בלאט 1 פון 1

וועלכער יו"ט איז דער געשמאקסטער? (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 12:27 pm
דורך אנקעטע
וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 1:48 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נישט מעגליך צו ענטפערן, יעדע יו"ט מיט זיין געשמאק.

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 2:04 pm
דורך נאך וואס
האמיר געשטימט פאר יום כיפור
די גאנצע יום טוב וועלעכע איז די געשמאקסטע ווייס איך נישט, אבער די פסוקי יחוד פון סוף נעילה יום כיפור מיט די קדיש תתקבל, איז זיכער די געשמאקסטע און געהויבענסטע מינוטן פון די גאנצע יאר בלי שום ספק עכ"פ פאר מיר.

אינמיטן יאר ווען עס איז פארוואלקענט מאיזה סיבה שהוא נעם איך אפיר דעם ה' הוא אלוקים פון מוצאי יום הקדוש, און עס ברענגט א בהירות ב"ה

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 2:09 pm
דורך וואלף
נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:04 pm האמיר געשטימט פאר יום כיפור
די גאנצע יום טוב וועלעכע איז די געשמאקסטע ווייס איך נישט, אבער די פסוקי יחוד פון סוף נעילה יום כיפור מיט די קדיש תתקבל, איז זיכער די געשמאקסטע און געהויבענסטע מינוטן פון די גאנצע יאר בלי שום ספק עכ"פ פאר מיר.

אינמיטן יאר ווען עס איז פארוואלקענט מאיזה סיבה שהוא נעם איך אפיר דעם ה' הוא אלוקים פון מוצאי יום הקדוש, און עס ברענגט א בהירות ב"ה
שיין- לא היו ימים טובים לישראל כיוט הכיפורים

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:51 pm
דורך אנדערער
ראש השנה די געפיל נאך מעריב ביים ווינטשן לשנה טובה, תקיעת שופר

יום כיפור האט גאר געשמאקע מאמענטן ווי נעילה און נאך

פסח. די הלל נאכן סדר, די מצות באקן, תפילת טל, כל חמירא, און נאך

שבועות. אהבה רבה, מקוה נאך תיקון

סוכות. די סוכה, ד מינים, שמחת בית השואבה

שמחת תורה. איין שטיק דערהויבנקייט

פורים. איין שטיק דערהויבנקייט

שווער צו אויסוועלן

פארגעסן חנוכה. אזא אור מתוך חושך

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:01 am
דורך להגדיל הטראסק
נישט שייך צו אויסוועלן.
יעדעס יאר יעדעס מאל אן אנדערער ערפארונג.

אבער אלס סאטמארער איז בלי ספק שבועות און די צווייטע טעג סוכות.
די צוויי ימים טובים וועלכע מען פלאגט זיך כלומר אויס פונדערהיים, מען פארגעסט אלע דאגות, מען האלט 'אלעס' מיט ביים רבי'ן - כמובן ווען דער אייבערשטער געבט די געלעגנהייט, די גוף שפילט כמעט נישט קיין ראלע דא, נישט עסן, נישט שלאפן, (אוודאי שלאפט מען און מען עסט, אבער מען לייגט נישט צופיל דגוש דערויף) מען צוקנאקט דעם גוף און דעם חומר כמו שכתוב!!!

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:22 am
דורך להגדיל הטראסק
כ'ווייס אז האסט ערווארטעט אז כ'זאל שרייבן פורים...
אבער טאקע ווייל מען גרייט זיך אגאנץ יאר דערצו מען לערנט כסדר מען גרייט זיך פיזיש און גייסטיש, און דאך ווען עס קומט פורים זעלבסט, און איך זעה ווי מחנה אלוקים וואס איז עוסק מועד במועדו, און דא פלאמען זיי מיטן יום טוב נאך מער פון מיר, דאן ציפט עס...

אפשר טאקע דארף מען נאך מער אינוועסטירן כוחות...

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:35 am
דורך רואה חשבונות
מיין אפשען איז חסר מן הספר: און דאס איז דו הייליגע יו"ט: י"ט כסליו, דאס איז א געהויבענער יום טוב צוליב דעם וואס איז אן "הכנה" צום יו"ט פון כ"א כסליו. צדיקים האבן געזאגט אז הכנה צו מצוה איז גרעסער פון די מצוה אליינס!

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:21 am
דורך אנקעטע
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:01 am נישט שייך צו אויסוועלן.
יעדעס יאר יעדעס מאל אן אנדערער ערפארונג.

