בלאט 1 פון 4
חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 4:38 pm
דורך אלע צוזאמען
אין דעם טעמע וועלן מיר פרובירן צו פארציילן און ארויסברענגן אלעס ארום דעם נייעם אויפבליענדן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
פילט אייך באקוועם צו אנפרעגן סיי וואס אין פאבליק אדער אין טישי, און מיר וועלן פרובירן צו אדרעסירן אייערע פראגעס.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 8:18 pm
דורך יודעלע
איך בין דארט געוועהן פאר א באזוך בערך א יאר צוריק, איז ווי איך האב דעמאלטס פארשטאנען איז אז עס בויט זיך זייער צוביסלעך און ווען זיי גייען ענדיגען די נייע דיוועלעפמינט וואס האט דעמאלטס געמאכט זייער שנעלע פארשריט גייט עס גיין שנעל למעשה פארשלעפט זיך עס זייער שטארק וואסע פשט?
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:41 pm
דורך ווילסאן
איז א דאנק @אלע צוזאמען פארן נעמען די פעדער אין די האנט. ראשית כל האלט איך וואלט געוועהן גוט אראפצולייגן די טרוקענע נומערן פונעם איצטיגן ישוב. וואס זענען די פקטישע 'רויע נומבערס' ווי מ'רופט עס?
ווי סאך משפחות וואוינען שוין דארט? (שטייטזעך)
מספר הבתי מדרשים.
וכו' וכו'.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 10:42 pm
דורך יודעלע
בתי מדרשים איז דא איין גרויסע פאר די וואכן און צוויי קלענערע פאר שבת
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:01 pm
דורך אלע צוזאמען
@ווילסאן יישר כח, מיי פלעדזשער.
עס וואוינען דא ארום דרייסיג משפחות, (עס איז שווער צו וויסן פונקטליך היות עס איז נישט קלאר אויף געוויסע מענטשן וואס זענען דא נאר אין די ווינטער וכדומה צו מען רעכנט זיי, אבער עס איז זיכער דא קרוב צו 30 גאנץ יעריגע תושבים ב"ה) ב"ה עס קומען צו נאך תושבים יעדע שטיק צייט slowly but surely, אזוי אויך איז כסדר דא געסט במילא איז דא גרעסער מנין (מיר האבן דאך צוויי בתי מדרשים אויף שבת ויו"ט) פארשטייט זיך אז אין די ווינטער איז שטארק געפאקט.
דער שטאט פארמאגט (ווי @יודעלע האט שוין דערמאנט) איין וואכעדיגע בית המדרש (וואס געפינט זיך גלייך נעבן דער גראסערי) און צוויי שבת'דיגע בתי מדרשים היות מען וואוינט זייער צושפרייט.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:04 pm
דורך אסמכתא בעלמא
ייש"כ @אלע צוזאמען
שאלה: וואס איז די ריזן מעלה פון אריזאנע, אז עס זאל לוינען פאר א אינגערמאן צו פארלאזן זיין היימלאנד?
(געזעצליך איז עס איין לאנד, אבער... מ'קען נישט נעמען א טעקסי..)
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:06 pm
דורך אלע צוזאמען
@יודעלע איך ווייס נישט קיין גענויע פרטים איבער דעם דעוועלעפמענט, דאס איז אבער נישט קיין זאך וואס האט א דיירעקטע שייכות מיט די אויפבוי פונעם שטאט, דער שטאט וואקסט ב"ה מיט משפחות וואס קומען אהער וואוינען און קויפן הייזער אין די עקזיסטירנדע געגנטער, האפענטליך וועלן די בויער מצליח זיין צו בויען ווי פריער אבער דאס האט נישט אן עפעקט (דערווייל) אויפן אויפבוי פונעם שטאט.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:13 pm
דורך אלע צוזאמען
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:04 pm
ייש"כ @אלע צוזאמען
שאלה: וואס איז די ריזן מעלה פון אריזאנע, אז עס זאל לוינען פאר א אינגערמאן צו פארלאזן זיין היימלאנד?
