בלאט 1 פון 2

עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 6:22 pm
דורך דער תהלים איד
יעדעס יאר קומט ארויס נייע קאלעקציעס.

די לעצטערע יארן לויפן אלע אויף מאדערן סטייל'ס, אויסער געציילטע וואס זענען נאך ארויסגעקומען מיט די מער אנגעפילטע סטייל.

אבער יעצט זע איך אז היי יאר איז דא טייל וואס גייען 'עטוואס' צוריק, אבער ס'בלייבט מיט א מיקס פון טראדישענל און מאדערן.

מיר האט דאסמאל געכאפט דער דעזיין פון מפואר, ביזדערווייל איז דאס מיין געווינער פון היי יאר...


Screenshot 2024-03-31 181924.jpg
Screenshot 2024-03-31 181924.jpg (174.38 KiB) געזען געווארן 1009 מאל

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 6:26 pm
דורך פופציגער
טאקע זייער שיין. איך גלייך עס זייער.

מפואר בלייבט דערווייל די פראנט ראנער. ווי שטארק איך האב נישט ליב זייער מארקעטינג, איז דאך דאס דער פאקט...

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 6:27 pm
דורך דער תהלים איד
המממ יעצט האסטו אוועקגעמאכט במחי יד מיין הערליכע נייע תפילין בייטל פון מלכות.

איך וואלט נישט געגעבן קיין כלל דערין.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 6:28 pm
דורך פופציגער
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 6:27 pm המממ יעצט האסטו אוועקגעמאכט במחי יד מיין הערליכע נייע תפילין בייטל פון מלכות.

איך וואלט נישט געגעבן קיין כלל דערין.
אין דזשענעראל קומט מיר מלכות פאר היבש אורח'יש, און נאכגעטאנצן מפואר.

איין זאך שטייען זיי העכער ווי מפואר, דאס איז פרייזן.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 8:14 pm
דורך פליט
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 6:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 6:27 pm המממ יעצט האסטו אוועקגעמאכט במחי יד מיין הערליכע נייע תפילין בייטל פון מלכות.

איך וואלט נישט געגעבן קיין כלל דערין.
אין דזשענעראל קומט מיר מלכות פאר היבש אורח'יש, און נאכגעטאנצן מפואר.

איין זאך שטייען זיי העכער ווי מפואר, דאס איז פרייזן.
אין מאנסי איז מלכות גראדע נומבער איינס מיט שארן סחורה, די באלאגאן וואס טיט זיך דארט...

קען טאקע זיין ווייל מפואר האט נאכנישט קיין לאקאציע דא.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 9:28 pm
דורך לחידודא
די ספעציפישע דעזיין וואס @דער תהלים איד ברענגט דא, איז בכלל נישט מיין טעיסט.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:23 pm
דורך דער תהלים איד
לחידודא האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 9:28 pm די ספעציפישע דעזיין וואס @דער תהלים איד ברענגט דא, איז בכלל נישט מיין טעיסט.
:x

יעצט ברענג דיין טעיסט, און לאמיר זען וואס איך גיי זאגן...

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 2:45 pm
דורך דער תהלים איד
היי יאר, ביזדערווייל, איז דאס דער געווינער ביי מיר:

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:52 pm
דורך פעינטיג
זייער קלאסיש, נישט געפאטשקעט. דורך מלכות.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:44 pm
דורך הדסים
דא קען מען אדווערטייזן בחינם

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:17 pm
דורך הלבלר בקולמסו
וואו קען מען זען אלע קאלעקשאנס?

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:54 pm
דורך בן נביאים
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 6:27 pm המממ יעצט האסטו אוועקגעמאכט במחי יד מיין הערליכע נייע תפילין בייטל פון מלכות.

איך וואלט נישט געגעבן קיין כלל דערין.
די האסט נאך א תפילין בייטל, נישט קיין טלית בייטל?

געמיינט ביסט שוין חתונה געהאט? :D :D :D

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 10:21 am
דורך בן חיים
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:52 pm זייער קלאסיש, נישט געפאטשקעט. דורך מלכות.
יאפ גא"מ
מהאמיר געדארפט קויפן א נייע פסח סעט דאס יאר
האמיר דאס געקויפט
כהאב נישט געטראפן עפעס שענער

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:04 am
דורך יאנטשי
די וויכטיגסטע זאך וואס איך קוק ביים קויפן א פסח סעט איז אז עס זאל נישט דארפן קיין פלעסטיק עס צו נוצן, וויאזוי איז זיך אנלענען אויף א הארטע אומבויגזאמער פלעסטיק א דרך חירות?

