היינט זונטאג י"ג ניסן איז די יארצייט פון הרה"ק רבי יוסף קארו ב"ר אפרים זי"ע, הבית יוסף, ומחבר השלחן ערוך,
ער איז געבוירן אין שטאט טולידה ספרד, בשנת רמ"ח. צו זיין טאטן הגה"ק רבי אפרים זי"ע, בן הגה"ק רבי אפרים קארו הזקן מטולידה ספרד זי"ע, און צו זיין מאמע הצדקת מרת בואינה ע"ה.
בשנת רנ"ב ווען עס איז געווען די גירוש ספרד איז די זיידע ר' אפרים מיט די אייניקעל דער בית יוסף זייענדיג נאר 4 יאר אלט אוועק געוואנדערט קיין פארטוגאל, אבער בשנת רנ"ו האט מען זיי פארטריבען אויך פון דארט.
דער הייליגער בית יוסף איז דאן געווען 8 יאר אלט ווען זיי זענען אנגעקומען קיין קאנסטאניטנאפעל, און דארט איז ליידער זיין טאטע ביי וועם דער קינד האט געלערנט נסתלק געווארן.
דאן איז דער בית יוסף אריבער וואוינען ביי דעם טאטן'ס ברידער הגה"ק רבי יצחק ר"י אין שטאט ליסאבאן בעל תולדות יצחק זי"ע. און דער פעטער האט אויף זיך גענומען צו אויסהאלטן דעם בית יוסף בתנאי אז ער וועט זיך אריינווארפן אין תורה מיטן גאנצן כח.
און זייענדיג גאר יונג האט מען שוין געזעהן די גדלות פונעם קינד ער האט שוין דאן געהאט קונה געווען א גרויס חלק פון ש"ס ופוסקים מיט די ראשונים, אלע ספרים פונעם רמב"ם זי"ע זענען געווען שגור על פיו.
ער האט דאן חתונה געהאט בזיווג ראשון מיטן טאכטער פון הגה"ק רבי חיים אלבלג זי"ע, אבער ליידער איז זיין זיווג ראשון נפטר געווארן נאך צוויי יאר.
בשנת רע"ו האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט די טאכטער פון הגה"ק רבי יצחק ב"ר אברהם סבע בעל צרור המור זי"ע, און ער האט דאן געוואוינט אין שטאט אדריאנאפאל, און ער איז דארט מפורסם געווארן צווישן די גאוני חכמי הדור.
גאוני דורו האבן אים שוין גערופען מיט דעם טיטל "מרן" ביי די 30 יאר.
בשנת רפ"ב זייענדיג 34 יאר אלט האט ער אנגעהויבען שרייבען זיין ספר בית יוסף אויפן טור, ער האט דאס אנגעהויבען און אדריאנופול און דאס געענדיגט אין ארץ ישראל, עס האט גענומען 20 יאר.
דער הייליגער אר"י הקדוש זי"ע, און הגה"ק הרדב"ז זי"ע, און הגה"ק רבי אליעזר אשכנזי בעל יוסף לקח זי"ע, האבן אסאך געהאלפן מיטן ספר, דער בית יוסף האט אין זיין ספר מכריע געווען רוב הלכות ווי דריי עמודי עולם "די רי"ף, די רמב"ם, און די רא"ש זי"ע".
הגה"ק רבי חיים אבולעפיא זי"ע האט געזאגט אז מיט די פסקים פונעם בית יוסף האבן מסכים געווען קרוב צו 200 רבנים מובהקים בדורו.
בשנת רצ"ו אין חודש אלול איז דער הייליגער בית יוסף אנגעקומען קיין צפת און דארט האט ער זיך צוריק געטראפן מיט זיין רבו מובהק הגה"ק המהר"י בירב זי"ע, וואס איז דאן געווען אב"ד עיה"ק צפת וואס ער האט שוין ביי אים געלערנט אין שטאט ליסאבאן.
זיין רבי האט זיך זייער געפרייט צו האבן זיין הייליגען תלמיד מיט זיך און ער האט אים אויף גענומען אלס איינע פון די דיינים און זיין בי"ד, און דער בית יוסף איז געווען דער ערשטער וואס האט באקומען סמיכה בי זיין רבין דער מהר"י בירב זי"ע.
בשנת שי"ח האט ער מחבר געווען די ד' חלקי שלחן ערוך, וואס ווי באקאנט האט ער דעם חיבור גערופען מיט דעם נאמען שולחן הערוך, ווי די פסוק זאגט אז דער רבוש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ע"ה "ערכם לפניהם כשולחן הערוך".
ווען דער חיבור פון שולחן ערוך איז ארויס געקומען איז אראפגעקומען א ליכטיקייט אויף די וועלט פון הלכה, און די ספר בית יוסף און שלחן ערוך זענען נתקבל געווארן ביי כמעט אלע חכמי ספרד.