(געזעצליך איז עס איין לאנד, אבער... מ'קען נישט נעמען א טעקסי..)
קודם אן אנטשולדיגונג אז איך שרייב נישט לענגערע תירוצים, היות עס איז מיר אביסל שווער דא צו שרייבן ווייל איך נוץ געווענדליך נעטפרי און דאס קען איך נישט ניצן דערווייל, האפענטליך ווען עס וועט ווערן אפן וועל איך קענען שרייבן לענגער, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.
@אסמכתא בעלמא דער מעלה פון אריזאנע איבער ניו יארק אדער איבער אנדערע שטאטן אין אמעריקע?
איבער ניו יארק איז דער ענטפער בעיקר:
ביליגע שיינע גרויסע דירות
רואיגע לייפסטייל
ביליגערע טעקסעס
שענערע וועטער (טאקע אפשר נישט פאר יעדעם)
סקול טשויס
בעסערע קוואליטי אף לייף (שווער צו מסביר זיין)
און נאך
איבער אנדערע שטאטן ווענט זיך פון וועלכע מען רעדט, איך האלט אבער לגמרי נישט אז אריזאנע איז דער בעסטער פלאץ פאר יעדן איינעם אדער אז עס איז געמאכט פאר יעדן צו וואוינען דאהי.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 11:44 pm
דורך יודעלע
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:06 pm
@יודעלע איך ווייס נישט קיין גענויע פרטים איבער דעם דעוועלעפמענט, דאס איז אבער נישט קיין זאך וואס האט א דיירעקטע שייכות מיט די אויפבוי פונעם שטאט, דער שטאט וואקסט ב"ה מיט משפחות וואס קומען אהער וואוינען און קויפן הייזער אין די עקזיסטירנדע געגנטער, האפענטליך וועלן די בויער מצליח זיין צו בויען ווי פריער אבער דאס האט נישט אן עפעקט (דערווייל) אויפן אויפבוי פונעם שטאט.
ווען די דעוועלעפמענט גייט זיין פארטיג גייט עס זיין א אידישע געגנט נאר אידן לכאורה גייען מער מענשטן מופן ניין?
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:19 am
דורך אלע צוזאמען
יודעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:44 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:06 pm
@יודעלע איך ווייס נישט קיין גענויע פרטים איבער דעם דעוועלעפמענט, דאס איז אבער נישט קיין זאך וואס האט א דיירעקטע שייכות מיט די אויפבוי פונעם שטאט, דער שטאט וואקסט ב"ה מיט משפחות וואס קומען אהער וואוינען און קויפן הייזער אין די עקזיסטירנדע געגנטער, האפענטליך וועלן די בויער מצליח זיין צו בויען ווי פריער אבער דאס האט נישט אן עפעקט (דערווייל) אויפן אויפבוי פונעם שטאט.
ווען גי דעוועלעפמענט גייט זיין פארטיג גייט עס זיין א אידישע געגנט נאר אידן לכאורה גייען מער מענשטן מאפן ניין?
ווי געזאגט איך האב נישט קיין אינפארמאציע איבער דעם דעוועלעפמענט, ווי איך פארשטיי האט זיך די בויען פארשלעפט אויף דערווייל (ווי גאר אסאך נייע הייזער פראיעקטן אידישע און גוישע צוגלייך) אבער איך ווייס נישט ווי זיי האלטן און וואס זייער פלענער זענען.
עס איז מסתבר אז איר זענט גערעכט אז אויב וועט זיין א אידישע דעוועלעפמענט וועלן מער מענטשן אריינקוקן אהערצוקומען אבער עס איז נישט מוכרח אז עס איז א גוטע זאך (פאר גאר אסאך סיבות וואס איך האב נישט קיין כח יעצט אריינצוגיין דערין און פעלט לכאורה אויס צו זיין אין א באזונדערע טעמע איבער דער מהלכים און דרכים וויאזוי צו בויען א נייע ישוב).
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:22 am
דורך ווירקליך
יישר כח פאר’ן עפענען דעם אשכול.
