בלאט 1 פון 1
זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:32 pm
דורך רואה חשבונות
אסאך מאל ווען א איד זעצט זיך אריין אין א צווייטנס קאר איז ממש שומו שמים, וואס דארט טוט זיך - ליידיגע באטלעך, פארשמירטע סיעטס, ברעקלעך פון אלע זייטן וכו' וכו'
וואדעראום אסאך מאל זעצט זיך א איד אריין אין א צווייטנס קאר און ס’איז ממש א מחי' און ס'דא וואס איז ערגעץ אינדערמיט.
לאזן עסן אין די קאר איז די מקור פון שמוץ אין דעם אויטא. פאר פסח ווען ס'שווער אויסצוקלינען קומט ארויף די שאלה:
איז יעצט אזוי זאל מען לאזן די קינדער מאכן א לעבן, עסן און טרינקן און זיך אנפלאגן איין מאל א יאר און גלייכצייטיג האבן א שמוציגע קאר א גאנץ יאר?
אדער נישט לאזן די קינדער עסן און טרינקן און האבן א פיינע שמעקעדיגע קאר א גאנץ יאר און גלייכצייטיג ארבעטן גרינגער פאר פסח?
ירא הקהל וישפוט
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקן אין די קאר?
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 3:49 pm
דורך איטשע
איך פארשטיי נישט די פראגע...
אין א קאך עסט מען אויך א גאנץ יאר, און דארט איז מעגליך צו האלטן די ארט ריין און מסודרדיג, איז פארוואס איז ביי א קאר אנדערש?
ואלי יש לומר אז ביי די יודן וואס דרייוון א גארביטש קען קאר אנגעפילט מיט שמוץ האבן אויך א שמוציגע קאך...
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקן אין די קאר?
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 3:51 pm
דורך דער תהלים איד
#לאז זיי לעבן
וכן נוהגין.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקן אין די קאר?
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:11 pm
דורך רואה חשבונות
איטשע האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 19, 2024 3:49 pm
איך פארשטיי נישט די פראגע...
אין א קאך עסט מען אויך א גאנץ יאר, און דארט איז מעגליך צו האלטן די ארט ריין און מסודרדיג, איז פארוואס איז ביי א קאר אנדערש?
ואלי יש לומר אז ביי די יודן וואס דרייוון א גארביטש קען קאר אנגעפילט מיט שמוץ האבן אויך א שמוציגע קאך...
האו אבאוט אז/אויב א קאר איז א ליווינג רום?
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקן אין די קאר?
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 5:05 pm
דורך פישל שווארץ
איטשע האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 19, 2024 3:49 pm
איך פארשטיי נישט די פראגע...
אין א קאך עסט מען אויך א גאנץ יאר, און דארט איז מעגליך צו האלטן די ארט ריין און מסודרדיג, איז פארוואס איז ביי א קאר אנדערש?
די קיך ווערט אויף גערוימט דורך די רוימערקע. זאל די רוימערקע אויפרוימען די קאר וועט עס זיין ריין און מסודרדיג.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקן אין די קאר?
געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 6:17 pm
דורך רואה חשבונות
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 19, 2024 5:05 pm
איטשע האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 19, 2024 3:49 pm
איך פארשטיי נישט די פראגע...
אין א קאך עסט מען אויך א גאנץ יאר, און דארט איז מעגליך צו האלטן די ארט ריין און מסודרדיג, איז פארוואס איז ביי א קאר אנדערש?
די קיך ווערט אויף גערוימט דורך די רוימערקע. זאל די רוימערקע אויפרוימען די קאר וועט עס זיין ריין און מסודרדיג.
דער 'שווארצער פישל' זאגט נישט שלעכט.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקן אין די קאר?
געפאוסט: מוצש"ק אפריל 20, 2024 10:17 pm
דורך חיים יוסף
איך קען נישט אפגעבן קיין שטימע ווייל איך ווייס באמת נישט וואס איז ריכטיג,
די מציאות איז אז אסאך מאל קומט מען אהיים שפעט די חברה לאזן אלעס אינטער זיך אין עס איז ממש ווי מיין טאטע פלעגט זאגן א חזיר סלאש און נעמט אוועק די רואיגייט, איך עס אויך אמאל אין די קאר אבער מען טראגט ארויס די גארבעדטש.
