בלאט 1 פון 28

על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:59 pm
דורך דער תהלים איד
ברוכים הבאים צו "על דא ועל הא"!

איך האב פארגעשלאגן אזא געדאנק פאר די מנהלים, ס'איז געווען מיימינים ומשמאילים, און ס'איז געבליבן אז איך קען עס אויספרובירן, און מ'וועט זען איך יפול דבר:

זייער אסאך מאל, און זייער אסאך צייטן, האב איך נישט די צייט צו גיין פון איין אשכול צום צווייטן זען וואו ס'איז יעצט דא עפעס אינטערסאנט. וואו זאל איך יא גיין? אויף די אויבערשטע צוויי...

אבער: זייער אסאך מאל, און זייער אסאך צייטן, האב איך עפעס צו מיטטטיילן, אבער, איך האב נישט די צייט צו טראכטן און זוכן וואו דאס באלאנגט, צו עס האט שוין א אשכול, אין וועלכע פארום, וכו'.

איז די עצה צו ביידע: לאמיר האבן איין "אשכול כללי" וואס איז געווידמעט אויף קורצע נייעסן, ציטאטן, בילדער, לינקס איבער "אלס און אלעמען", אן קיין פילטער'ס פון פארומס און טעמעס.

האסט געזען עפעס אינטערסאנט? פאק עס דא אריין. האסט נאר איין מינוט און ווילסט קוקן איין אשכול? קוק דא...

לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט, און לאמיר עס אויספרובירן.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:59 pm
דורך דער תהלים איד
וזה יצא ראשונה:

היי יאר פסח ביינאכט וועט זיין גאר ווייניג צייט פון זמן ר"ת ביז חצות, (תש"פ איז געווען כמעט אזוי) מען דארף זיין עקסטערע אויסגערעכענט צו קענען מאכן חצות אפילו אויף די כזיתים

פאלגענד זענען די זמנים פון די לעצטע 4 יאר:

תשפ"ד:
זמן ר"ת 8:55 - חצות 12:54 =סה"כ פון 3:59 שעה

תשפ"ג:
זמן ר"ת 8:36 - חצות 12:59 =סה"כ פון 4:23 שעה

תשפ"ב:
זמן ר"ת 8:47 - חצות 12:56 =סה"כ פון 4:12 שעה

תשפ"א:
זמן ר"ת 8:27 - חצות 1:01 =סה"כ פון 4:34 שעה

תש"פ:
זמן ר"ת 8:51 - חצות 12:55 =סה"כ פון 4:04 שעה

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:02 pm
דורך אחת למעלה
ווי זוי זאגט ער נאך א אנגעצויגנקייט אנלאקד...

יעצט דארף איך אויך פויקעסען אויף די זייגער...

--

גוטע געדאנק אזא אשכול!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:06 pm
דורך להגדיל הטראסק
טויס פארנט פון בית המדרש הגדול קרית יואל 5 דאלער א שפילצייג
מסתמא אויך היינט נאכט

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:11 pm
דורך הר ההר
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:06 pm טויס פארנט פון בית המדרש הגדול 5 דאלער א שפילצייג
מסתמא אויך היינט נאכט
איר מיינט זיכער בעלזא ירושלים. שרייב צוואנציג שקל, פארוואס גייסטו מיט דאלער?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:15 pm
דורך שבת קודש
יעצט איז ארויסגעקומען די נייע קרית יואל טעלעפאן ביכל תשפ''ד
קרית יואל האט היינט 8,035 משפחות כ''י [מיט נאך קרוב צו 400 זומער דירות]

פאלגענד זענען די ציפערען פון די לעצטע דריי יאר:
תשפ''ב - 7,050 משפחות כ''י
תשפ''ג - 7,557 משפחות כ''י
תשפ''ד - 8,035 משפחות כ''י
דאס מיינט ס'וואקסט יערליך מיט ארום 500 משפחות בליעה''ר, דאס מיינט אז אין בלויז פיר יאר ארום גייט קרית יואל האלטן ביי 10,000 סאטמערע משפחות בליעה''ר

