בלומבערג, דיבלאזיא, עדעמס, טוט אן בארד און פיאות!
געפאוסט: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:46 pm
גיי ווייס וואס איך האב געזינדיגט, כ'בין דאך אזוי וואויל, איך טריי עטליעסט.
כ'בין ממש זיכער אז ס'איז צוליב עוונות פון פריערדיגן גלגול, דאס אז איך האב אין די לעצטע 2 וואכן געמוזט עטליכע מאל אריינפארן קיין וויליאמסבורג הבירה. גראדע ענדזשוי איך שטארק צו דרייוון לאנג דיסטענס. אלע מיטינגס און פון קאנפערענסעס וואס כ'אהב שוין אפגעשטיפט אין די לעצטע 4 חדשים אויף לכשירחיב, געשעט אין אזא צייט.
אבער דאס אלעס איז נאר ווילאנג מען פארט אין אפסטעיט ניו יארק, אדער אין ניו דזשערסי. איינמאל מען דערנענטערט זיך צו די סיטי, מען קומט אן אינעם לעצטן מייל נאנט צום וואשינגטאן ברידזש, טוישט זיך די גיסטע מן הקצה אל הקצה. ס'ווערט א נייע עקספיריענס. אך און וויי ווער ס'איז דעמאלס אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל אויב ווארט ער אויף א פאזיטיווע ענטפער. ער קען פארגעסן... אויפ'ן FDR זאל איך אים אויסהערן און פארטיין געמיטלעך?! כמיין... קאם אן. זיצנדיג אין טרעפיק אויפ'ן וועגעלע ארויס צום RFK זאל איך וואס? רעשן ווייטער און צוריקלאכן פון זיין דזשאוק? ביים שיעור-פארפאסן צו זיין אויפ'ן רעכטן לעין ביים ארויסגיין צום ביקיואי דארט (גיי זיי מסביר) און כ'דארף יעצט איבערהיפן אפאר חברה און שיעור ווערן צוקנאקט אויף אייביג, און יעצט זאל איך זיין קאנצעטרירט אויף דעם קאסטומער אויפ'ן ליין. כ'הער.
אבער וואס בין איך דא מחדש? ס'דאך יעדן באקאנט, אויב זוכסטו צו דרייוון א מאטאר סייקל, איז ניו יארק דיין פלאץ צו וואוינען. אז נישט, מוף קיין פלארידא וועסטו האבן הייוועי'ס מיט 5 לעינס + 2 עקפרעסס לעינס. נישט דא, דא וואטשט מען אויף פעלושן...
מיין עיקר יעצטיגע אויפרעגעניש איז אויף וויליאמסבורג.
איך קום שוין ענדליך אן אויפ'ן BQE נאנט צו ווייט עוועניו, און איך ריק מיך - ווי א נער - צום רעכטן לעין, און פה תשב. אדער פוי תשב. נעם ארויס דיין זייגער, און יעצט איז 5:00? אקעי! אי"ה 5:15 האסטו א טשענס צו זיין איף ווייט עוועניו! יא! בעליוו איט אר דאונט, אין 15 מינוט ארום קען זיין אז די גאאאאאנצע ליין פארנט פון דיר וועט שוין זיין אין ווילימאסבורג און דו וועסט זיך שוין קענען איינדרייען אויף ווייט עוועניו צו ווארטן אויפ'ןם נעקסטן רויט לייט בלויז 3 מינוט, ביז'ן קענען פארן 'גרין' ווייטער גראד, כמובן אויב ביסט גרייט צו איבערפארן די קאר'ס וואס שטייען פארנט פון דיר.
איך טראכט אזוי צו מיר... א וועג ארויס פון א הייוועי אן קיין וועג צו פארן נארמאל, א לכתחילה'דיגע טרעפיק אויב ס'איז נישט אין א שטילע נאכט. ווי אלט איז שוין דער פראבלעם?! ס'האט נעכטן פאסירט? אייער נעכטן?! לעצטע יאר?! 2 יאר צוריק? זייט קאוויד? זייט די קראך אין '08? זיין 9/11? זייט Y2K???
וואס עפעס... א אאאלטע זאך! אזוי איז עס!. וואס הייסט? פארוואס? אזוי איז עס. הערסט? פרעג נישט. אזוי קומט עס.