אין וועלכע רעינדזש לויפן דירות פרייזן?
און איז נישט זייער הייס אין די זומער?
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:28 am
דורך אלע צוזאמען
ווירקליך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:22 am
יישר כח פאר’ן עפענען דעם אשכול.
אין וועלכע רעינדזש לויפן דירות פרייזן?
און איז נישט זייער הייס אין די זומער?
הייזער לויפן צווישן 350K און 450K (עס איז דא טייערער הייזער אויך אבער דאס איז בעיקר ווען עס האט א גרעסערע לאט אדער שענערע פול וכדומה).
אין די זומער איז הייס, ד. ה. אין די ערשטע האלב זומער איז דא גאר א טריקענע היץ, פון ארום פסח לויפט דער וועטער ארום 85F ביז שבועות און צווישן שבועות און יעצט אין די נידריגע הונדערט, פון יעצט ביז ארום אלול איז די מאנסון סיזען ווען עס קען זיך אראפלאזן א גאס רעגן פאר א שעה צוויי און דאס קען ברענגן אז עס זאל יא זיין אביסל יומידיטי (דאס הייסט ארום 30 40 פראצענט - פאר קאנטעקסט אין ניו יארק איז עס געווענדליך ארום 80 90).
במילא און קורצן איז די ענטפער, יא, עס איז הייס אין די זומער.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 4:10 pm
דורך יא יא
וויפיל משפחות וואוינען שוין אין קאסא גראנדא?
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 4:14 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:01 pm
עס וואוינען דא ארום דרייסיג משפחות, (עס איז שווער צו וויסן פונקטליך היות עס איז נישט קלאר אויף געוויסע מענטשן וואס זענען דא נאר אין די ווינטער וכדומה צו מען רעכנט זיי, אבער עס איז זיכער דא קרוב צו 30 גאנץ יעריגע תושבים ב"ה) ב"ה עס קומען צו נאך תושבים יעדע שטיק צייט slowly but surely, אזוי אויך איז כסדר דא געסט במילא איז דא גרעסער מנין (מיר האבן דאך צוויי בתי מדרשים אויף שבת ויו"ט) פארשטייט זיך אז אין די ווינטער איז שטארק געפאקט.
דער שטאט פארמאגט (ווי @יודעלע האט שוין דערמאנט) איין וואכעדיגע בית המדרש (וואס געפינט זיך גלייך נעבן דער גראסערי) און צוויי שבת'דיגע בתי מדרשים היות מען וואוינט זייער צושפרייט.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 4:49 pm
דורך יא יא
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 4:14 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:01 pm
עס וואוינען דא ארום דרייסיג משפחות, (עס איז שווער צו וויסן פונקטליך היות עס איז נישט קלאר אויף געוויסע מענטשן וואס זענען דא נאר אין די ווינטער וכדומה צו מען רעכנט זיי, אבער עס איז זיכער דא קרוב צו 30 גאנץ יעריגע תושבים ב"ה) ב"ה עס קומען צו נאך תושבים יעדע שטיק צייט slowly but surely, אזוי אויך איז כסדר דא געסט במילא איז דא גרעסער מנין (מיר האבן דאך צוויי בתי מדרשים אויף שבת ויו"ט) פארשטייט זיך אז אין די ווינטער איז שטארק געפאקט.
דער שטאט פארמאגט (ווי @יודעלע האט שוין דערמאנט) איין וואכעדיגע בית המדרש (וואס געפינט זיך גלייך נעבן דער גראסערי) און צוויי שבת'דיגע בתי מדרשים היות מען וואוינט זייער צושפרייט.
וואס שמועסט מען דארט? סווערט זיין א שפורסם פין משפחות וואס וועלן זיך 1 טאג אהין ציען?
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:59 am
דורך האמער און זיימער
איז שייך צו האבן אביסל בילדער פונעם געגנט
אפילו נאר פון די גאסן
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:39 am
דורך טראכט גוט
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:13 pm
איבער אנדערע שטאטן ווענט זיך פון וועלכע מען רעדט,
איך האלט אבער לגמרי נישט אז אריזאנע איז דער בעסטער פלאץ פאר יעדן איינעם אדער אז עס איז געמאכט פאר יעדן צו וואוינען דאהי.