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:17 pm
דורך להגדיל הטראסק
הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:11 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:06 pm טויס פארנט פון בית המדרש הגדול 5 דאלער א שפילצייג
מסתמא אויך היינט נאכט
איר מיינט זיכער בעלזא ירושלים. שרייב צוואנציג שקל, פארוואס גייסטו מיט דאלער?
סארי, נישט געכאפט וואו איך בין
שוין פארראכטן די תגובה

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:22 pm
דורך dev
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:59 pm וזה יצא ראשונה:

היי יאר פסח ביינאכט וועט זיין גאר ווייניג צייט פון זמן ר"ת ביז חצות, (תש"פ איז געווען כמעט אזוי) מען דארף זיין עקסטערע אויסגערעכענט צו קענען מאכן חצות אפילו אויף די כזיתים

פאלגענד זענען די זמנים פון די לעצטע 4 יאר:

תשפ"ד:
זמן ר"ת 8:55 - חצות 12:54 =סה"כ פון 3:59 שעה

תשפ"ג:
זמן ר"ת 8:36 - חצות 12:59 =סה"כ פון 4:23 שעה

תשפ"ב:
זמן ר"ת 8:47 - חצות 12:56 =סה"כ פון 4:12 שעה

תשפ"א:
זמן ר"ת 8:27 - חצות 1:01 =סה"כ פון 4:34 שעה

תש"פ:
זמן ר"ת 8:51 - חצות 12:55 =סה"כ פון 4:04 שעה
ווייסט איינער ווי לאנג נעמט די דאווענען פסח ביינאכט אין גרויסן ביהמ''ד אין קרית יואל?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:24 pm
דורך שבת קודש
היינט איז אוועק אין ווילאמבסבורג די 'ערשטע הויז בחור' פון הגה''ק הברך משה מסאטמאר זצ''ל הרה''ח ר' משה הערש רייזמאן ע''ה
אויפן בילד ביים רבין דער ברך משה חוה"מ סוכות תש"מ

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:26 pm
דורך שטייטער
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:24 pm היינט איז אוועק אין ווילאמבסבורג די 'ערשטע הויז בחור' פון הגה''ק הברך משה מסאטמאר זצ''ל הרה''ח ר' משה הערש רייזמאן ע''ה
אויפן בילד ביים רבין דער ברך משה חוה"מ סוכות תש"מ
זיכער תש"מ? דער ברך משה איז שוין דאן געגאנגען א ווייסע בעקיטשע?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:38 pm
דורך שבת קודש
צוויי ברודערס האבן זיך היינט משדך געווען
הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א רב ברך משה וומ''ס האט זיך משדך געווען מיט אחיו ר' חיים אלי' צוויבל הי''ו

ענבי הבצל עם ענבי הבצל

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:50 pm
דורך אנדערער
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:24 pm היינט איז אוועק אין ווילאמבסבורג די 'ערשטע הויז בחור' פון הגה''ק הברך משה מסאטמאר זצ''ל הרה''ח ר' משה הערש רייזמאן ע''ה
אויפן בילד ביים רבין דער ברך משה חוה"מ סוכות תש"מ
די שטריימלעך

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:54 pm
דורך פשוטער איד
שטייטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:24 pm היינט איז אוועק אין ווילאמבסבורג די 'ערשטע הויז בחור' פון הגה''ק הברך משה מסאטמאר זצ''ל הרה''ח ר' משה הערש רייזמאן ע''ה
אויפן בילד ביים רבין דער ברך משה חוה"מ סוכות תש"מ
זיכער תש"מ? דער ברך משה איז שוין דאן געגאנגען א ווייסע בעקיטשע?
יא, איך בין דארט געווען און געדענק עס