העלא?! איך וואוין אין אפסטעיט, אין קרית יואל. במשך די אלע יארן האט מען שוין דא געטוישט 100 ראודס, פארברייטערט, געבויט נייע און צעווארפן אלטע, די 32 פון אמאל איז שוין היסטאריע, דאס אריינפאלן אין בעיקערטאון איז שוין עפעס וואס נאר גרעיע בערד געדענקען, די טרעפיק אריין צו וואודבורי קאמאנס איז א פארגאנגענהייט, די ראוד'ס אין קרית יואל האבן שוין טורנינג לעינס, דעעש ראוד איז שוין געבוירן געוארן און איבערגענומען האלב טרעפיק פון עיקערס, ואטו כי רוכלא ניזל ונחשוב.
און דא, א אנזעץ פון א עקזיט, און? גארנישט. גארנישט. אה, עפעס יא, מ'האט שוין אראפגענומען איין לעין פון ווייט עוועניו פאר א בייקלעין. מזל טוב.
העלא???
נאר וואס. נישט דער פראבלעם זעלבסט באדערט מיר. ס'לעבן גייט נישט ווי מ'וויל, כ'ווייס. אבער איין זאך וואס איז ממש נישט צום אויסהאלטן.
געוואוינט בין איך אז איך האב אלס איינעם צו די האנט ווער ס'איז שולדיג און דער חרון אף גייט אויף אים. ס'שוין נישטא קיין קאווע אין שול? פרידלענדער איז שולדיג. די ראוד אויפ'ן וועג אהער האט געהאט א פאט האול? שטערן איז קעירלעס. כ'האב נישט קיין רענט פאר דעם חודש? ועד הקרי' זענען גנבים. די סקול באס האט געמאכט א שארט סטאפ? פאלאטשעק מענעדזשט שרעקליך. מאונטעין פארעסט איז נאך צופארן? סעגעדין איז חרוב. די מקוה איז געלונגען קאלט? עקשטיין איז קארג. מיין אינגל'ס מלמד איז נישט וואס כ'האב געוואלט? הירש טויגט אויף כפרות. די פלייש איז טייער? די מוסדות זענען רוצחים.
הקיצור, דארפסט די גאנצע ליסט?.. די פוינט איז, אונז האמיר דא אידן מיט בארד און פיאות, וואס עניטינג מיר גייט נישט גוט, גייט ארויס דער חרון אף אויף אים! שייגעץ ארויס! גנב! רוצח! דו דורכפאל! דו ווייסעכוואס!
דאס איז טעראפי. ס'ארבעט גוט אויף מיר. ס'בארואיגט.
אבער דא, איך זע אידן לעבן מיט די אישוס, מ'האט נישט קיין קאר ווייל ס'שנעלער צו וואקן, מ'לעבט מיט שמוץ, די גאסן קלינט מען נישט אבער פארקינג טיקעטס טיילט מען, מ'זיצט אין טרעפיר און גאאאארנישט טוישט זיך נישט, ניטאמאל איז דא א רעדע פאר די וואלן אז "מ'גייט צולייגן א לעין", "מ'גייט טוישן די רויט לייטס", גארנישט גארנישט, ניטאמאל פאלט עס איינעם ביי, און? איך האב נישט וועמען צו שעלטן!!!!
דאס איז ס'ארגסטע.
כ'בין געקומען צו די החלטה, יעדע מעיאר פון ניו יארק סיטי מוז זיך לאזן וואקסן בארד און פיאות, אונטון א קאפל, און א ציצית לכתחילה א וואלענע, און פארטיג! דארט וועט זיך אלעס ענדיג.. כ'מיין.. אנהייבן. עדעמס! טרעפיק! עהרסט?! דער ר' עמרם עדעמס הי"ו, א שיינער מעיאר, א שיינער איד איז ער מיר געווארן! "ער פארט זיך מיט לעלוס, ער וואוינט זיך אין א 3 שטאקידעג הויז, און אונז זיץ מיר דא ווי קעלבלעך! ווי לאנג העמיר זיין קעלבער פאר ר' עמרם! לאמיר פטור ווערן פון עמרם עדעמס! גנב דער!!"
אה, דעמאלס העט זיין זיס. דעמאלס העלעך אפאטעמען ביים אנקומען צום וואשינגטאן ברידזש.