הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע, בעל אוהב ישראל מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

יארצייט שבת קודש ה' ניסן.
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע, בעל אוהב ישראל, מאפטא, ער איז געבוירן אין שטאט ז'מיגראד, בשנת תק"ח, צו זיין טאטן הגה"ק רבי שמואל מזימיגראד אב"ד ניישטאט זי"ע, ער איז געווען א אייניקעל פון הגה"ק רבי שאול וואהל זי"ע,
און צו זיין מאמע מרת בת שבע ע"ה,
בת הגה"ק רבי משה פרנס זי"ע,
א אייניקעל פון הגה"ק מהר"ם לובלין זי"ע,
די מאמע פון הגה"ק רבי משה פרנס זי"ע, איז געווען די טאכטער פון הגה"ק רשכבה"ג רבי העשיל בעל חנוכת התורה מקראקא זי"ע, נאך וועם מען האט דעם רבין געגעבן דעם נאמען העשיל,
ער איז געווען א גאון אדיר וחריף עצום און א גדול בתורה ובחסידות, שר התורה כאחד מן הראשונים, אויך איז ער געווען א בעל מקובל גדול, ער איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע מידה פון צדקה וחסד, און מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל, שוין פון אלס קליין קינד האט מען געזעהן אויף אים אז ער וואקסט אויס א צדיק וקדוש.
מען דערציילט אז איינמאל איז ביים רבין איין געשטאנען די צוויי צדיקים, הרה"ק רבי לוי יצחק בעל קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע, און הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע, און זיי האבן דאן געברענגט דעם רבין צום הייליגען רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע, און ער איז שוין פארבליבען א תלמיד מובהק פון רבי ר׳ אלימלך זי"ע.
און זיין גרויסע רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע, האט געזאגט אויפן תלמדי דער הייליגער אוהב ישראל זי"ע בזה"ל "תנו כבוד לר' אברהם יהושע העשיל, דיש לו אהבת ישראל כמו "אברהם אבינו ע"ה", מראהו "כיהושע בן נון", וראשו חריף גדול בתורה כזקנו הרבי ר' העשיל בעל חנוכת התורה זי"ע.
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון די צדיקים בדורו ובתוכם,
הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
והרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע.
אין די יונגע יארן איז ער געווען רב אין שטאט קלבסוב, און שפעטער אין שטאט אפטא, און שפעטער אין די שטאט יאס, סוף ימיו איז ער געווען רב אין שטאט מעזיבוז.
ער האט געהאט גאר גרויסע תלמידים ובתוכם,
הרה"ק רבי ישכר בער מראדושיץ זי"ע,
הרה"ק רבי אשר ישעיה רובין מראפשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי שמואל מקאמינקא זי"ע,
הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל שפירא ממוגלניצא זי"ע,
הרה"ק רבי משה צבי מסאווראן זי"ע,
הרה"ק בעל בני יששכר זי"ע,
הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק ספרין מקאמארנא זי"ע.
עס איז באקאנט אז פאר די פטירה פון זיין רבי הרה"ק רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע, האט זיין רבי סומך געווען זיינע הייליגע הענט אויף זיינע תלמידים, און פאר די פיר גרויסע תלמידים האט ער איבער געגעבן זיינע כוחות,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, האט באקומען זיינע הייליגע אויגן,
הרה"ק המגיד מקוזניץ זי"ע, האט באקומען זיין הייליגע הארץ,
הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע, האט באקומען זיין כוח הנשמה שבמוחו,
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא זי"ע, האט באקומען זיין גרויסע כח פון זיין הייליגע מויל.
צדיקים בדורו האבן פון אים געהאלטן גאר שטארק און מפלא געווען זיין גדלות אין תורה ועבודת השם, און זיינע גרויסע מידות הצדקה און אהבת ישראל.
הרה"ק רבי אייזיק'ל קאמארנא זי"ע, האט נאך געזאגט בשם דעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, אז די פסוק פון פרשת ראה "רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה" אז די ווארט "ברכה" גייט ארויף אויף,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
הרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע,
הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע.
הרה"ק רבי אייזיק'ל קאמארנא זי"ע, און אויך הרה"ק רבי ישראל מריז'ין זי"ע האבן געזאגט אויפן רבין, אז ער האט פון די גראזן אויפן פעלד און פון די פיס טריט פון מענטשן געקענט זעהן עתידות, און ער האט מורא געהאט אז דורך די מדריגות קען ער זיך ח"ו טועה זיין, האט ער געבעטן פונעם באשעפער אז ער זאל אים צו נעמען די מדרגה.
אויך זאגט מען אז גאנץ אנפאנג ווען א איד איז אריין צום רבין מיט א קוויטעל האט די רבי אויס גערעכנט יעדע עבירה וואס דער איד האט געטון, און דעם איד מעורר געווען צו תשובה און ווען דער איד איז ארויס איז ער געווען נייע בריה, אבער צוליב דעם האבן מענטשן זיך צוריק געהאלטן צו קומען צום רבין זיך מזכיר זיין.
ווען די רבי האט דאס געהערט האט ער געבעטן ביים באשעפער אז ער זאל דעם מדריגה אוועק נעמען כדי ער זאל קענען העלפן אידישע קינדער, און פון דאן אן האט ער נאר געזעהן דאס גוטס ביי יעדן איד און מעורר געווען אידן מיט ליבשאפט און שמחה צו תשובה.
