בלאט 1 פון 1

דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 3:41 pm
דורך world champion
ווען מען לייגט גוט צו קאפ און מען טראכט גוט אריין, זעט מען אז אלע מענטל העלט פראבלעמען אויף דער וועלט אליינס, וואלט מען נאך געקענט לעבן דערמיט, די זאך וואס געשעט נאכדעם דאס מאכט עס אנליוועבל... די זאך איז: טראומע.

טראומע פון א זאך קנייטשט דעם מענטשנ'ס מוח מיט א נישט נאטורליכע נישט געזונטע קנייטש, און אזוי גייט עס ווייטער, מען באקומט טראומע פון די אלטע טראומע און עס ווערט אזא חוט המשולש לא במהרה ינתק... ה"י.

וואס איז די עצה?

נאכן פארשטיין וואס די עיקר פראבלעם אויף חיי יום יום איז, קען מען זיך העלפן בלויז דורך אפשטעלן די ווייטערע טראומע און דירעקט נישט דורך פאוקעסן אויף די אלטע טראומע.

ווי אזוי שטעלט מען אפ פון באקומען נייע טראומע?

אויף דעם איז דא איין עצה: עקסעפטן די וועלט מיט איר באשאפער אלטס פאקט, און באמת וויסן אז אונז זענען נישט בעל הבית דא, און אז מיר האבן כלל וכלל נישט ארויס אפילו א האלבע בליק וואס דא גייט פאר אויף דער וועלט, וואס דאס גייט העלפן די מענטש צו זיין באקוועם ווי ער איז יעצט, ווי זאכן זענען יעצט.

טא פארוואס דאגנה'נען?! פארוואס ווילן עפעס אנדערש ווי די מציאות, וואס די מציאות איז די תכלית העולם?!

לסיכום הענין, דאס איז כנראה פשט פון דעם באקאנטן מימרא "כל העולם כולו גשר צר מאוד והעיקר והכלל שלא לפחד כלל", לכאורה איז שווער דאס איז די איינציגסטע פראבלעם דא פחד, עס איז ליידער דא אהן א שיעור פראבלעמען ה"י?

נאר די תירוץ איז ווי געשמועסט... די פראבלעם איז ליוועבל, די פחד דאס מאכט עס אנליוועבל. וואס איז די עצה? באמת וויסן אז כל העולם כולו גשר צר מאוד!

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 12:16 am
דורך יודעלע
אקעי!

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:54 am
דורך בינת הלב
בעצם איז טראומע פון די סאמע הויפט באשטאנדטיילן פון אונזער וועזן. אונזער גאנצע נאטורליכע אינסטינקטיווע דראנג צו סוקיוריטי און פארזיכערונג אין א וועלט וועלעכע איז עקטשולי פיהל מיט דעינדזשערס און שלעכטע זאכן ארבייט מיט 'טראומע'.

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 2:03 am
דורך בעל מנוחה
בינת הלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:54 am בעצם איז טראומע פון די סאמע הויפט באשטאנדטיילן פון אונזער וועזן. אונזער גאנצע נאטורליכע אינסטינקטיווע דראנג צו סוקיוריטי און פארזיכערונג אין א וועלט וועלעכע איז עקטשולי פיהל מיט דעינדזשערס און שלעכטע זאכן ארבייט מיט 'טראומע'.
זייער שיין
יא עס איז א סטראטעגיע פונעם מענטשליכן נאטור זיך צו באשיצן פון סכנות
אבער ביטע מרחיב זיין בדיבור (כתיבה) מיט דיין גאלדענעם פעדער וואס דו מיינסט צו זאגן מיט דעם.
אבער ווי אזוי קען מען קען מען זיכער מאכן אז די סטראטעגיע וואס איז דא דיר צו באשיצן ווערט נישט דיין שונא וואס ארבעט קעגן דיר?

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 12:53 pm
דורך אהרן זאב
סא דו ווילסט זאגן אז מקען נישט היילן טראומא מיט גיין צו טעראפי?

