בלאט 1 פון 5
'זה מזה' ביזנעס עקספא - סאטמאר (מהרי"י)
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 1:40 pm
דורך לך לך
ברוכים הבאים!
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:18 pm
דורך וואוילער
לך לך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 1:40 pm
ברוכים הבאים!
העללאו
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:27 pm
דורך לך לך
אין צום דריטן מאל!!!
די חרדישע וועלט אין די טריי סטעיט עירע גרייט זיך צום איינצוגסטן כשר'ע עקספא (איך מיין אזוי) וואס גייט פארקומען דעם זומער צום דריטן מאל.
דא לאמיר אויסשמוסען ווי ברידער די טעמע.
דריי איז חזקה.
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:31 pm
דורך אנדערער
לך לך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:27 pm
איינצוגסטן כשר'ע עקספא
וואס הייסט?
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:32 pm
דורך לך לך
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:31 pm
וואס הייסט?
נאר מענער אין אלע קהילת זענען דארט
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:32 pm
דורך נייעס ליבהאבער
נישט די איינציגסטע איינע פון נאך אסאך, א שטייגער ווי באבוב מאכט בעלזא און נאך מאכן, פארשטיט זיך אז סאטמאר מאכט עס וועט שטיין אז עס איז די איינציגסטע נו שוין...
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:02 pm
דורך שמח
לך לך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:27 pm
אין צום דריטן מאל!!!
די חרדישע וועלט אין די טריי סטעיט עירע גרייט זיך צום איינצוגסטן כשר'ע עקספא
(איך מיין אזוי) וואס גייט פארקומען דעם זומער צום דריטן מאל.
דא לאמיר אויסשמוסען ווי ברידער די טעמה.
דריי איז חזקה.
כ'מיין אז די אנדערע קהילות וואס האבן שוין געמאכט בעפאר זענען אויך געווען אינגאנצן אויסגעהאלטן, נישט ''דאס'' איז די פוינט פון דעם עקספא.
*
גייט מען דאס מאל ניצען די גאנצע זאל?
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:44 pm
דורך שבת קודש
די עצם עקספא איז זייער א גוטע זאך
מיין שאלה איז נאר פארוואס ביי די באבוב/בעלזא עקספאוס זעהט מען אויף די בילדער ווי יעדער אן א אויסנאם גייט דארטן אנגעטועהן מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייט אויך אנגעטועהן מיטן הוט משא''כ דא גייען ממש א מיעוט שבמיעוט מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייען פלען מיט א ווייסע העמד אינדרויסען אנדערע מיטן טלית קטן,
ס'איז היפש א בושה פאר סאטמאר, ס'איז ראטזאם מעורר צו זיין דעם ציבור דערוועגן בעפאר דעם עקספאו
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:47 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:44 pm
די עצם עקספא איז זייער א גוטע זאך
מיין שאלה איז נאר פארוואס ביי די באבוב/בעלזא עקספאוס זעהט מען אויף די בילדער ווי יעדער אן א אויסנאם גייט דארטן אנגעטועהן מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייט אויך אנגעטועהן מיטן הוט משא''כ דא גייען ממש א מיעוט שבמיעוט מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייען פלען מיט א ווייסע העמד אינדרויסען אנדערע מיטן טלית קטן,
ס'איז היפש א בושה פאר סאטמאר, ס'איז ראטזאם מעורר צו זיין דעם ציבור דערוועגן בעפאר דעם עקספאו
ווייל סאטמאר איז נישט סתם א חסידות... סאטמאר באשטייט פון לעפקאוויטש/יאקבאוויטש/שווימער וכדו'....ריעל בעל בתיש...
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:53 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:44 pm
די עצם עקספא איז זייער א גוטע זאך
מיין שאלה איז נאר פארוואס ביי די באבוב/בעלזא עקספאוס זעהט מען אויף די בילדער ווי יעדער אן א אויסנאם גייט דארטן אנגעטועהן מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייט אויך אנגעטועהן מיטן הוט משא''כ דא גייען ממש א מיעוט שבמיעוט מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייען פלען מיט א ווייסע העמד אינדרויסען אנדערע מיטן טלית קטן,
ס'איז היפש א בושה פאר סאטמאר, ס'איז ראטזאם מעורר צו זיין דעם ציבור דערוועגן בעפאר דעם עקספאו
אין ביהמ"ד ביים לערנען, גייען אויך די וויזניצע/בעלזע/באבובע מיט הוט און רעקל, געוויסע אויך מיט'ן גארטל, משא"כ ביי די סאטמארע עולם האט מען נישט אזוי מחנך געוועהן.
קוק אין אפיס, דער בעלזער גייט מיט'ן גארטל און דער סאטמארער מיט'ן וועסטל.