הרה"ק רבי ברוך'ל ממעזיבוז זי"ע, א אייניקעל פונעם בעש"ט הק' זי"ע, האט מוראדיג מחשב און מכבד געווען דעם רבין און געזאגט בזה"ל “ער האט א גאלדן געוויכטעל אין מויל, און ווייסט צו זאגן חכמות און דברים יקרים", און דער הייליגער צדיק רבי ברוך'ל ממעזבוז זי"ע האט אים אזוי מחבב געווען און געוויסט זיין גדלות אז ער האט אים אויף גענומען אלס זיין ממלא מקום נאכן הסתלקות,
און ווי מען פארציילט האבן די בני קהלה נישט מסכים געווען צו אויף נעמען דעם אפטא רב אלס ממלא מקום ווייל ער איז שוין דאן געווען א זקן. און דער אפטא רב האט דאס מרגיש געווען און געזאגט, אז זיי וועלן נאך זעהן אז איך וועל נאך זיין ממלא מקום די זעלבע סכום יארן ווי הרה"ק רבי ברוך'ל זי"ע, און כך הוה ער איז געווען רב אין מעזיבוז פאר 12 יאר, די זעלבע סכום ווי הרה"ק רבי ברוך'ל זי"ע.
הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע, האט נאך געזאגט פון זיין טאטן הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, בזה"ל "דער אייבערשטער האט גענומען א שטיק פייער איינגעהילט אין א פעלץ, און געמאכט דערפון א אפטער רב!".
הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, האט געזאגט בזה"ל "יעדער יוד איז מחויב צו פארזעצען דעם ספאדיק און קויפן א ספר אוהב ישראל".
הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, האט געזאגט בשם פונעם אפטא רב זי"ע, אז א סגולה פאר פרנסה איז לערנען שער הבטחון מספר חובות הלבבות.
הרה"ק רבי משה מסאווראן זי"ע, האט געזאגט אז די יארן וואס די רבי מאפטא האט מאריך ימים געווען 10 יאר מער ווי אלע צדיקים פון זיין חבורה, איז ער אין די 10 יאר אנגעקומען צו אלע מדרגות פונעם הייליגע רבי אלימלך זי"ע.

Re: הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע, בעל אוהב ישראל, מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה
זיין אייניקעל הרה"ק רבי משולם זושא מזינקוב זי"ע האט געשריבען אונעם הקדמה פונעם ספר אוהב ישראל בזה"ל ״יען כי הוי מרגלא בפומי רבינו אשר במדה זאת יוכל להתפארה אפי' לפני בי"ד של מעלה, אשר אהבת ישראל תקועה בלבו, ומפני רוב חכמתו וקדושתו היו מכנים אותו בלשון חיבה "דער פוילישער חכם".
הרה"ק רבי חנוך העניך מסאסוב זי"ע, האט געזאגט אז דער הייליגער אוהב ישראל האט אזויפיל מתפלל געווען צום באשעפער, ביז ער האט זוכה געווען אז ער האט נישט געקענט זעהן קיין שלעכטס אויף א איד.
ווי באקאנט איז דער הייליגער אפטא רב זי"ע געווען פון די זקני הרבנים בדורו, און גאר אסאך צדיקי הדור זענען געווען תלמידים פון דעם צדיק וקדוש ובתוכם,
הרה"ק הישמח משה מאוהעל זי"ע,
הרה"ק בעל מאור ושמש מקראקא זי"ע,
הרה"ק רבי מאיר הלוי בעל אור לשמים מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם דב בע בת עין מאווריטש זי"ע,
הרה"ק רבי ישכר בער הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע,
הרה"ק רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע,
הרה"ק רבי משה צבי מסאווראן זי"ע,
הרה"ק רבי שמואל מקאמינקא זי"ע,
הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל בני יששכר מדינוב זי"ע,
הרה"ק רבי שלום בעל שר שלום מבעלזא זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק מנעשכיז זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל מרוזין זי"ע,
הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זי"ע,
און עאך גאר אסאך צדיקים בדורו,
ער האט איבער געלאזט פאר די וועלט זיינע הייליגע ספרים,
ספר אוהב ישראל,
ספר תורת אמת, בדרך פרד"ס על תנ"ך והגדה של פסח,
ספר שפתי צדיק.
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער.
הרה"ק רבי יצחק מאיר מזינקוב זי"ע,
הרה"ק רבי יוסף משה ממז'יבוז זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי דן מראדוויל זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי ישראל מליטשניץ זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי מרדכי אורנשטיין זי"ע.
פאר די הסתלקות האט די רבי געבעטען מען זאל אים ברענגען אביסל איינגימאכץ מיט אביסל וואסער און ער האט געמאכט א שהכל און געזאגט אז דאס האט ער געטון צו ווייזן פאר די בי"ד של מעלה אז ער האט אויף די וועלט נישט הנאה געהאט פון עולם הזה, און יעצט ווען ער פארלאזט שוין די וועלט האט ער שוין נישט מורא פון קיין עולם הזה זאכן.
אויך האט די רבי געזאגט פאר די פטירה, אז ווער עס וועט צינדן א ליכט אדער טון סיי וואסערע גוטע זאך לטובת נשמתו, וועל איך אים א טובה טאן.
אויך האט ער געזאגט, ״רבונו של עולם און די פינסטערע טעג אין גלות ווען א איד זאגט שמע ישראל זאל ער זיין ביי דיר ווי א צדיק גמור״.
דער צדיק וקדוש האט אנגעזאגט אז מען זאל בשום אופן נישט שרייבען קיין שבחים אויף זיין מצבה אויסער אז ער איז געווען א אוהב ישראל.