אבער אלס סאטמארער איז בלי ספק שבועות און די צווייטע טעג סוכות.
די צוויי ימים טובים וועלכע מען פלאגט זיך כלומר אויס פונדערהיים, מען פארגעסט אלע דאגות, מען האלט 'אלעס' מיט ביים רבי'ן - כמובן ווען דער אייבערשטער געבט די געלעגנהייט, די גוף שפילט כמעט נישט קיין ראלע דא, נישט עסן, נישט שלאפן, (אוודאי שלאפט מען און מען עסט, אבער מען לייגט נישט צופיל דגוש דערויף) מען צוקנאקט דעם גוף און דעם חומר כמו שכתוב!!!
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ...............

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:11 am
דורך וואלף
רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:35 am מיין אפשען איז חסר מן הספר: און דאס איז דו הייליגע יו"ט: י"ט כסליו, דאס איז א געהויבענער יום טוב צוליב דעם וואס איז אן "הכנה" צום יו"ט פון כ"א כסליו. צדיקים האבן געזאגט אז הכנה צו מצוה איז גרעסער פון די מצוה אליינס!
וואס כ"א כסלו איז א הכנה צו אלע ימים טובים

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:16 am
דורך להגדיל הטראסק
► Show Spoiler
לא הבנתי

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:45 am
דורך דער תהלים איד
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:01 am די צוויי ימים טובים וועלכע מען פלאגט זיך כלומר אויס פונדערהיים


אנקעטע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:21 am :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ...............

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:00 pm
דורך להגדיל הטראסק
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:45 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:01 am די צוויי ימים טובים וועלכע מען פלאגט זיך כלומר אויס פונדערהיים


אנקעטע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:21 am :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ...............
אה, ער האט נישט געמיינט צו לאכן פון די רוחניות שבו, נאר עס איז אים געפאלן די ליין...

אויב אזוי דא האבן ענק
160. וויין איז זייער שעדליך פאר מיר! כ'האב איינמאל געטרונקען וויין אונטער די חופה זייט דעמאלס טוט מיר וויי מיין קאפ...(שיכור, נשים)
קרעדיט: משה שווארטץ

161. א חתן ווי א ביבער, ער וויינט גייענדיג צו די חופה וויסנדיג אז ער גייט אריין אין נעץ... (בשם הרב אלימלך שלמה שווארטץ)

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:47 pm
דורך אנקעטע
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:16 am
► Show Spoiler
לא הבנתי
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
עתה הבנתי????????????????

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:05 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:01 am נישט שייך צו אויסוועלן.
יעדעס יאר יעדעס מאל אן אנדערער ערפארונג.

אבער אלס סאטמארער איז בלי ספק שבועות און די צווייטע טעג סוכות.
די צוויי ימים טובים וועלכע מען פלאגט זיך כלומר אויס פונדערהיים, מען פארגעסט אלע דאגות, מען האלט 'אלעס' מיט ביים רבי'ן - כמובן ווען דער אייבערשטער געבט די געלעגנהייט, די גוף שפילט כמעט נישט קיין ראלע דא, נישט עסן, נישט שלאפן, (אוודאי שלאפט מען און מען עסט, אבער מען לייגט נישט צופיל דגוש דערויף) מען צוקנאקט דעם גוף און דעם חומר כמו שכתוב!!!
מ'דארף ניטאמאל פרעגן וואו דו דאוונסט, די קדושה און הייליגע רוחנית'דיגע געפיל וואס שרייט פון דיינע ווערטער זאגן אלעס!!

Re: וועלכע יו"ט איז די געשמאקסטע?

געפאוסט: זונטאג מאי 05, 2024 11:58 pm
דורך טובי' שרייבער
כ'גלייך פורים ווייל מ'קען זיך אביסל אויסגעבן אן זיך שעמען פון קיינעם.

Re: וועלכער יו"ט איז דער געשמאקסטער? (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:11 pm
דורך מיילעך פריילעך
לענ"ד שבועות.
קענסט עסן אלעס (מיט א הכשר פארשטייט זיך..)
קענסט עסן איבעראל.
מען פאסט נישט.
מען איז נישט אויף פון די עלות.
ועוד

Re: וועלכער יו"ט איז דער געשמאקסטער? (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 3:18 pm
דורך וואוילער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:11 pm
מען איז נישט אויף פון די עלות.
:roll:

Re: וועלכער יו"ט איז דער געשמאקסטער? (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 3:38 pm
דורך ס'קען זיין אז..
וואוילער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:18 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:11 pm
מען איז נישט אויף פון די עלות.
:roll:
ביזן עלות...

Re: וועלכער יו"ט איז דער געשמאקסטער? (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 4:12 pm
דורך מסתמא
צום קעפל

געהעריג וואס כקען מיך נישט באשליסן. יעדעס יו”ט מיט זיין קאליר, הודו לד’ פאר דעם!