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:07 pm
דורך הר ההר
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:15 pm יעצט איז ארויסגעקומען די נייע קרית יואל טעלעפאן ביכל תשפ''ד
קרית יואל האט היינט 8,035 משפחות כ''י [מיט נאך קרוב צו 400 זומער דירות]

פאלגענד זענען די ציפערען פון די לעצטע דריי יאר:
תשפ''ב - 7,050 משפחות כ''י
תשפ''ג - 7,557 משפחות כ''י
תשפ''ד - 8,035 משפחות כ''י
דאס מיינט ס'וואקסט יערליך מיט ארום 500 משפחות בליעה''ר, דאס מיינט אז אין בלויז פיר יאר ארום גייט קרית יואל האלטן ביי 10,000 סאטמערע משפחות בליעה''ר
וויפיל האט וויליאמסבורג?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:20 pm
דורך וואוילער
dev האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:22 pm
ווייסט איינער ווי לאנג נעמט די דאווענען פסח ביינאכט אין גרויסן ביהמ''ד אין קרית יואל?
לענגער ווי כ'האב געדולד

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:21 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:59 pm וזה יצא ראשונה:

היי יאר פסח ביינאכט וועט זיין גאר ווייניג צייט פון זמן ר"ת ביז חצות, (תש"פ איז געווען כמעט אזוי) מען דארף זיין עקסטערע אויסגערעכענט צו קענען מאכן חצות אפילו אויף די כזיתים

פאלגענד זענען די זמנים פון די לעצטע 4 יאר:

תשפ"ד:
זמן ר"ת 8:55 - חצות 12:54 =סה"כ פון 3:59 שעה

תשפ"ג:
זמן ר"ת 8:36 - חצות 12:59 =סה"כ פון 4:23 שעה

תשפ"ב:
זמן ר"ת 8:47 - חצות 12:56 =סה"כ פון 4:12 שעה

תשפ"א:
זמן ר"ת 8:27 - חצות 1:01 =סה"כ פון 4:34 שעה

תש"פ:
זמן ר"ת 8:51 - חצות 12:55 =סה"כ פון 4:04 שעה

סך הכל 35 מינוט ווייניגער ווי פ"א, נו.
גיימיר זיין ביים שווער און זיך לאזן פירן.

ש'כח פאר'ן ברענגען, און פאר דעם טעמע געהענגל בכלל.

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:24 pm היינט איז אוועק אין ווילאמבסבורג די 'ערשטע הויז בחור' פון הגה''ק הברך משה מסאטמאר זצ''ל הרה''ח ר' משה הערש רייזמאן ע''ה
אויפן בילד ביים רבין דער ברך משה חוה"מ סוכות תש"מ
די שטריימלעך
האהא, און וואס איז מיט די הוטן?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:24 pm היינט איז אוועק אין ווילאמבסבורג די 'ערשטע הויז בחור' פון הגה''ק הברך משה מסאטמאר זצ''ל הרה''ח ר' משה הערש רייזמאן ע''ה
אויפן בילד ביים רבין דער ברך משה חוה"מ סוכות תש"מ
די שטריימלעך
:lol:

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:08 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:21 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:24 pm היינט איז אוועק אין ווילאמבסבורג די 'ערשטע הויז בחור' פון הגה''ק הברך משה מסאטמאר זצ''ל הרה''ח ר' משה הערש רייזמאן ע''ה
אויפן בילד ביים רבין דער ברך משה חוה"מ סוכות תש"מ
די שטריימלעך
האהא, און וואס איז מיט די הוטן?
גערעכט. איז זע טאקע שיעלע גרינפעלד מיט זיין שטאפענע הוט

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:41 am
דורך לייבל פריש
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:15 pm יעצט איז ארויסגעקומען די נייע קרית יואל טעלעפאן ביכל תשפ''ד
קרית יואל האט היינט 8,035 משפחות כ''י [מיט נאך קרוב צו 400 זומער דירות]