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:55 pm
דורך dev
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:53 pm

אין אפיס לאו דוקא, עכ''פ ווי איך דריי מיך
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:56 pm
דורך פרייליך
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:44 pm
די עצם עקספא איז זייער א גוטע זאך
מיין שאלה איז נאר פארוואס ביי די באבוב/בעלזא עקספאוס זעהט מען אויף די בילדער ווי יעדער אן א אויסנאם גייט דארטן אנגעטועהן מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייט אויך אנגעטועהן מיטן הוט משא''כ דא גייען ממש א מיעוט שבמיעוט מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייען פלען מיט א ווייסע העמד אינדרויסען אנדערע מיטן טלית קטן,
ס'איז היפש א בושה פאר סאטמאר, ס'איז ראטזאם מעורר צו זיין דעם ציבור דערוועגן בעפאר דעם עקספאו
אין לבוש איז סאטמאר שטארק צוטיילט, עס איז נישט איין גרויסע סטייל פון גיין אנגעטון.
פארוואס נאר אין סאטמאר איז דא עטליכע מוסדות וואס זענען אפגעטיילט און ווילן גיין מער פרומער,
דאכצעך טרעפסט עס נישט אין באבוב/בעלזא
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:58 pm
דורך שבת קודש
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:53 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:44 pm
די עצם עקספא איז זייער א גוטע זאך
מיין שאלה איז נאר פארוואס ביי די באבוב/בעלזא עקספאוס זעהט מען אויף די בילדער ווי יעדער אן א אויסנאם גייט דארטן אנגעטועהן מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייט אויך אנגעטועהן מיטן הוט משא''כ דא גייען ממש א מיעוט שבמיעוט מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייען פלען מיט א ווייסע העמד אינדרויסען אנדערע מיטן טלית קטן,
ס'איז היפש א בושה פאר סאטמאר, ס'איז ראטזאם מעורר צו זיין דעם ציבור דערוועגן בעפאר דעם עקספאו
אין ביהמ"ד ביים לערנען, גייען אויך די וויזניצע/בעלזע/באבובע מיט הוט און רעקל, געוויסע אויך מיט'ן גארטל, משא"כ ביי די סאטמארע עולם האט מען נישט אזוי מחנך געוועהן.
קוק אין אפיס, דער בעלזער גייט מיט'ן גארטל און דער סאטמארער מיט'ן וועסטל.
אין אפיס גייען באבוב/בעלזא וכדו' אויך אן א רעקל
אין קרית יואל האבן רוב מענטשען אן א רעקל בשעת'ן לערנען אין ביהמ''ד, מעגליך טאקע אז אין אנדערע מקומות איז אנדערשט
אבער אין גאס וכדו' איז מען אויך מחנך אין סאטמאר צו גיין מיט א רעקל
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:05 pm
דורך הר ההר
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:44 pm
די עצם עקספא איז זייער א גוטע זאך
מיין שאלה איז נאר פארוואס ביי די באבוב/בעלזא עקספאוס זעהט מען אויף די בילדער ווי יעדער אן א אויסנאם גייט דארטן אנגעטועהן מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייט אויך אנגעטועהן מיטן הוט משא''כ דא גייען ממש א מיעוט שבמיעוט מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייען פלען מיט א ווייסע העמד אינדרויסען אנדערע מיטן טלית קטן,
ס'איז היפש א בושה פאר סאטמאר, ס'איז ראטזאם מעורר צו זיין דעם ציבור דערוועגן בעפאר דעם עקספאו
אינגערמאן איר הערט אויף? געב עס אפאר יאר און מען וועט מוזן פלאנדזשען טוילעטס מיט א גארטעל....
וואס ווילט איר? וואס איז בכלל דאס ענין פון א הוט און רעקל? אויב מיינט איר דאווענען מיט א היט און רעקל זענט איר גערעכט, אבער סתם לכו והתפרנסו זה מזו מיט א היט? למה?
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הר ההר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:05 pm

ביי חסידישע אידן האט מען אלעמאל געוואוסט אז גיין מיטן פולן לבוש ברענגט נאר גוטס
Re: סאטמאר מהרי"י עקספא זה מזה #3
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:29 pm
דורך פשוטער איד
הר ההר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:05 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:44 pm
די עצם עקספא איז זייער א גוטע זאך
מיין שאלה איז נאר פארוואס ביי די באבוב/בעלזא עקספאוס זעהט מען אויף די בילדער ווי יעדער אן א אויסנאם גייט דארטן אנגעטועהן מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייט אויך אנגעטועהן מיטן הוט משא''כ דא גייען ממש א מיעוט שבמיעוט מיט א רעקל די גרעסערע פארצענט גייען פלען מיט א ווייסע העמד אינדרויסען אנדערע מיטן טלית קטן,
ס'איז היפש א בושה פאר סאטמאר, ס'איז ראטזאם מעורר צו זיין דעם ציבור דערוועגן בעפאר דעם עקספאו
אינגערמאן איר הערט אויף? געב עס אפאר יאר און מען וועט מוזן פלאנדזשען טוילעטס מיט א גארטעל....
