בלאט 1 פון 1

געזונטע פעטש

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:12 pm
דורך העלדיש
ווי באקאנט איז די היינטיגע וועלט זייער ליבעראל. דאס קלאפט אויס אין פולע וועגן. איינס דערפון איז די נושא פון פעטש. ניין, איך רעד נישט פון די רבי אין חדר. איך רעד די 'ריעל סטאף'...


אמאל ווען א פאליציאנט האט איינעם אפגעשטעלט האט ער צו ערשט אראפגעלאזט פאר יענעם א מתנת יד אזאנס אז דער באנדיט זאל האבן דרך ארץ. היינט אבער יהי מה שיהי'. אויפהייבן הענט איז שטרענג פארבאטן.

איז דאס ריכטיג?

די גאס איז איבערגעפילט מיט לויזיגע חברה. קרימינאלן און וואנדאלן. די חברה האלטן אין איין מאכן הקפות אריין און טורמע און ארויס צוליב די נארישע בעיל ריפארם. די פאליציי הויפטן האלטן אין איין שרייען אז די פראבלעם איז מיט די זעלבע חברה וועלכע וועןר ארעסטירט איבער און איבער. וואס וואלט ווען געווען ווען דער פארברעכער ווייסט אז קומענדיגע מאל וואס די פאליציי כאפט אים אנשטאטס אים אריינשיקן אין טורמע פאר נאך א נאכט און אין איינוועגס אים צושטעלן א ווארעמע נאכטמאל, גייט דער באגאבונד באקומען אזאנע געבראטענע שלעק אז די נשמה וועט פון אים ארויספלען. וואלט דאס נישט בעסער געווען?

די סיסטעם פון אריין אין ארויס פון טורמע ארבעט נישט. אפשר פעטש וואלט ווען בעסער געווען?

Re: געזונטע פעטש.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:30 pm
דורך וואלף
פארוואס זאל מען נישט ארעסטירן געהעריג פאר לאנגע טערמינען? ווען ער איז אונטער איינפלוס פון אלקאהאל אדער דראגס פילט ער נישט די פעטש

Re: געזונטע פעטש.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
כ'ווייס נישט וועגן די פאליציי, למעשה זענען שוין היינט די פאליציי נשים וקטנים גרויס א אמה על אמה, שוין נישטא היינט די זעקס פיסיגע זוילן, וועם מ'קען נישט צוריקשלאגן...
וואס איז זיכער, אז די כאפצעמ'ס דארף מען צוריקברענגען איינמאל פאר אלעמאל, אונזערע זיידעס וואלטן זיכער פארברענט יעדן מאופעד וואס קומט א גאס נאנט צו א פאקעטבוק...
לעכטיגע צייטן געווען...