הגה"צ רבי אריה צבי פרומר מקוזיגלוב זי"ע - כ"ז ניסן תש"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 437

הגה"צ רבי אריה צבי פרומר מקוזיגלוב זי"ע - כ"ז ניסן תש"ג

פאוסט דורך דער ידען »

היינט זונטאג פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי אריה צבי פרומר זי"ע, באקאנט אלס דער "קאזיגלובער", און אויף די נאמען פון זיין ספר "ארץ צבי".

ער איז געבוירן אין יאר תרמ"ד צו זיין פאטער רבי חנוך זינדל ז"ל.

ער האט געלערנט אלס בחור ביים הייליגען אבני נזר זי"ע, נאכן פטירה פונעם אבני נזר איז ער געשטעלט געווארן פאר ראש ישיבה אונעם ישיבה, דורך די אבני נזר'ס זוהן דער שם משמואל.

תרע"ה איז ער געווארן רב אין "קוזיגלוב".

תרצ"ד נאכן הסתלקות פון הגאון אבי מאיר שפירא זצ"ל, איז ער אויפגעומען געווארן פאר ראש ישיבה חכמי לובלין ביזן קריג.

ער איז נפטר געווארן על קידוש ה' אין יאר כ"ז ניסן תש"ג הי"ד

און ליידער איז נישט איבערגעבליבן קיין דורות פון אים, אבער איין ירושה האבן מיר יא זיין הייליגע ספר "ארץ צבי"

זי"ע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 437

Re: הגה"צ רבי אריה צבי פרומר מקוזיגלוב זי"ע - כ"ז ניסן

פאוסט דורך דער ידען »

הרב וואזנער זצ"ל שרייבט אין זיין הסכמה אויפן ספר ארץ צבי בזה"ל: וזכיתי להכיר אותו והיה לבו לב ארי, מגדולי ארץ בפולין דאז, תלמיד מובהק וותיק לגאון ישראל בעל אבני נזר זי"ע, והיה ידוע כעובד ה' דבוק באלקיו ותפלתיו בדביקות עצומה אשרי עין ראתה אלה...
שרייב פאוסט