נסתלק געווארן לגנזי מרומים ה' ניסן בשנת תקפ"ה, ומנוחתו כבוד איז אונעם ביה"ח אין מעזיבוז אין אוקראינה אונעם זעלבן אוהל פונעם הייליגען בעש"ט הקדוש זי"ע.
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

דער אפטא רב איז איינמאל געפארן אין א שטאט און צוויי עשירים פונעם שטאט האבן אנגעגרייט א אכסניה, האט מען געפרעגט דעם אפטער רב צו וועלכע ער וויל גיין, איינס איז געווען א מענטש וואס איז געווען א גאר צוגעלאזענע מענטש אבער איז נישט געווען אזוי פרום אבער האט געוויסט אז ער קען זיך אויפירען מער ערליך, דער צווייטע איז געווען א שיינער איד וואס איז געווען ערליך אבער האט פון זיך געהאלטן גאר אסאך.
האט דער אפטער רב געזאגט אז ער וויל גיין צום ערשטען וואס איז נישט אזוי פרום אבער ווייסט באמת אז ער קען זיך אויפירען מער ערליך, ווען מען האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער האט געמאכט דעם החלטה, האט ער געזאגט בזה"ל,
דער הייליגער באשעפער אליין קען נישט וואוינען ביי א בעל גאוה ווי די גמרא זאגט "אין אני והוא יכולין לדור" און אויב דער הייליגער באשעפער קען דארט נישט וואוינען קען איך זיכער נישט דארט גיין, אבער דער צווייטער ווייסט ווי ער האלט אין אידישקייט און אז ער דארף זיך פארבעסערן, און אויף דעם זאגט דאך די פסוק "הַשֹּׁכֵן אִתָּם בְּתוֹךְ טֻמְאֹתָם" קומט אויס אויב דער באשעפער קען דארט רוהען קען איך אויך דארט זיין.
אין ספר אוצר ישראל ווערט געברענגט אז ווען דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, איז אמאל געווען אין אפטא אויף די יארצייט פון זיין טאטע וועלכער ליגט אין אפטא, איז דער גאנצע שטאט געקומען צו לויפן צום גאסט מיט קוויטלעך און בקשות.
ווען דער אפטער רב זי"ע איז געקומען באזוכען דעם גאסט דער קאשניצער מגיד וועלכער איז געליגען אין בעט צוליב זיין שוואכקייט, האט זיך דער אפטער רב אנגערופען "יעצט האט מען גארנישט אינזין נאר יעדער לויפט צום צדיק וואס איז געקומען אלס גאסט",
שפעטער זענען זיי געגאנגען דאווענען צוזאמען, נאכן דאווענען האט מען געפראוועט א סעודה לכבוד'ן גאסט, אינמיטן די סעודה האט זיך דער מגיד אנגערופען פאר'ן אפטער רב "דאכט זיך מיר אז איך האב היינט געזעהן אדם הראשון אין בית המדרש ווי ער רעדט צו אייך".
דערויף האט דער אפטער רב זי"ע גענטפערט, ווען איך האב אנגעטוהן טלית ותפילין און איר זענט נאכנישט געווען אין ביהמ"ד, איז מיר איינגעפאלען א געדאנק וויאזוי צו פארענטפערן אדם הראשון, דעריבער איז ער געקומען אפגעבן א יישר כח.
דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט געזאגט אז ווען א איד זאגט די ווערטער אשר גאלנו וגאל את אבותינו פסח ביינאכט און ער גלייבט מיט אמונה שלימה, קען ער שוין אויסגעלייזט ווערן פון אלע זיינע פריוואטע גלות'ן, סיי גאולת הנפש און סיי גאולת הגוף, ווייל פסח ביינאכט איז דער זמן הגאולה.
דער הייליגער אפטער רב זי"ע איז אמאל געפארען פרייטאג אויף א וועג, און ער האט געדארפט אדורך פארן א וואלד, און אינמיטן וואלד איז זיין וואגן אריין געפארן אין א בלאטע און מען האט עס בשום אופן נישט געקענט ארויס שלעפען, ווען דער אפטער רב זי"ע האט געזעהן אז עס ווערט שוין באלד שבת, האט ער זיך אנגערופען און אזוי געזאגט,
רבש"ע איך ווייס גאנץ גוט אז די שיקסט מיר די צרות ווייל דו ווילסט אז איך זאל תשובה טוהן, אבער יעצט בין איך דא אין וואלד און איך בין פארזארגט ווייל עס איז שוין באלד שבת, ממילא האב איך נישט קיין קאפ תשובה צו טוהן, אין זאג אבער צו אז ווען אין וועל אהיים קומען בשלום, וועל איך תשובה טוהן מיטן גאנצן הארץ.

אין די צייט פון הייליגען אפטער רב זי"ע האבן מענטשן גערעדט אז עס איז דא א קרעטשמער וואס זיצט א גאנצע טאג אין קרעטשמע, און פארקויפט וויין און ברוינפן פאר די שיכורים, און איז אויך א "בעל מופת", אלעס וואס ער וואונטשט אן ווערט מקוים, מענטשן האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים פאר ברכות.
ווען דער אפטער רב האט עס געהערט האט ער זייער מורא געהאט אויב אפשר זענען זיינע כוחות פון די טומאה וכדומה ד' ירחם, דערפאר איז ער אראפ געפארן צו יענעם דארף, כדי צו זעהן וויאזוי ער פירט זיך אויף, דער אפטער רב איז ביי אים איין געשטאנען צוויי טעג, און האט נישט געזען ביי אים קיין שום באזונדערס. ער איז נישט קיין "למדן", ער דאוונט ווי א פשוטער איד, און פארקויפט ברוינפן.
