בלאט 1 פון 1

וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו? (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 12:35 pm
דורך אנקעטע
וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייט איר?

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייט איר?

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 1:33 pm
דורך וואלף
נעט אויפן העמד איז נישט פארהאנדן?

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו?

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 12:01 am
דורך טובי' שרייבער
איך ארבעט ביי א פלאץ וואו וואלענע ציצית איז נישט קיין אפציע. (אחוץ אויב כ'בין גרייט צו קויפן נייע צוויי מאל א וואך...)

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו? (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 12:30 am
דורך אנדערער
ביי די ארבעט אדער אנדערע צייטן?

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו? (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 2:12 am
דורך ווינטעלע
איין וואויט פאר נעט אונטערן העמד איז @מרור מיט חרוסת וויזוי כפארשטיי...

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו? (אנקעטע)

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 9:34 am
דורך אנדערער
ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:12 am איין וואויט פאר נעט אונטערן העמד איז @מרור מיט חרוסת וויזוי כפארשטיי...
:lol:

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו? (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 12:21 pm
דורך פופציגער
איך האב געהאט דערקלערט א שטייפע סטרייק אז איך קויף נישט קיין ציצית פאר 50 טאלער.

געווען עכט שווער, כהאב געמוזט גוט וואטשן מיין ציצית ווייל נייע וואלענע איז נישט קיין אפציע.

למעשה קוקט אויס מיין סטרייק האט אויפגעטון און פרייזן זענען אראפ.

פארוואס זאגעכעסייך? צו ווייזן, נאכאמאל און נאכאמאל, אז מיר זענען ב"ה נישט טאטאל משוגע... יא, פאר א תקופה האט אויסגעקוקט ווי יעדער געלט גייציגער קען רייטן אויף אונז, אבער די צייטן זענען פארביי. פלוצלינג קען מען בעטן ביליג.

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו? (אנקעטע)

געפאוסט: מוצש"ק יוני 28, 2025 8:43 pm
דורך צפת'ער געסלאך
ווען כ'האב געזען אידיטש בין איך געווען זיכער מ'רעדט פון אפאר אויפגעקלערטע אינגלייט וואס אייועלט איז עפעס צו פרום פאר זיי,
למעשה, שטעלט זיך ארויס אז אינז האמיר א ערנסטע חסידש'ע עולם!!! %85 גייט אזויווי אינזרע רבי'ס האבען מקפיד געווען צו גייען!!!
אשריכם תושבי אידטיש!!

Re: וויאזוי און מיט וואספארא סארט ציצית גייסטו? (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג יוני 29, 2025 2:37 am
דורך הדסים
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: מוצש"ק יוני 28, 2025 8:43 pm ווען כ'האב געזען אידיטש בין איך געווען זיכער מ'רעדט פון אפאר אויפגעקלערטע אינגלייט וואס אייועלט איז עפעס צו פרום פאר זיי,
למעשה, שטעלט זיך ארויס אז אינז האמיר א ערנסטע חסידש'ע עולם!!! %85 גייט אזויווי אינזרע רבי'ס האבען מקפיד געווען צו גייען!!!
אשריכם תושבי אידטיש!!
מ'זוך מיר נאך א חבד'סקער.

ביידעוועי פארוואס קומסטו אויף אן אויפגעקלערטער סייט?..