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:16 am
דורך חנה
אגב נעכטן געהערט פון א גרויסע טעראפיסט, אז פיזישע סימנים פון א שניט וכו׳ וועט אויך נאר בלייבן אויף לאנגע יארן צוליב די טראומא אינעם סוב-קאנטשעס,

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 4:00 pm
דורך בודקע
לפענ"ד איז די סעלושען פאר טראומא לערנען אמונה און בטחון, למשל חובות הלבבות

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:09 am
דורך אנדערער
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 4:00 pm לפענ"ד איז די סעלושען פאר טראומא לערנען אמונה און בטחון, למשל חובות הלבבות
לפענ"ד ווייסטו נישט וואס טראומא איז

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:31 am
דורך אוטובאס
אנדערער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:09 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 4:00 pm לפענ"ד איז די סעלושען פאר טראומא לערנען אמונה און בטחון, למשל חובות הלבבות
לפענ"ד ווייסטו נישט וואס טראומא איז
גא"מ :!:

איך וואלט צוגעלייגט, דאנק גאט ב"ה אז די ווייסט נישט פון די טיפע מחלה וואס הייסט חולי נפש,
ווען די וואלסט מיטגעהאלטן באמת סיי וועלכע נישט גרינגע פאל, (מילד גערעדט) וואלסטו קלאר אנדערש פארשטאנען.

ביטע שיס נישט ארויס קיין סטעיטמענט פון אונטער די ארבעל.

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:00 am
דורך בודקע
אוטובאס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:31 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:09 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 4:00 pm לפענ"ד איז די סעלושען פאר טראומא לערנען אמונה און בטחון, למשל חובות הלבבות
לפענ"ד ווייסטו נישט וואס טראומא איז
גא"מ :!:

איך וואלט צוגעלייגט, דאנק גאט ב"ה אז די ווייסט נישט פון די טיפע מחלה וואס הייסט חולי נפש,
ווען די וואלסט מיטגעהאלטן באמת סיי וועלכע נישט גרינגע פאל, (מילד גערעדט) וואלסטו קלאר אנדערש פארשטאנען.

ביטע שיס נישט ארויס קיין סטעיטמענט פון אונטער די ארבעל.
אנדערער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:09 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 4:00 pm לפענ"ד איז די סעלושען פאר טראומא לערנען אמונה און בטחון, למשל חובות הלבבות
לפענ"ד ווייסטו נישט וואס טראומא איז
כ'ווייס ליידער יא וואס ס'איז.

מיין אפיניען איז בעיסד אויף עקספיריענס.

כ'האב נישט קיין כח פאר קיין טענה'ריי יעצט, סאוי כבלייב ביי דעם.

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 1:24 pm
דורך מסתמא
צום קעפל, איך דיסעגרי.

קען זיין אז ביי יו”ט גלעזער און/אדער וועמען ער זאגט נאך, און/אדער ביי הרב וואורלד טשעמפיאן ,און/אדער וועמען ער זאגט נאך, ביי זיי איז עס ’דער יסוד’ פון זייערע גייסטישע מוטשענישן. נישט ביי מיך @מסתמא און נישט ביי נאך פילע וועמען איך קען. נעמען א טעאריע און עס מאכן אלץ א בלענקעט יסוד איז לענ”ד קורצקעפיג, קוק דיך גוט אים מיט אן ’אפענע’ קאפ און קלער גוט אריין אויב דאס איז ’באמת’ די יסוד ביי א יעדעם אין זייערע מוטשענישן; מיין מסקנה איז א הילכיגע ניין.

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 2:03 pm
דורך שטיינזאלץ
טראומע איז נישט עפעס איין זאך, נאר א וועלט פון אסאך מינע סארטן, פאר געוויסע העלפט אמונה ובטחון זייער שטארק, און דאס דארף יעדער איד סייווי ארבעטן אויף.
בדרך אגב אויב איינער קען זיך אויס אין פסיכאדראמא אדער האט פערזענליכע עקספעריענס אין דעם, קען ביטע מיט טיילן.

צק
מענטשן קומען צו פראבלעמען פון צענדליגער וועגן, געזונטהייט, פינאנצן, סביבה, טעותים, און נישט אלעס האט א שורש אין טראומע...

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 10, 2025 4:21 pm
דורך אנדערער
מען ווייסט נישט וואס די ווארט טראומא טייטשט אבער מען בויט אויף דעם הויכע בערג