אבער ער האט דאך נישט געזען ביי אים קיין סימנים פוו די סטרא אחרא, האט אים דער אפטער רב אריין גערופען אין א באזונדערע שטוב, און אים געזאגט, זאלסט וויסן אז איך בין דער אפטער רב, איך בין געקומען זעהן אין וואס פאר א זכות דו האסט זוכה געווען אז דיינע ברכות ווערן מקוים, אויב דו וועסט מיר זאגן איז גוט, און אז נישט וועסטו חרטה האבן.
האט דער איד געענטפערט, דער רבי זאל וויסן אז פון שטענדיג אן האב איך געהאט "בטחון" אין השי"ת, און איך האב מיך נישט געזארגט אויף קיין שום זאך, איין מאל האב איך פארלוירן מיין גאנץ פארמעגן, און איך בין געבליבן אן א פרוטה אז איך האב נישט געקענט מער פארקויפן קיין ברוינפן, האט מיין ווייב מיך געמוטשעט איך זאל גיין זוכען א שותף וואס קען איינלייגן דאס געלט, און אז דער באשעפער וועט העלפען וועט דאס געשעפט בליען, און עס וועט זיין גענוג פאר צוויי שותפים.
איך האב איר אבער כסדר אפ געשטיפט, ביז איין טאג האט זי ביטערליך געוויינט אן א אויפהער, אז עס קען אזוי ווייטער נישט גיין, די קינדער ליידן הונגער, שוין עטליכע טעג וואס זיי האבן נישט געגעסן, איך מוז נאך היינט טרעפן א שותף, האב איך איר געפאלגט, און איך בין ארויס אויסער די שטאט און געזאגט, "רבונו של עולם, איך וויל נישט האבן א מענטש פאר א שותף, איך וועל דיך באשעפער נעמען פאר א שותף, איך זאג דיר צו אז וויפיל איך וועל פארדינען וועל איך דיר געבן העלפט",
איך בין אהיים געקומען און געזאגט פאר מיין ווייב, אז איך האב געטראפן א רייכען שותף. איך האב אנגעהויבן צו ארבעטען און עס איז אריין געקומען אן אויסער געווענטליכע ברכה, און איך האב זייער שיין פארדינט, און זייט דעמאלט האלט איך טאקע ווארט!, יעדע וואך צוטייל איך דאס געלט פונקטליך העלפט אויף העלפט, מיין העלפט נעם איך פאר מיר, און מיין שותף'ס העלפט גיב איך פאר "צדקה",
די קרעטשמע איז א שותפות מיטן באשעפער, דערפאר שטיי איך אליין אינעם געשעפט פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און איך לייג ערליך אוועק דאס געלט כדי מיר זאלן זיך פונקטליך צוטיילן. לעצטענס האבן מענטשן אנגעהויבן צו בעטן ביי מיר ברכות, איך וואונטש זיי אן און עס ווערט מקוים.
ווען דער אפטער רב האט דאס געהערט, האט ער אים געגעבן א קוש אויפן שטערן, און געזאגט, "וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, אזעלכע אידן זאלן זיך מערן אויף דער וועלט", עס קומט דיר טאקע אז דיינע ברכות זאלן מקוים ווערן ווייל די הלכה איז, אז וואס איין שותף האט געטוהן, קען דער צווייטער שותף שוין נישט צוריקציען, דערפאר, וואס דו וואונטשט אן מוז דיין שותף [השי"ת] מקיים זיין.

צום אפטער רב זי"ע איז געקומען א איד וואס האט געליטן פון "מרה שחורה" רח"ל, און געבעטן אז דער רבי זאל אים געבן א רפואה דערפאר, האט דער אפטער רב זי"ע אים געהייסן ער זאל אריין קוקן אין די חנוכה לעכט, ער האט טאקע אזוי געטאן, ער האט זיך גוט איינגעקוקט אין די ליכט ביז ער איז מיד געווארן און איז איין געשלאפן, אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען לוסטיג לעבעדיג, געזונט און שטארק.
דער הייליגער אפטער רב האט דערציילט, איינמאל איז דער רבי ר' אלימלך זי"ע, איין געשטאנען ביי מיר און איך האב אים באשטימט א באזונדערען צומער, איינמאל האב איך געזעהן ווי ער מאכט זיך א חשבון צו ער איז ראוי לעולם הבא און ער האט זיך אויסגעשמועסט. "נפשי נפשי, דו ביזט נישט ראוי צו קיין עולם הבא, און ער האט דערביי אויס גערעכנט יעדע עבירה וואס ער האט געטראפען אויף זיך".
נאכדעם האט ער זיך געטרייסט אפילו דו ביסט נישט ראוי אבער הקב"ה מיט זיין גרויס גענאדע וועט דיר צוטיילן א טייל אויף יענער וועלט, אונזערע רבי'ס האבן דאך געזאגט "הקב"ה קיים כל התורה וכו' ניחם אבלים, ועשה שושבינות, וגומלי צדקה", אויף יענער וועלט וואו ס'איז נישט דא קיין עסן און קיין טרונקען וואס פאר א צדקה איז דען שייך, נאר דער אויבערשטער וועט טוהן צדקה מיט די וועלכע זענען נישט ראוי לעולם הבא, און זיי געבן עולם הבא בתורת צדקה!
הרה"ק מאפטא זי"ע, פלעגט וואונטשען ביי די נייע יאר פון די אומות העולם, בזה"ל, "דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון יעצט און ווייטער זאלן אידישע קינדער האבן א גוט יאר", ווייל אויב ח"ו עס איז געווען א קטרוג ביי ראש השנה, זאל דער הייליגער באשעפער קוקען ווי אזוי די גוים פירען זיך אויף ביי זייער חגאות, און דערפאר זאל ער ברענגען א גוט יאר,
און ער פלעגט זאגן אויף די ווערטער "ולא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר" אז די אידישע קינדער זאלן האבן זכותים און נישט דארפן צוקומען אז מען זאל אויף זיי דארפן קוקען אז זיי זענען בעסער ווי עם אחר.
