בלאט 1 פון 2

צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: זונטאג אפריל 28, 2024 3:41 pm
דורך דער ידען
מיר האבן היינט געשריבן איבער דריי צדיקים, וואס צוויי האבן מאריך ימים געווען איבער די הונדרעט, און איינס האט ליידער גאר יונג מחזיר געווען נשמתו ליוצרו.
וועלן מיר גיין פתיחה אויף די אשכול ביטע שרייבט אייער ידיעות...

*הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע האט געלעבט 36 יאר - זי"ע
*הרה"ק רבי דוד לייקעס זי"ע האט געלעבט 114 יאר - זי"ע
*הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב דוכט זיך האט געלעבט 110 יאר - זי"ע

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: זונטאג אפריל 28, 2024 5:18 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
ר' שמעון יערוסלובער איז נישט זיכער פינקטליך וויפול אבער 110 זיכער נישט, ער איז געווען ארום 90 - 95 מאקסימום.

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 2:31 am
דורך רואה חשבונות
לויט געוויסע שיטות איז ר"ר זושא געווען א זקן. די וועלט זאגט אז ר"ר אלימלך איז געבוירן שנת תע"ז און ר"ר זושא איז געווען עלטער פון ר"ר אלימלך. ר"ר זושא איז נפטר (ע"פ מצבתו) שנת תק"ס. קומט אויס אז ר"ר זושא איז געווען כאטשיג אין די מיטעלע 80'ציגער יארן! זייער מעגליך עלטער.

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 2:34 am
דורך רואה חשבונות
דער אר"י הקדוש איז געווען צווישן 34-38.

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:18 am
דורך אנדערער
דער רמ"א 42

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 9:00 am
דורך רואה חשבונות
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:18 am דער רמ"א 42
אנדערע זענען שטארק מפקפק אין דעם ציפער, ס’איז דא וואס זאגן 54.

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 4:08 pm
דורך דער ידען
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:18 pm ר' שמעון יערוסלובער איז נישט זיכער פינקטליך וויפול אבער 110 זיכער נישט, ער איז געווען ארום 90 - 95 מאקסימום.
רבי שמעון איז געבוירן שנת תקי"ח, ער איז אוועק תר"י, קומט אויס ער איז געווען 92

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 7:08 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
דער ידען האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 4:08 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:18 pm ר' שמעון יערוסלובער איז נישט זיכער פינקטליך וויפול אבער 110 זיכער נישט, ער איז געווען ארום 90 - 95 מאקסימום.
רבי שמעון איז געבוירן שנת תקי"ח, ער איז אוועק תר"י, קומט אויס ער איז געווען 92
ס'איז נישט ממש אזוי זיכער...

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:47 am
דורך דער ידען
הגאון רבי חיים יהודה קלוגער זצ"ל איז ליידער נסתלק געווארן בחיי אביו הגה"ק רבי שלמה קלוגער זצ"ל - און ער איז אלט געווען אינגאנעצן 48

זי"ע

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 10:34 pm
דורך הארזים
וואס רופט מען מאריך ימים געווען?

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 10:53 pm
דורך טיר
הרהק רבי נחמן מברסלב זצקל 39 יאר חי' תשרי תקע"א
39 יאר איז לויט די אנגענומענע גירסא ס'איז א חילוק אין א יאר צו נולד ניסן תקל"א אדער תקל"ב

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 2:36 pm
דורך דער ידען
דער הייליגער רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג האט געלעבט 52 יאר

זי"ע

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 4:16 pm
דורך דער רבי איז געזונט
דער ידען האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:36 pm דער הייליגער רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג האט געלעבט 52 יאר

זי"ע
סאטמארע רבי שליט''א מהר''א האט דעם וואך ביים טיש גערעדט פונעם רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג.
די רבי האט דערציילט אז ער האט געהייסן רבי שמואל שמעלקא, שמואל נאך שמואל הנביא. האט ער אמאל געזאגט אז ווען מ'געבט אים ווען נאר דעם נאמען שמואל וואלט ער ווען צוגעקומען צו די מדריגות פון שמואל הנביא!
"אבער יעצט אז איך הייס אויך שמעלקא בין איך געבליבן א שמעלקא" האט ער זיך אויסגעדריקט,
און שטוינענד איז געווען ווען ער איז אוועק ביי די 52 יאר די זעלבע ווי שמואל הנביא וואס האט אויך געלעבט 52 יאר!