דער הייליגער רמ"א זי"ע, איז אנפאנג ארויס געקומען קעגן דעם חיבור פונעם בית יוסף קודם ווייל ער האט איבעראל גע'פסק'נט כמנהג ספרד און דער רמ"א האט געהאלטן אז דאס וועט מבטל זיין אלע מנהגי אשכנז,
און אויך האט דער רמ"א געהאלטן אז דורכן לערנען אונעם בית יוסף נעמט דאס אוועק די עמילות בתורה, וויבאלד דער הייליגער בית יוסף האט זיין חיבור געשריבן מיט א געוואלדיגע קלארקייט, און דער הייליגער בית יוסף וואס איז שוין דאן געווען א זקן און געווען עלטער פונעם הייליגען רמ"א זי"ע האט מיט דעם אלעם זייער מכבד געווען דעם רמ"א און אפילו באצאלט אויף דער עלטער צו קויפן א ס"ת וואס דער רמ"א זי"ע האט געשריבן.
שפעטער האט דער הייליגער רמ"א אויך אנגעהויבען לערנען דעם הייליגען חיבור בית יוסף און שולחן ערוך און אויך אריינגעברענגט ביי זיך אין ישיבה ביי די לימודים.
עס ווערט געברענגט פון גדולים אז אין יענע צייט זענען געווען דריי גדולים וואס זענען געווען ראוי' ארויסצוגעבן א ספר ווי דעם בית יוסף און שולחן ערוך און פון הימל האט מען באשטימט אז דער הייליגער בית יוסף זאל דאס מחבר זיין וועגן זיין גרויס עניוות.
און עס ווערט געברענגט אז הגה"ק בעל הר"י בן לב זי"ע, האט זיך זייער מתנגד געוען קעגן דעם חיבור פונעם בית יוסף זי"ע, אבער איינמאל איז ער אנגעקומען ביים לערנען צו א הלכה און נישט געקענט קומען צו א קלארן תשובה, דאן האט ער געזאגט אז מן השמים ווייזט מען אים אז מען וויל אז דער הייליגער חיבור פונעם בית יוסף זי"ע זאל נתפשט ווערן בעולם, און האט אונעם חיבור טאקע געטראפן דעם תשובה אויף די הלכה און פון דאן האט ער זיך מער נישט מתנגד געווען.
הרה"ק רבי שלום רוקח בעל שר שלום מבעלזא זי"ע, האט געזאגט אז זיין גאנצע יראת שמים האט ער באקומען לערנענדיג טור מיטן פירוש בית יוסף. און דער זון הרה"ק רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע, האט אמאל געפרעגט זיין טאטן דער שר שלום זי"ע, אויב עס איז אמת וואס מען פארציילט אויפן הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, אז ווען ער האט געלערנט גמרא און דערמאנט א נאמען פון א הייליגען תנא אדער א אמורא האט זיך דער תנא אדער אמורא צו אים באוויזען,
האט דער טאטע געזאגט "אויפן לובלינער זי"ע איז אלץ צום גלויבן, נאר איך זאג דאך נישט אז איך זעה," נאר איך בין געווען א יונגערמאן ווען איך האב געגעסען קעסט ביים שווער אין סיקאהל, האב איך געהאט א שיעור יעדען טאג אין טור בית יוסף נאכ'ן דאווענען אין בית המדרש, און ווען איך בין אנגעקומען צו יעדען תנא, יעדען אמורא, וואס דער בית יוסף ברענגט אראפ האב איך מרגיש געווען די קדושה פון יעדען באזונדער.
הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע, האט געזאגט א סגולה פאר א מו"ץ אז ער זאל ח"ו נישט נכשל ווערן מיט שאלות בפסח, צו לערנען פאר פסח אלע הלכות פון פסח בעיון היטב אונעם שולחן ערוך. ווייל דער שלחן ערוך איז געקומען בטענה אז מען לערנט נישט בקביאות אונעם שולחן ערוך, און דערפאר קומט ארויף שאלות צום דיין ערב פסח כדי מען זאל דארפען מעיין זיין אינעם שולחן ערוך, און אויב מען לערנט דאס גוט דורך פאר פסח קומען נישט ארויף די אלע שווערע שאלות.
דער הייליגער חיד"א זי"ע האט געזאגט אז מען קען זאגן אויפן הייליגען בית יוסף אז אלע זיינע חיבורים וואס זענען ארויס געקומען זענען אפשר האלב פון וואס ער האט מחבר געווען,
הגה"ק רבי שמואל יהודה בן המהר"ם פאדובא זי"ע, האט געזאגט אז פון די צייט פונעם רמב"ם און דעם רמב"ן איז נישט אראפגעקומען אויף די וועלט א גדול בתורה וואס האט אזויפיל מרביץ געווען תורה אויף די וועלט, ווי דער הייליגער בית יוסף זי"ע,
הרה"ק בעל השל"ה הקדוש זי"ע, האט געזאגט אויפן בית יוסף זי"ע, בזה"ל "שהיה ממש כמלאך אלקים נתגלה לו מגידים מישיבת נביאים ותנאים והיה לו גלוי אליהו הנביא".
דער הייליגער בית יוסף איז געווען א גדול בתורה און א קדוש וטהור און אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן צו פארשיינען זיין הייליגע תורה פאר יענעם דור און פאר דורות נאכדעם ביז ווען מען וועט בקרוב זוכה זיין צו ביאת המשיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
נסתלק לגנזי מרומים י"ג ניסן בשנת של"ה, ער ליגט אין די ביה"ח הישן אין צפת נישט ווייט פונעם אר"י הקדוש זי"ע, און פונעם אלשיך הקדוש זי"ע.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.