"החודש אשר ישועות בו מקיפות", זאגט דער אפטער רב זי"ע אז דער ווארט "מקיפות" איז א לשון פון בארגן, אז השי"ת טוט אונז אויס בארגן ישועות.
דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט איין טאג פארציילט פאר זיינע תלמידים וואס עס האט זיך היינט אפגעטון אויף יענע וועלט, א איד איז געקומען צום בית דין של מעלה און מען האט געברענגט די מצות ומעשים טובים און אויך די עבירות, און מען האט אויך געברענגט די יסורים וואס דער איד האט מיטגעמאכט אויף די וועלט און די וואגשהאל האט טאקע איבער געוואויגען לכף זכות.
איז אבער געקומען א מקטרוג און געזאגט אז דער איד האט טאקע געהאט יסורים אבער ער האט די יסורים קיינמאל נישט מקבל געווען באהבה, און דערפאר קומט זיך אים נישט קיין זכות דערפאר, און ליידער האט מען טאקע גע'פסק'נט לכף חובה.
האט דער הייליגער אפטער רב זי"ע, אויס געפירט א איד דארף אייביג געדענקען מקבל צו זיין די יסורים באהבה און זאגן די פסוק "רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי", און דורך דעם ווערט עס גערעכנט צווישען די מצות וואס א איד האט געטון אויף די וועלט.
ווען דער הייליגער אפטא רב דער אוהב ישראל זי"ע איז געווען רב אין קאלבאסאוו איז ביי איהם פאר געקומען א דין תורה, די דיינים האבן געהאט גענומען שוחד דעריבער האבן זיי זיך אן גענומען פאר איין "זייט", אבער דער אפטער רב האט זיך שטארק געגנגעשטעלט און זיי אויפגעוויזן אז דער אנדערע זייט איז גערעכט.
די דיינים האבן געגעבן אן עצה פאר די מענטש וואס האט זיי משחד געווען, אז ער זאל אויך משחד זיין דעם רב, אבער ווי אזוי מאכט מען עס, אזא גרויסע צדיק ווי דער אפטא רב וועט זיך דען לאזן, האבן זיי אויס געטראפן א גוטע פלאן, אז ער זאל אריינלייגן א גרויסע סכום מיט געלט אין איינע פון זיינע מלבושים, און דער בעל דין האט טאקע אזוי געטוען און קיינער האט דערפון נישט געוואוסט.
דעם אנדערן טאג ווען מ'האט ווייטער פארצויגן דעם דין תורה, האט דער אפטער רב געפילט אז ער ציהט אויך צו פסקענען ווי די דיינים, און ער וויל שוין נישט זאגן די טענות קעגן די דיינים ווי נעכטן, האט ער באלד געזאגט אז ער וויל א אנדערע'ס מאל פארציהען דעם דין תורה, און דער אפטער רב האט זיך יענע נאכט נישט געקענט לייגן אין א בעט נאר יאמערליך געוויינט מיט בכיות און יללות, אז די באשעפער זאל אים דערלייכטן זיינע אויגן צו זעהן דעם אמת ביים דין,
אזוי ווי עס זענען דורך געציילטע טעג, האט ער איינמאל אריין געלייגט זיין האנט און עפעס א מלבוש, האט ער געטראפן אן אוצר פון געלט, און ער האט זיך זייער געוואונדערט דערויף, פון ווי קומט די געלט, ביז ער האט צוזאמען געשטעלט, מסתמא איז דאס די שוחד געלט וואס יענער האט געוואלט טוישן מיין דעת תורה, האט ער דאס געטוען אן מיין וויסען, און דאס איז געווען די סוד פארוואס עס האט מיך געצויגן צו פסקענען נישט ריכטיג ווי איך האב געהאלטן א טאג פריער.
פארשטייט זיך אז ער האט די געלט באלד צוריק געקערט צום בעל דין, און האט אויס געפירט די דין תורה אזוי ווי ביים ערשטן מאל, און זיך נישט אוועק גערירט דערפון, און דעמאלטס האט די אפטער רב געטייטשט דעם פסוק כִּי הַשֹּׁחַד יְעַוֵּר עֵינֵי חֲכָמִים "וִיסַלֵּף דִּבְרֵי צַדִּיקִם", אז אפילו מ'איז ווייטער א צדיק, מ'האט נישט געזעהן קיין געלט פאר די אויגן, און מ'האט נישט געוואוסט דערפון, מיט דעם אלעם האט אויך אזא שוחד, א כח זיך אוועק בייגן פון די ריכטיגקייט פונעם דין.

