צדקה צדקה אריין אין די פושקע איז א גרויסע מצוה
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 3:44 pm
הודו לה' קראו בשמו הודו בעמים עלולותיו,
איך בין נאך אביסל הייזעריג פון שרייען אזוי סאך אויף די קינדער דעם שבת אבער דאך פרוביר איך צו דאווענען מיט א פלאם, די בעל תפילה פירט די מנין ווי א געניטע שיף'ס קאפיטאן איבער די שטארעמישע כוואלעס און איך טריי מיי בעסט צו מיטפלאמען מיט אים, איך בין זיך מתעטף אין מיין געלן טלית און איך שאקל מיך אריין מיט התעוררות.
צדקה צדקה, הער איך א שטומע אויסריפן.
איך דריי מיר ארום און מיינע אויגן איך באגעגענען זיך מיט א עלטערע ירושלימער אידל, איך מאך חתונה מיין דריטן קינד און די זעלבע יאר און מיין ווייב איז נישט געזונט, זאגט ער צו מיר מיט א שטומע וואס ריפט ארויס רחמנות, ער קוקט מיר אן מיט זיינע צוויי טיפע אויגן און א געפיל פון רחמנות האט מיר ארומגענומען, שוין איך ווער איבערגענומען, איך שטעק אריין מיין הענט און מיין צולעכערטע טאש און איך קראץ אפיר אפאר גראשן, דא האט איר. אסאך שקלים און נחת פון די קינדער, ווינטש מיר דער אידל מיט זיין אייגן ערצייגטן נוסח און ער גייט ווייטער צום קומענדיגן מתפלל.
דער קומענדיגע אויף די ליסטע איז א שנה ראשונה אינגערמאן וועלעכע שטייט ביים שטענדערל מיט זיין קריספי נייע טלית און זיין לעדערנע סידור וואס ער שלעפט אייביג מיט און זיין טלית בעג. ווי נאר ער האט דערזען דעם צדקה גייער פון דערווייטענס האט ער גלייך אויפגעלאכן, ענדליך גייט מען אים שוין בעטן צדקה, אזוי ווי א עכטע טאטע.
ער שלעפט ארויס זיין מסודר'דיגע בערזל פון זיי טאש און ער ציט ארויס זיין ברענד ניו קעפיטאל וואן קרעדיט קארד וואס קען סווייפן ביז פיר מאות 'עיזילי'. יארן קוקט ער שוין ארויס אויף דעם גליקליכן מאמענט.
אפס, ס'קוקט אויס אז די משולח האט אים נישט באמערקט, אדער עכ''פ האט ער נישט געוואלט זיין א חלק פון דעם אינגערמאן'ס תאווה צו פארניצן זיין ווייבס שווער אויסגעהארעוועטער געלטער ווייל ער האט זיך נישט אפגעשטעלט, נאר איז גלייך געגאנגען צו די קומענדיגע רייע, איבערלאזנדיג דעם אינגערמאנטשיקל מיט א שווערע דילעמע אויב ער זאל יא אדער נישט צוגיין צום משולח, פון איין זייט וויל ער דאך עכט שטארק געבן, ווידעראום פון די אנדערע זייט וועט ער אויסקוקן ווי א קליין קינד וואס חלש'ט צו געבן צדקה.
גייט ער ווייטער און ער קומט אן צו די געוועזענע גראף פאטאצקי, א עלטערע איד מיט א דאבל טשין און א שעיווד בארד מיט אזא קליינע טלית וואס קען קוים באדעקן א חלק פון זיין מאסיוו גרויסע פלייצע'ס. דער גראף הייבט אויף זיין אנטיק סידור און אינטער דעם ליגט א פעקל פון פרישע צווייער'ס ער לייגט עס אראפ אויפן טיש מיט אן צו איבערגעבן דיירעקט און די הענט, ס'איז דאך דשערמס. ''רעסיט''? פאדערט ער פון דעם קלייבער וועלעכע ווייסט נישט וואס האט אים דא באטראפן.
נאכער איז ער געגאנגען צום עלטערן אידל וואס שטייט ביים עק פון די בית המדרש, ביי אים איז א דאלער א הון תואפת און ער קען זיך נישט ערלויבן דאס צו פארטיילן אזוי מיט א מאך פון די הענט, געלט וואקסט עפעס אויפן בוים? ער נעמט ארויס פון זיין קעשענע אן אלטער אויסגעריבענע לעדערנע בייטל וואס ווען מען קוועטשט עס אויף די זייט עפענט זיך עס א ביסל, נאר גענוג אויף צו ארויסנעמען איין מטבע אויפאמאל, ער נעמט אפיר א ניינטין ניינטי פייוו ניקל וואס ליגט שוין און אט דעם האלטער זינט איר געבורט און ער גיבט עס מיט א שמייכל אויפן פנים. אסאך הצלחה ווינטש ער פאר דער בעט'ער.
בעצם וויל איך דאווענען ווייטער אבער מיינע אויגן קענען זיך נישט אפטיילן פון דער אידל וואס גייט ארום ביים ציבור. אה, יעצט קומט ער אן צו מיין שכן וואס וואינט אראפ די גאס, א דרייסיג יאריגע טשוטשיק וואס האט לעצטנס געמאכט אסאך געלט אויף אמעזאן, אזוי הייסט עס. ער נעמט ארויס א פיפציגער און ער גיבט עס אהין צו דעם שאקירטן משולח וועלעכע וויל אים ארומהאלדזן, אבער דער אינגער גביר קוקט אים און מיט אזעלעכע צוויי שחצנות'דיגע אויגן, כאילו צו זאגן, קריך אראפ פון מיר, איך קען דיר נישט.
ברוך אתה ה' גאל, ששששש. אוי וויי, איך האלט נאך ביי ברוך שאמר, שוין כ'וועל שוין דאווענען מיטן נעקסטן מנין.
ועמך כולם צדיקים...