זאגט מען א קאפיטעל תהלים. אן ארבעטער אזוי ווי די רבי זי''ע האט געוואלט אן ארבעטער זאל אויסקוקען. אבער עכ''ז איז ער כלל נישט קיין תם.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:11 am
דורך הר ההר
@שמח ווערט בשמחה ווען ער קען ארויסהעלפן א צווייטען, אויף אים טייטשט מען שמח-מאכט פריילעך.
ער איז א מסודרדיגער האט הונדערטער פיילס אויף זיין קאמפיוטער וואו אלעס ליגט שיין אוועקגעלייגט

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:16 am
דורך הר ההר
@מסתמא מאכט שנעל החלטות און דערנאך איז שווער זיך צו דינגען מיט אים. ער זאגט מסתמא אזוי, און עס ווערט א פאקט. ער איז א בולם פיו בשעת מריבה כמבואר בגיטין דף ז.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:21 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
הר ההר האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 11:59 pm @אלטערנעסייד פארקינג פארקינג גלייכט דארק הומער.
יאפ! 😜 פון וואו ווייסטו?

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 2:24 am
דורך פליט
דרוילעם איז עפעס גאר פריש אין דעם צימער...

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 8:52 am
דורך שמח
הר ההר האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:11 am @שמח ווערט בשמחה ווען ער קען ארויסהעלפן א צווייטען, אויף אים טייטשט מען שמח-מאכט פריילעך.
ער איז א מסודרדיגער האט הונדערטער פיילס אויף זיין קאמפיוטער וואו אלעס ליגט שיין אוועקגעלייגט
שכח פאר די קאמפלימענטן!

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 11:32 am
דורך דער תהלים איד
הר ההר האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:08 am @דער תהלים איד גייט מיט א וועסטעל און שיך מיט שיך בענדעל. ער ווייסט אז ווען מען האט א מינוט זאגט מען א קאפיטעל תהלים. אן ארבעטער אזוי ווי די רבי זי''ע האט געוואלט אן ארבעטער זאל אויסקוקען. אבער עכ''ז איז ער כלל נישט קיין תם.
וועלכע קאר האב איך? (וועלכע פאון ווייסטו שוין זיכער...)

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 11:50 am
דורך הר ההר
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:32 am
הר ההר האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:08 am @דער תהלים איד גייט מיט א וועסטעל און שיך מיט שיך בענדעל. ער ווייסט אז ווען מען האט א מינוט זאגט מען א קאפיטעל תהלים. אן ארבעטער אזוי ווי די רבי זי''ע האט געוואלט אן ארבעטער זאל אויסקוקען. אבער עכ''ז איז ער כלל נישט קיין תם.
וועלכע קאר האב איך? (וועלכע פאון ווייסטו שוין זיכער...)
דאס איז שוין נישט אין כלל פון ניק משמעות. דאס דארף אן אשכול פאר זיך.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 11:52 am
דורך דער תהלים איד
הייסט דו האלטסט אז אלס תהלים איד קען מען רואיג דרייוון א לעקסעס???

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 11:58 am
דורך אנדערער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:52 am הייסט דו האלטסט אז אלס תהלים איד קען מען רואיג דרייוון א לעקסעס???
פארוואס נישט?

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:30 pm
דורך הכל ריוח
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 11:52 pm @הכל ריוח אזא פעשליכער אינגערמאן, יאגט זיך קיינמאל נישט, האט אינוועסטמענטס וואס ברענגען אים שיינע רווחים, יעדע פעני וואס ער שפארט איז הכל ריוח, אדער ריווח, אדער אן אנדערע ספעלינג
:lol:
גראדע שטימט נישט די דיסקריפציע אינגאנצן, אבער אביסל יא.

א דארער, יאגט זיך געווענליך טאקע נישט, נישט קיין קארגער, אבער לעבט אויסגערעכנט.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:35 pm
דורך דער תהלים איד
הכל ריוח האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:30 pm נישט קיין קארגער, אבער לעבט אויסגערעכנט.
אלע קארגע זאגן אזוי :lol:

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:39 pm
דורך וואוילער
הר ההר האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:00 am @וואוילער איז א וואוילער אין פרינציפט, אבער נאר ווען ער וויל.
ש'כח!
האסט עס גוט ארויס.

Re: ניק משמעות

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 2:30 pm
דורך דער תהלים איד
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:58 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:52 am הייסט דו האלטסט אז אלס תהלים איד קען מען רואיג דרייוון א לעקסעס???
פארוואס נישט?
סתם. כ'האב מיך ביז יעצט איינגעהאלטן. געמיינט אז ס'שטימט נישט פאר מיר.