דער ערשטער סאדיגורער רבי הרה"ק רבי אברהם יעקב זי"ע, האט יעדע יאר אין דעם נאכט פון בדיקת חמץ דערציילט די מעשה,
אין א דארף נעבן קולבסוב האט א איד געדינגען א קרעטשמע פונעם דארטיגן פריץ. האט אים אבער די הצלחה נישט געשיינט אזוי אז פון די קליינע פארדינסטן האט ער נישט געקענט באצאלן פאר דעם פריץ דעם סכום פארן קרעטשמע, דער פריץ האט נישט געשוויגן, פון צייט צו צייט האט ער געשיקט דערמאנען דעם איד וועגן זיין חוב. וואס אמאל איז זיין פאדערונג געווארן שטרענגער ביז ווען ער האט שוין געדראעט מיט א שווערע שטראף. אבער דער איד האט גע'טענה'ט "אין לי", איך האב נישט,
געווען איז דאן "שבת הגדול", דער פריץ, וועמענס צארן אויפ'ן איד האט געפלאקערט, האט אריבער געשיקט צוויי קאזאקן צום איד'ס הויז, אז זיי זאלן אים אביסל "אנלערנען" ווי מען פירט זיך מיט א פריץ, די צוויי שיכור'ע קאזאקן מיט זייער גרויסע שנאת ישראל זענען ווילדערהייט אריין אינעם שטוב פון דעם איד, ארויס גענומען דעם טשאלענט פון אויוון און אויסגעגאסן אויף דעם גאנצן הויז, און איבער געקערט דעם שבת טיש מיט די חלות, אויס געגאסן די וויין און צובראכן און צושטאכן אלס וואס עס האט זיך נאר געלאזט,
דער איד מיט זיין הויזגעזינד זענען געשטאנען בלייך און פארציטערט אין דער זייט, צוקוקנדיג צום חורבן וואס די קאזאקן מאכן, און זיי האבן זייער מורא געהאט פון די ווילדע קאזאקן עפעס זיך אנצורופן, ס'זאל זיי נישט איינפאלן טאן נאך ערגערס, און ערשט ווען די קאזאקן זענען אוועק פון שטוב האט זיך דער איד ארויסגעשארט פון זיין באהעלטעניש.
האט ער האט אבער געטראכט ביי זיך, שבת איז דאך הייליג, עס איז דאך עפעס א פריילעכער טאג. א תמימות'דיגער איד איז ער געווען, האט ער מיט אלע כוחות זיך געשטארקט נישט צו זיין פארביטערט, און נישט פארשוועכן דעם הייליגן טאג מיט טרויער. שטילערהייט איז זיך דער אומגליקליכער איד ארויס פון זיין שטוב, און אוועק אין שול הערן די דרשה פון דעם רב, אזוי ווי דער אידישער מנהג איז צו דרש'ענען אין שול אום שבת הגדול.
אריין קומענדיג אין שול האט ער דערזען ווי דער גאנצער שול איז געפאקט מיט מענטשן, און דער גאנצער עולם שטייט און הערט דעם רב'ס דרשה, וואס איז געווען דער הייליגער אוהב ישראל אפטא רב זי"ע, און ער דערהערט ווי דער רב זאגט, מיר אידן זאגו צוויי ברכות פון "גאולה", איינע איז "גאל ישראל", וואס מיר זאגן נאך קריאת-שמע וואס דער טייטשט איז, אז הקב"ה האט אויסגעלייזט די אידן, און די צווייטן פלאץ שטייט געשריבן "גואל ישראל" אין די שמונה עשרה מיט א לשן, הווה, וואס דאס מיינט אז דער אויבערשטער לייזט אויס כסדר די אידן,
און דאן זאגט דער הייליגער אפטא רב זי"ע ווייטער און צופייערט זיך, למשל עס זיצט זיך א איד אין א דארף א ביטערער ארעמאן, וועלכער פארמאגט קוים אויף ברויט און האט אפילו נישט צו באצאלן זיין חוב פאר דעם פריץ און דער פריץ ווערט אויף אים בייז און אינמיטן שבת קודש שיקט ער צו אים צוויי קאזאקן וועלכע מאכן א חורבן ביי אים אין הויז מיינט איר אז די זאך איז פשוט? ניין! אט פאר דעם איד וועט יעצט אויפשיינען אן אויסלייזונג, אויף אים איז געזאגט געווארן "גואל ישראל", דער באשעפער לייזט אויס צי יעדער צייט דעם איד,
דער אומגליקליכער קרעטשמער הערנדיג די טרייסט ווערטער פונעם רב, האט מער נישט געדארפט, פילנדיג אז דאס מיינט טאקע דער רב אים אליין, האט ער באקומען א נייע חיות הערנדיג די רייד, פול מיט בטחון אין השי"ת, מיט א פריילעך הארץ האט ער זיך אומגעקערט צו זיין הויז ווען אויפ'ן גאנצן וועג הערט ער נישט אויף צו שעפטשען: "דער רבי האט געזאגט גואל ישראל! דער רבי האט געזאגט גואל ישראל!
נו, האט זיך דער פריץ געווענדעט צו זיינע קאזאקן, גייט אריבער צום איד און קוקט וואס ער טוט יעצט נאך דעם "פאגראם". די קאזאקן זענען געגאנגען אויספירן זייער שליחות, ווען זיי זענען אנגעקומען צום איד'ס שטוב, האבן זיי אים דערזען ווי ער טאנצט און זינגט: "דער רבי זאגט גואל ישראל"... זיי זענען צוריק צום פריץ און געזאגט, דער איד איז לא עלינו משוגע געווארן פון די גרויסע צרות, צווישן די איבער געקערטע טישן און בענק טאנצט ער און זינגט מיט גרויס פרייד,
עפעס האט דעם פריץ א ריר געטאן אין הארץ, און זאגט פאר די קאזאקן, ברענגט אים צו מיר, און מוצאי שבת האבן צוויי קאזאקן געברענגט צו פירן דעם קרעטשמער צום פריץ. מושקה! האט זיך דער פריץ צו אים געווענדעט, פארוואס צאלסטו מיר נישט מיין חוב, איך האב דאך נישט האט דער איד געענטפערט מיט א קרעכץ.