ביטע אויב דו קענסט זיי אביסל מסביר פאר וועמען יא
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:48 pm
דורך אלע צוזאמען
טראכט גוט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:39 am
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 11:13 pm
איבער אנדערע שטאטן ווענט זיך פון וועלכע מען רעדט,
איך האלט אבער לגמרי נישט אז אריזאנע איז דער בעסטער פלאץ פאר יעדן איינעם אדער אז עס איז געמאכט פאר יעדן צו וואוינען דאהי.
ביטע אויב דו קענסט זיי אביסל מסביר פאר וועמען יא
עס קען זיין געמאכט פאר יעדן איינעם, ווענדט זיך וויפיל מען איז גרייט עס צו מאכן ארבעטן, דער אויבערדערמאנטע תגובה איז געווען אין רעפערענס צו א שאלה פארוואס אריזאנע איז בעסער ווי אנדערע סטעיטס.
אין דזשענערעל איז די כלל, אלץ אין לעבן איז א טרעיד אף, מען קען נישט אלץ האבן, די שאלה איז אלעמאל וואס ווילסטו ענדישער, וואוינען אין דיין אייגענע רחבות’דיגע דירה אין א רואיגע אטמאספערע, מיט קלענערע מוסדות וכדומה אדער וואוינען אין א רענטעד אפארטמענט וואס קאסט זייער טייער, נישט האבן קיין רואיגקייט, אבער יא האבן הונדערטער מענטשן, ריזיגע מוסדות, ריזיגע גראסעריס וכדומה, און איך פארשטיי א מענטש וואס גייט ענטפערן די צווייטע, דאס איז וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגן.
ווי שוין געשריבן אויבן איז מיר שווער צו שרייבן לאנג, פאר נעטפרי עפענט דעם וועבסייט, במילא וועל איך ווארטן אויף דעמאלטס צו מער אויסשמועסן היות דאס איז זייער א ברייטע נושא.
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:10 pm
דורך גמילות חסדים
פאר אינטערעסאנטקייט, וואס זענען געווען דארט די טעמפעראטורן אין די לעצטע וואכן?
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:27 pm
דורך אלע צוזאמען
גמילות חסדים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:10 pm
פאר אינטערעסאנטקייט, וואס זענען געווען דארט די טעמפעראטורן אין די לעצטע וואכן?
די טעמפראטור איז געווען ערגעץ ווי העכער הונדערט, טיילמאל ארום 110 אבער מאסטלי ארום 103, יעצט ווערט יא אביסל הייסער.
יומידיטי איז געווען ארום 5 אדער 10 פראצענט, אבער עס גייט יעצט אביסל ארויף היות עס קומט שוין מאנסון סיזען סאו יעצט קען עס זיין ארום 25 פראצענט (פאר קעמפעריסמענט, אין מאנסי איז די יומידיטי די לעצטע פאר וואכן געווען בערך 80 אדער 90 פראצענט, יעצט גייט עס אביסל אראפ).
יעצט ווען איך קוק אויף די וועטער איז עס אזוי:
קאסא גראנדע - וועטער 113F יומידיטי 12%
מאנסי - וועטער 81F יומידיטי 53%
מיאמי - וועטער 88F יומידיטי 64%
סאו יא, עס איז זייער הייס דא אין די מיטן פון זומער, מער א טריקענע היץ, אבער עס איז זיכער דא מענטשן וואס וועלן עס נישט ליב האבן, (און אנדערע וואס האבן עס זייער ליב).
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:35 pm
דורך וואסאפשט
אני הקטן דארט געווען ניסן צייט יעדן טאג איז געווען 100-102 אבער 0 יומידעטי געווען הערליך ב"ה
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 4:33 am
דורך האמער און זיימער
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:27 pm
גמילות חסדים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:10 pm
פאר אינטערעסאנטקייט, וואס זענען געווען דארט די טעמפעראטורן אין די לעצטע וואכן?