ווען מען מאכט פסחדיג קומט אפיר פון אינטער די זיצן ליידיגע בעגס פון French fries פארקלעבעטע קאפע סלאש
מען דארף טרעפן א וועג די קינדער זאלן זיך נאכרוימען
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקן אין די קאר?
געפאוסט: זונטאג אפריל 21, 2024 11:16 pm
דורך אפיציעל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 19, 2024 3:51 pm
#לאז זיי לעבן
וכן נוהגין.
זאגן ניין, איז נישט קיין סתירה צו "לאז לעבן" פארקערט גאר, זאגן ניין דארט
ווי ס'קומט איז אסאך מער "לאז לעבן" ווי זאגן יא טו וואס דו ווילסט!
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:12 pm
דורך שרייבן שרייבט זיך
עס ווענט זיך פאר וועמן די קאר באלאנגט.
טאמער דו האסט געבארגט דיין שוואגערס קאר זאל מען לאזן עסן. די אייגענע (קאר, נישט קינדער) איז אן אנדערע מעשה.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 22, 2024 3:47 pm
דורך רואה חשבונות
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 22, 2024 1:12 pm
עס ווענט זיך פאר וועמן די קאר באלאנגט.
טאמער דו האסט געבארגט דיין שוואגערס קאר זאל מען לאזן עסן. די אייגענע (קאר, נישט קינדער) איז אן אנדערע מעשה.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: מיטוואך אפריל 24, 2024 9:53 pm
דורך פופציגער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 22, 2024 1:12 pm
עס ווענט זיך פאר וועמן די קאר באלאנגט.
טאמער דו האסט געבארגט דיין שוואגערס קאר זאל מען לאזן עסן. די אייגענע (קאר, נישט קינדער) איז אן אנדערע מעשה.
און טאמער האסטו אין דיין קאר דיין שווארגער’ס קינדער?
צום ענין, אודאי לאזן.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:52 pm
דורך וואוילער
ביי מיר לאזט מען, און מ'לערנט אויס צו זיך האלטן ריין און נאכרוימען פונקט ווי אין שטוב.
די געדאנק אז די רוימערקע זאל רייניגן די קאר איז זייער גוט!
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: פרייטאג אפריל 26, 2024 12:10 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:52 pm
ביי מיר לאזט מען, און מ'לערנט אויס צו זיך האלטן ריין און נאכרוימען פונקט ווי אין שטוב.
די געדאנק אז די רוימערקע זאל רייניגן די קאר איז זייער גוט!
איך לאז און מיין קאר קוקט טאקע אזוי אויס אפילו איך האב אייביג א גארבעדזש בעג אין די קאר
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: זונטאג מאי 05, 2024 11:53 pm
דורך טובי' שרייבער
איך לאז עסן אין מיין קאר, און פאר פסח טראג איך עס צו א קאר וואש און זיי מאכן שוין די דזשאב פאר מיר.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: מאנטאג מאי 06, 2024 11:56 am
דורך אפיציעל
היי יאר פסח מאכעדיג זאגט מיר איינע פון מיינע קינדער, טאטי ווען ס'גווען קאוויד, צופרי ווען דו האסט אונז געטראגן אין (די קליינע) חדר זענען מיר געפארן אין א קאר, אהיים זענען מיר געפארן מיט א גארביטש טראק...
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 1:16 pm
דורך שיטתי
יא. אבער נישט זאכן וואס מאכן א גרויסע שמיץ.
און אויב סווערט שמיציג, קליען עס גלייך אויף. ווארט נישט ביז ערב פסח.
חוץ אויב די גלייכסט ווען דיין קאר שטינקט.
Re: זאלן עלטערן לאזן די קינדער עסן און טרינקען אין קאר?
געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 1:26 am
דורך בן מנחם
טרינקען זיכער עסן נאר אויב מען איז הונגעריג פאפיטעס וועט מען עסן אינדערהיים