ווייסטו וואס האט דער פריץ גוטמוטיג א זאג געטאן, איך וועל דיר געבן א שריפט וואס דערמיט וועסטו קענען באקומען א גרויסן פאס מיט ספירט, און ווען דו וועסט דאס פארקויפן פאר די פויער'ן פון די דערפער, וועסטו קענען געבן פרנסה פאר דיין משפחה, און אויך באצאלן מיין חוב.
מיט א פריילעך הארץ האט דער קרעטשמער גענומען דעם שריפט און זיך דערמיט איינגעהאנדלט א פעסל ספירט. דער אויבערשטער האט געשיקט זיין ברכה, ער האט אסאך געלט פארדינט דערביי, אפגעצאלט א היבש ביסל חובות, און געקענט אויך קויפן פאר זיין משפחה הוצאות אויף פסח. און ערב פסח האט ער איינגעוויקלט עטלעכע רענדלעך אין א פאטשיילע, אריין געטראגן צום "אוהב ישראל" און א זאג געטאן: רבי, דאס זענען "גואל ישראל" רענדלעך.

-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע, בעל אוהב ישראל, מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה
אמאל איז געקומען צום אפטער רב זי"ע א שניידער, און ער האט זיך באקלאגט אז ער האט זעהר שווער פרנסה. האט אים דער אפטער רב געבענטשט אז השי"ת זאל אים העלפן אז ער זאל האבן פרנסה בריווח ובניקל. נאך א קורצע צייט האט זיך באזעצט אין דעם שניידערס געגנט א שר וואס האט געדארפט פיל מלבושים, דער שר פלעגט באשטעלן זיינע מלבושים ביים אידישן שניידער, און ממילא האט דער איד שוין געהאט פרנסה בריוח,
דער שניידער איז געקומען מיט א שמחה און האט דערציילט פאר'ן אפטער רב אז זיין ברכה איז מקוים געווארן, און ער האט טאקע שיין פרנסה, אבער ער האט פיל צער וואס דער שר איז א "משומד", א איד וואס האט זיך ל"ע גע'שמד'ט, און פירט זיך נישט ווי אן ערליכער איד, האט אים דער הייליגער אפטער רב געזאגט, אז ער זאל ווייטער ממשיך זיין, זיין ארבעט ביים שר, אבער טאמער וועט דער שר ביי אים באשטעלן א מלבוש פון "שעטנז" וואס א איד טאר נישט אנטוען זאל ער נישט אויפנייען פאר'ן "משומד" דעם מלבוש.
אמאל האט דער שר טאקע געברענגט פאר דעם שניידער א מלבוש פון שעטנז, און אים געבעטן עס צו נייען. דער איד האט עס קאטגאריש אפ געווארפן, און אים געזאגט אז דער אפטער רב האט אים באפוילן אז ער זאל נישט נייען פאר דעם שר קיין מלבושים פון "שעטנז", איז דער משומד דער שר געגאנגען צום הייליגן אפטער רב, און אים געפרעגט, "איך בין דאך ממילא א משומד, פארוואס גייט אן דעם רב אז איך גיי אנגעטוען מיט שעטנז",
ענטפערט אים דער אפטער רב, "זאלסט וויסן, אז די גמרא זאגט (סנהדרין מ"ד), ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא, דאס מיינט אז אפילו דו האסט דיך גע'שמד'ט, אבער ביי השי"ת ביסטו נאך אלץ גערעכנט אלס א איד. השי"ת האט פון דיר נישט פארגעסן, כאטש דו האסט דיך געמאכט פארגעסן פון אים, ממילא טארסטו נישט גיין קיין "שעטנז", און דערפאר האב איך באפוילן דעם שניידער ער זאל דיך נישט שטרויכלן מיט אן איסור שעטנז".
ווען דער שר דער משומד האט געהערט די הארציגע ווערטער פונ'ם אפטער רב, וואס זענען געזאגט געווארן בקדושה ובטהרה, אז השי"ת ווארט נאך אויף זיין תשובה און האט זיך נישט אפגעריסן פון אים, האט ער ביי זיך אפגעמאכט אז ער וועט תשובה טוען. ער האט געבעטן דעם אפטער רב א "תיקון", און ער איז געווארן אן אמת'דיגער בעל תשובה, דאס איז געווען דעם גרויסן כח פון דעם אהבת ישראל פונעם הייליגען אפטא רב זי"ע,
ווי באוויסט האט דער הייליגער אפטא רב זי"ע געהאט א געוואלדיגע אהבת ישראל עד אין לשער, און אויך האט ער זיין גאנץ לעבן פאר ארבעט מעשים צו ברענגען די גאולה שלימה, בעפאר זיין פטירה האט דער הייליגער אפטא רב זי"ע געזאגט, דער הייליגער קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע האט צו געזאגט בעפאר זיין פטירה, אז ער וועט נישט ריען בעולם העליון ביז ער וועט פויעלען דעם גאולה שלימה פאר אידישע קינדער, אבער מען האט אים פארנערט און אריין געלייגט אין גאר א הויכע היכל, און אזוי האט ער פארגעסן פון זיין צוזאג, אבער דער אפטא רב האט געזאגט אז ער וועט נישט ריען ביז ער וועט אויספויעלען די גאולה,
זיין מחותן הרה"ק רבי יצחק מראדוויל זי"ע האט נאך א שטיק צייט פונעם פטירה פון זיין מחותן דער הייליגער אפטא רב זי"ע, זיך צוקרעכצט און געזאגט "מען האט אים שוין אויך אריין געכאפט אין גן עדן" מיינענדיג צו זאגן, אז דעם מחותן האט מען שוין אויך אריין גענערט אין גן עדן אן דעם וואס ער זאל פויעלען די גאולה שלימה, און רבי יצחק מראדוויל זי"ע האט דערציילט ווי אזוי דאס איז געשען,
ווען דער מחותן איז ארויף געקומען האט מען אים געפירט צום גן עדן, אבער דער צדיק האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז ער גייט נישט אריין אין גן עדן, ביז ער פויעלט נישט די גאולה שלימה, אזוי שטייענדיג ביים טיר זענען אלע צדיקים פון גן עדן קעגן געגאנגען דעם הייליגען אפטא רב מיט א ספר תורה אין די האנט, און אזוי גייענדיג האט מען זיך געמאכט ווי דער ספר תורה פאלט אראפ, אזוי ווי דער אפטא רב האט געזען אז די ספר תורה גייט אראפ פאלן, איז ער שנעל געלאפן כאפן דעם ספר תורה, דאן האט מען פארמאכט דעם טיר פון אונטער אים, און אזוי האט מען אים אריין געכאפט אין גן עדן,

חזקי זופניק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:03 pm
- x 73
Re: הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע, בעל אוהב ישראל, מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה
זכותו יגן עלינו. א גרויסן שכח @ניקל
Re: הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע, בעל אוהב ישראל, מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה
דער הייליגער אפטער רב זי"ע, האט געהאט אסאך צו געלייגטע חימרות אונעם יו"ט פסח, און אויף די עלטערע יארן איז אים געווען גאר שווער צו האלטן אלע חימרות, און ער האט מורא געהאט אז מיט די שוועריקייטן קען עס ברענגען צו כעס, האט ער זיך דאן מתיר נדר געווען אויף די צוגעלייגטע חימרות.