די טעמפראטור איז געווען ערגעץ ווי העכער הונדערט, טיילמאל ארום 110 אבער מאסטלי ארום 103, יעצט ווערט יא אביסל הייסער.
יומידיטי איז געווען ארום 5 אדער 10 פראצענט, אבער עס גייט יעצט אביסל ארויף היות עס קומט שוין מאנסון סיזען סאו יעצט קען עס זיין ארום 25 פראצענט (פאר קעמפעריסמענט, אין מאנסי איז די יומידיטי די לעצטע פאר וואכן געווען בערך 80 אדער 90 פראצענט, יעצט גייט עס אביסל אראפ).
יעצט ווען איך קוק אויף די וועטער איז עס אזוי:
קאסא גראנדע - וועטער 113F יומידיטי 12%
מאנסי - וועטער 81F יומידיטי 53%
מיאמי - וועטער 88F יומידיטי 64%
סאו יא, עס איז זייער הייס דא אין די מיטן פון זומער, מער א טריקענע היץ, אבער עס איז זיכער דא מענטשן וואס וועלן עס נישט ליב האבן, (און אנדערע וואס האבן עס זייער ליב).
וואס מאכט אויס יומידעטי? די היץ איז גרינגער אדער שווערער?
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 11:44 am
דורך וואסאפשט
היץ איז נישט אזוי שווער ווי יומידעטי
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:33 am
דורך אלע צוזאמען
עס איז ב"ה דא אסאך נייעס אינעם חסידישן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, אבער ווי שוין דערמאנט אמאל איז מיר זייער שווער צו שרייבן דא ווילאנג נעטפרי בלאקט נאך דעם סייט, יעצט האמיר אבער יא די מעגליכקייט וועלן מיר פרובירן צו אפדעיטן אביסל, און מיר וועלן אנהויבן מיט די מקוה.
ב"ה אין די לעצטע צוויי דריי וואכן האט מען זיך געגעבן א שטארקע ריק מיטן אויפשטעלן די גרויסע און באקוועמע מקוה וואס ווערט געבויעט גלייך נעבן די וואכעדיגע בית המדרש.
ווען יודן האבן זיך ערשט באזעצט אין קאסא גראנדע האט מען גלייך געבויעט א קליינע קאראנע סטייל מקוה (א בודקע מיט א גרויסע פאס כשר פאר א מקוה), ב"ה אינמיטן ווינטער פון היי יאר האט מען אויפגעשטעלט א שיינע מקוה (טהרה) אין חצר פון בית המדרש צמח דויד דינוב וואס מען האט געבויעט צו ניצן פאר שבת און דערווייל ניצט מען עס אויך פאר אינדערוואכן (עס איז שווער היות די מנין שחרית איז נישט דארט, אזוי אויך איז נאר דא איין בור וואס מען ניצט).
יעצט האלט מען שוין ב"ה ביי די פאזע פון בויען די בנין ביים גרויסע מקוה נעבן דער וואכעדיגע שול, ווי מען האט שוין פאר א צייט צוריק געגראבן א קוואל, געגראבן און געגאסן די בורות און יעצט האט מען שוין ארויפגעצויגן דעם דרויסענדיגן חלק פונעם בנין.
איר קענט נאך נעמען א חלק אין די געוואלדיגע מצוה (עס איז נאך אויך עוועלעבל געציילטע זכותים - כעין שם הבנין וכדומה) מיטן רופן: 347-534-4955 (ביטע נישט רופן דעם נומער פאר קיין שום זאך וואס איז נישט בשייכות מיט די מקוה).
Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:37 am
דורך אלע צוזאמען
- די מאטריאל ביים אנקומען
- IMG-20230718-WA0017.jpg (115.08 KiB) געזען געווארן 738 מאל
- א חלק פון די מאטריאל גרייט צום בויען
- IMG-20230718-WA0020 (5).jpg (97.41 KiB) געזען געווארן 738 מאל