זי"ע

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 pm
דורך Think and Thank
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 9:00 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:18 am דער רמ"א 42
אנדערע זענען שטארק מפקפק אין דעם ציפער, ס’איז דא וואס זאגן 54.

די ציפער אין וואס מ'איז מפקפק איז דאס אז ער איז געווען 33 יאר ביי די פטירה, ווייל לויט דעם קומט אויס אז ער האט געלערנט ביי ר' שכנא מלובלין ביי די ניין יאר, שוין געשריבן תשובות און חרמות ביי די צען יאר, איז געווארן רב פון קראקא ביי די 12 יאר, איז געווען 12 יאר אלט ווען זיין 20 יעריגע רביצין איז אוועק ועוד כמה וכמה הוכחות. דאכט זיך אז אויסער די נומער 33 גיבט קיינער נישט אן קיין פונקטליכע ציפער נאר הג"ר אפרים זלמן מרגליות זאגט אין די נידריגע פערציגער, און דער עיר הצדק איז משער אויף ארום פופציג.

(לי הקטן קוקט אויס ווי רא"ז מרגליות היות זיין ערשטע רביצין (גאלדא, די טאכטער פון ר' שכנא מלובלין) איז אוועק אין יאר שי"ב אלט זייענדיג ארום צוואנציג, וואס לויט רא"ז אז דער רמ"א איז געבוירן בערך ר"צ קומט אויס אז ער איז געווען בערך אין זעלבן יארגאנג ווי זיי רביצין.)

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:18 pm
דורך Think and Thank
דער בית יוסף איז געווען א יונג קינד בשעת גירוש שפאניע אין יאר רנ"ב (דא פארשידענע גירסאות פונקטליך ווי אלט), און איז נסתלק געווארן אין יאר של"ה. דאס מיינט קרוב צו ניינציג יאר!

דער ב"ח איז תסלק געווארן אין יאר ת"א, און ווי ער שרייבט אליין אין א תשובה האט ער נאך עולה געווען מפטיר אלס אינגל (נישט צו די בר מצוה נאר דער טאטע האט אים עס געקויפט) אינ'ם מהרש"ל'ס שול בחיי המהרש"ל. דער מהרש"ל איז נסתלק געווארן אין יאר של"ד, 67 יאר פאר'ן ב"ח. אויב אזוי קען מען אננעמען אז דער ב"ח איז געווען קרוב צו די שמונים.

Re: צדיקים וואס האבן מאריך ימים געווען, ולהיפך, זי"ע

געפאוסט: דינסטאג יוני 10, 2025 6:17 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:34 am דער אר"י הקדוש איז געווען צווישן 34-38.
38

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: דינסטאג יוני 10, 2025 10:56 am
דורך Think and Thank
דער רדב"ז איז געבוירן רל"ט, און איז אוועק של"ג. 94 יאר!

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:17 am
דורך יחוס חוקר
דער תולדת יעקב יוסף איז געווען 106 דאכצעך

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:17 am
דורך יחוס חוקר
ר' דוד לייקעס ערגעץ ביי די 112 - 114

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:19 am
דורך יחוס חוקר
הרה"ק בעל התעוררת תשובה מערלוי הי"ד איז אוועק אויפן באן אויפן וועג קיין אושוויץ זייענדיג 96 יאר

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:21 am
דורך יחוס חוקר
די סבא קדישא הרה"ק ר' שלמה אליעזר אלפנדרי זי"ע 100 - 107

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:23 am
דורך יחוס חוקר
הגאון ר' זאב וואלף אב"ד ליזענסק בימי הרה"ק הר"ר אלימלך זי"ע נפטר כבן 113.

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:23 am
דורך יחוס חוקר
הרה"ק ר' ליבר מבארדיטשוב זי"ע - 103

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:24 am
דורך יחוס חוקר
הרה"ק ר' וואלף קיצעס זי"ע - 93

Re: צדיקים זי"ע וואס האבן מאריך ימים געווען, או להיפך רח"ל

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 8:25 am
דורך יחוס חוקר
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 10:56 am דער רדב"ז איז געבוירן רל"ט, און איז אוועק של"ג. 94 יאר!
יש אומרים אז ער איז געווען 110