הרה"ק מסלאנים זי"ע האט פארציילט א מעשה און געזאגט אז עס איז א מצוה דאס צו דערציילען,
א איד א גרויסע חסיד פונעם הייליגען אפטא רב זי"ע, האט געהאט קינדער וואס זענען געבענטשט געווארן מיט גאר שיינע שטימע'ס, און ווען ער פלעגט קומען צום אפטער רב, פלעגט דער הייליגער אפטא רב זי"ע מכבד זיין די קינדער צו זינגען און דער רבי האט זייער הנאה געהאט פון זיי.
איינמאל איז דער איד געקומען צום אפטער רב, און דער רבי האט זיך פון אים און די קינדער בכלל נישט וויסענדיג געמאכט, דער איד האט געהאט א געוואלדיגע חלישת הדעת, איז ער אריין צום רבין און געפרעגט וואס גייט פאר,
האט דער הייליגער אפטא רב געפרגט דעם איד ווי ביסטו לעצטנס געווען, האט דער איד פארציילט אז ער האט געברויכט גיין צום פריץ פאר עפעס א ענין, און די קינדער זענען געווען מיט אים, און ווען ער איז געווען ביים פריץ זענען די קינדער געווען אין שטוב פונעם פריץ און דארט זענען געווען גוי'שע ביכלעך, און די קינדער האבן דאס געקוקט, האט דער הייליגער אפטער רב געזאגט איך האב די קינדער נישט געקענט קוקען אין פנים,
דער הייליגער אפטא רב האט א שטיק צייט געוואוינט אין שטאט יאס וואס דאס איז געווען אין רומעניע, און ער האט זיך דארט אסאך אפגעליטען פון די תושבי העיר, ווען ער איז אוועק פונעם שטאט האט ער געוואלט זאגן אויף די שטאט שווערע ווערטער, אבער ער האט זיך בארעכענט און געזאגט אז ער זעהט אז בעפאר משיח וועט קומען וועט זיין שווערע צייטן, און די שטאט וועט זיין א עיר המקלט פאר אידן, און דערפאר האט ער די שטאט נישט געשאלטען,
יארן שפעטער ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען אין גאנץ אירופה געליטן פון די דייטשן ימ"ש, אבער דארט אין שטאט יאס וואס איז געווען אין רומעניע, זענען די רשעים נישט אנגעקומען און רוב אידן וואס זענען דארט אנגעקומען זענען געראטעוועט געווארן, און אידן דארט אין שטאט האבן געוויסט פון דעם ברכה פונעם אפטא רב זי"ע, און אויף דעם האט מען זיך טאקע דאן פארלאזט.
צום הייליגען אפטא רב זי"ע איז געקומען א איד וואס האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, און ער איז געקומען פאר א ברכה און די ישועה איז נישט געקומען, האט די ווייב געזאגט אז זי וויל גיין צום רבין, ווען זיי זענען אריין געקומען צום רבין האט די רבי געזאגט אז איך האב שוין געגעבן א ברכה און פארוואס גלייבט עטץ נישט אז די ישועה וועט קומען, עס שטייט דאך אין פסוק ויאמינו בד' ובמשה עבדו און מען דארף האבן אמונה.
האט די פרוי געזאגט פארן רבין עס שטייט טאקע ויאמינו בד' ובמשה עבדו, אבער בעפאר דעם שטייט ויושע ד' אז מען האט שוין געזעהן ווי די ישועה קומט און דערנאך שטייט ויאמינו בה' ובמשה עבדו, האט דער הייליגער אפטא רב זי"ע געזאגט, עס שטייט און משנה אבות ביים בית המקדש "ולא הפילה אשה מריח בשר הקודש" און איך בין געווען איינמאל א כהן גדול, און טאקע צום יאר זענען זיין געהאלפן געווארן מיט א קינד.

- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2369
Re: הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר שמואל זי"ע, בעל אוהב ישראל, מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה
גליון מגנזי המלך
- פיילס
-
- מגנזי תזריע תשפ''ד .pdf
- (164.12 KiB) דאונלאודעד 18 מאל