וואס ווילט איר? וואס איז בכלל דאס ענין פון א הוט און רעקל? אויב מיינט איר דאווענען מיט א היט און רעקל זענט איר גערעכט, אבער סתם לכו והתפרנסו זה מזו מיט א היט? למה?
ווייל יעדע מצוה טוט מען מיט היט און רעקל
ברענגען פרנסה איז אויך א מצוה
נאר א ווערטל
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 2:58 pm
דורך נאך וואס

- 2.jpg (310.54 KiB) געזען געווארן 1463 מאל
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:00 pm
דורך נאך וואס
ק/פ
הי' נא מצליח דרכי אשר אנכי הולך היום
אנ"ש גרייטן זיך צום טאג פאר סוקסעס!
מיט עקסטאז ווערט אויפגענומען ביים ציבור אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי די בשורה טובה, אז אויך היי-יאר ווערט געפלאנט אהערצושטעלן דעם מאסיוון גראנדיעזן צוזאמקום דער בארימטער
סאטמאר ביזנעס עקספא #3
דעם קומענדיגן מיטוואך בלק הבעל"ט
JULY 17 למספרם
ביים יעצטיגן צוזאמקום ווערט ערווארטעט א רייע פון פרישע חידושים און נייע געניאלע געדאנקען צו מאכן דעם עקספיריענס בעסער און גרעסער, צו קענען ארויסנעמען בעז"ה די מאקסימום תועלת פון דעם סאמע גרעסטן היימישן ביזנעס טאג.
אנ"ש רעזערווירט דעם דאטום!
רעזערווירט אייער ביזנעס-סטאנציע!
מיט דעם בענעפיטירט איר פאר אייך און פאר טויזנטער אנשי שלומינו!
לכו והתפרנסו זה מזה!
www.satmarexpo.com
office@satmarexpo.com
718.218.4017
אנ״ש מעמבערס וואס ווילן געניסן פונעם צען פראצענדיגן פראמא דיסקאונט פאר אויסגעצאלטע מעמבערס זאלן שיקן א אימעיל צו
Promocode@cyls.org
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:07 pm
דורך שמח
נאך וואס האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:58 pm
2.jpg
פּאסט נישט פאר פרידקא... די רעכטע שיעפקייט שטומט עפעס נישט, אויבן קומט עס צופיל ארויס
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:20 pm
דורך צוגעמאכט
איך מיין עס איז דאס ערשטע מאל מען גייט ניצן די גאנצע זאל
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:26 pm
דורך שמח
צוגעמאכט האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:20 pm
איך מיין עס איז דאס ערשטע מאל מען גייט ניצן די גאנצע זאל
פאריגע מאל איז טאקע נישט געווען די גאנצע, יעצט שטייט יא אז ס'גייט זיין די גאנצע?
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:32 pm
דורך צוגעמאכט
אין מען גייט אויך צולייגן נאך א סטעישאן פון איבערבייס אין טרינקען, אין מען גייט גרעסער מאכן צווישן די איילס מיט 5 פיס אנשטאט 10 נאכוואס פאריאר איז געווען זייער צושטופט,
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:36 pm
דורך שמח
צוגעמאכט האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:32 pm
אין מען גייט אויך צולייגן נאך א סטעישאן פון איבערבייס אין טרינקען, אין מען גייט גרעסער מאכן צווישן די איילס מיט 5 פיס אנשטאט 10 נאכוואס פאריאר איז געווען זייער צושטופט,
אה, מ'גייט אויסברייטערן, נישט צולייגן באטס, ריכטיג?
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:45 pm
דורך צוגעמאכט
שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:36 pm
צוגעמאכט האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:32 pm
אין מען גייט אויך צולייגן נאך א סטעישאן פון איבערבייס אין טרינקען, אין מען גייט גרעסער מאכן צווישן די איילס מיט 5 פיס אנשטאט 10 נאכוואס פאריאר איז געווען זייער צושטופט,
אה, מ'גייט אויסברייטערן, נישט צולייגן באטס, ריכטיג?
ניין, אויב מען גייט ניצן די גאנצע זאל גייט עס זיין אזוי גרויס אז מען גייט דארפן צולייגן נאך א פלאץ ווי צו עסן
Re: סאטמאר (מהרי"י) עקספא 'זה מזה' #3
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:46 pm
דורך שמח
צוגעמאכט האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:45 pm
שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:36 pm
צוגעמאכט האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:32 pm
אין מען גייט אויך צולייגן נאך א סטעישאן פון איבערבייס אין טרינקען, אין מען גייט גרעסער מאכן צווישן די איילס מיט 5 פיס אנשטאט 10 נאכוואס פאריאר איז געווען זייער צושטופט,
אה, מ'גייט אויסברייטערן, נישט צולייגן באטס, ריכטיג?
ניין, אויב מען גייט ניצן די גאנצע זאל גייט עס זיין אזוי גרויס אז מען גייט דארפן צולייגן נאך א פלאץ ווי צו עסן
צולייגן האב איך געמיינט אויסשפרייטן.