בלאט 1 פון 1
אנקעטע איבער אנקעטעס
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 11:19 am
דורך אנקעטע
וואס האלט איר איבער מאכן אנקעטעס?
Re: אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 1:12 pm
דורך וואלף
די וואס האבן געשטימט נישט אמת פארשטיי איך נישט ממה נפשך דארפן זיי שטימען אמת, אויב שטימען זיי אייביג אמת איז דאך גוט און אויב שטימען זיי נישט אמת'דיג דארפן זיי ווייטער שטימען אמת
Re: אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 1:29 pm
דורך יאנטשי
וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 1:12 pm
די וואס האבן געשטימט נישט אמת פארשטיי איך נישט ממה נפשך דארפן זיי שטימען אמת, אויב שטימען זיי אייביג אמת איז דאך גוט און אויב שטימען זיי נישט אמת'דיג דארפן זיי ווייטער שטימען אמת
איינער וואס שטימט אויף די 'נישט אמת' אפציע מיינט נישט אז ער שטימט אלס די נישט ריכטיגע, נאר אז ער האלט אז ער און אנדערע שטימען נישט אויפריכטיג און רוב אנקעטעס.
נעם א משל די אנקעטע איבער קראקס, איינער וואס שטימט אז עס איז נישט קיין פראבלעם אבער איך גיי נישט דערמיט, צו וועט ער טאקע נישט האבן קיין פראבלעם ווען זיין איידעם וועט גיין דערמיט אין ביהמ"ד? אדער שטימט ער די אפציע ווייל ער וויל אז דאס זאל זיין די ריכטיגע, נישט ער האלט טאקע דערביי.