פאלגענד זענען די ציפערען פון די לעצטע דריי יאר:
תשפ''ב - 7,050 משפחות כ''י
תשפ''ג - 7,557 משפחות כ''י
תשפ''ד - 8,035 משפחות כ''י
דאס מיינט ס'וואקסט יערליך מיט ארום 500 משפחות בליעה''ר, דאס מיינט אז אין בלויז פיר יאר ארום גייט קרית יואל האלטן ביי 10,000 סאטמערע משפחות בליעה''ר
וואס איז פשט אז די נומערן זענען די זעלבע יערליך עס דארף דאך ארויפגיין יעדעס יאר לכאורה

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:33 am
דורך פופציגער
לייבל פריש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:41 am
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:15 pm יעצט איז ארויסגעקומען די נייע קרית יואל טעלעפאן ביכל תשפ''ד
קרית יואל האט היינט 8,035 משפחות כ''י [מיט נאך קרוב צו 400 זומער דירות]

פאלגענד זענען די ציפערען פון די לעצטע דריי יאר:
תשפ''ב - 7,050 משפחות כ''י
תשפ''ג - 7,557 משפחות כ''י
תשפ''ד - 8,035 משפחות כ''י
דאס מיינט ס'וואקסט יערליך מיט ארום 500 משפחות בליעה''ר, דאס מיינט אז אין בלויז פיר יאר ארום גייט קרית יואל האלטן ביי 10,000 סאטמערע משפחות בליעה''ר
וואס איז פשט אז די נומערן זענען די זעלבע יערליך עס דארף דאך ארויפגיין יעדעס יאר לכאורה
ס'נישט ריכטיג אז ס'וואקסט מיט 500 יערליך, ווייל ווען יא האט שוין היינט קרית יואל 25,000 משפחות...

די נומערן שפיגלען אלעמאל אפ די מצב אויפן דירות מארקעט, וויפיל מהאט געקענט בויען, וכו'.

דא אסאך צו שטודירן דערין. אפשר העמיר מאריך זיין ווען ס'וועט זיין מער (און רואיגער) צייט.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 11:24 am
דורך וואוילער
אין ק"י טעמע

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:11 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:59 pm וזה יצא ראשונה:

היי יאר פסח ביינאכט וועט זיין גאר ווייניג צייט פון זמן ר"ת ביז חצות, (תש"פ איז געווען כמעט אזוי) מען דארף זיין עקסטערע אויסגערעכענט צו קענען מאכן חצות אפילו אויף די כזיתים

פאלגענד זענען די זמנים פון די לעצטע 4 יאר:

תשפ"ד:
זמן ר"ת 8:55 - חצות 12:54 =סה"כ פון 3:59 שעה

תשפ"ג:
זמן ר"ת 8:36 - חצות 12:59 =סה"כ פון 4:23 שעה

תשפ"ב:
זמן ר"ת 8:47 - חצות 12:56 =סה"כ פון 4:12 שעה

תשפ"א:
זמן ר"ת 8:27 - חצות 1:01 =סה"כ פון 4:34 שעה

תש"פ:
זמן ר"ת 8:51 - חצות 12:55 =סה"כ פון 4:04 שעה

סך הכל 35 מינוט ווייניגער ווי פ"א, נו.
גיימיר זיין ביים שווער און זיך לאזן פירן.

ש'כח פאר'ן ברענגען, און פאר דעם טעמע געהענגל בכלל.

איבער א האלבע שעה ביים סדר, דאס איז א געוואלד!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:50 pm
דורך Headquarters
ישיבה ומוסדות סאטמאר (2).jpg
ישיבה ומוסדות סאטמאר (2).jpg (390.89 KiB) געזען געווארן 2534 מאל

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 19, 2024 7:05 pm
דורך אנדערער
Headquarters האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:50 pm ישיבה ומוסדות סאטמאר (2).jpg
וועלכע סאטמאר?