ממילא, אלעס איז טאקע זייער שיין פארן עד און מארקעטינג בכלליות, אבער עס איז דא א היבש קליינע אויסוואל ווען עס קומט צו פראקטישקייט.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:33 pm
דורך את פתח לו
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:52 pm זייער קלאסיש, נישט געפאטשקעט. דורך מלכות.
קוקט אויס גאר אלד פעשענד צו מיר...

על טעם וריח וכו

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:46 pm
דורך וואוילער
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:04 am די וויכטיגסטע זאך וואס איך קוק ביים קויפן א פסח סעט איז אז עס זאל נישט דארפן קיין פלעסטיק עס צו נוצן, וויאזוי איז זיך אנלענען אויף א הארטע אומבויגזאמער פלעסטיק א דרך חירות?

ממילא, אלעס איז טאקע זייער שיין פארן עד און מארקעטינג בכלליות, אבער עס איז דא א היבש קליינע אויסוואל ווען עס קומט צו פראקטישקייט.
מיין פלעסטיק איז אראפגענומען געווארן תיכף נאך שנה ראשונה.
ס'האט אן אנדערן טעם!

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:44 am
דורך פעינטיג
בן חיים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 10:21 am
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:52 pm זייער קלאסיש, נישט געפאטשקעט. דורך מלכות.
יאפ גא"מ
מהאמיר געדארפט קויפן א נייע פסח סעט דאס יאר
האמיר דאס געקויפט
כהאב נישט געטראפן עפעס שענער
סעים. כאמיר דאס איינגעהאנדעלט.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:06 am
דורך הדסים
פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:44 am
בן חיים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 10:21 am
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:52 pm זייער קלאסיש, נישט געפאטשקעט. דורך מלכות.
יאפ גא"מ
מהאמיר געדארפט קויפן א נייע פסח סעט דאס יאר
האמיר דאס געקויפט
כהאב נישט געטראפן עפעס שענער
סעים. כאמיר דאס איינגעהאנדעלט.
און וואס טוט מען מיט די וויין פלעקן?

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:07 am
דורך פעינטיג
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:06 am
פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:44 am
בן חיים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 10:21 am
יאפ גא"מ
מהאמיר געדארפט קויפן א נייע פסח סעט דאס יאר
האמיר דאס געקויפט
כהאב נישט געטראפן עפעס שענער
סעים. כאמיר דאס איינגעהאנדעלט.
און וואס טוט מען מיט די וויין פלעקן?
פארדעם איז דא טאקע א נייע טעכנאלאגיע וואס הייסט א פלעסטיק..

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:12 am
דורך הדסים
פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:07 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:06 am
פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:44 am

סעים. כאמיר דאס איינגעהאנדעלט.
און וואס טוט מען מיט די וויין פלעקן?
פארדעם איז דא טאקע א נייע טעכנאלאגיע וואס הייסט א פלעסטיק..
אופס... ציטירט די נישט ריכטיגע...

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:12 am
דורך הדסים
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:46 pm
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:04 am די וויכטיגסטע זאך וואס איך קוק ביים קויפן א פסח סעט איז אז עס זאל נישט דארפן קיין פלעסטיק עס צו נוצן, וויאזוי איז זיך אנלענען אויף א הארטע אומבויגזאמער פלעסטיק א דרך חירות?

ממילא, אלעס איז טאקע זייער שיין פארן עד און מארקעטינג בכלליות, אבער עס איז דא א היבש קליינע אויסוואל ווען עס קומט צו פראקטישקייט.
מיין פלעסטיק איז אראפגענומען געווארן תיכף נאך שנה ראשונה.
ס'האט אן אנדערן טעם!
און וואס טוט מען מיט די וויין פלעקן?

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:45 am
דורך אלעמאל
כידוע דעם סיפור, וואס באבוב'ער רב האט געזאגט, אז פאר הידור מצוה וואלט צאנזער רב זי"ע קיין געלט נישט געשוינט.

א פלא, אז צאנזער רב זי"ע האט נישט פארשטאנען אויסצוגעבן געלט וואס מ'האט נישט פאר קיין פסח סעט.

שוין צייט פאר אונז פשוט'ער מגושמים, אויך שוין אויפהערן מיט דער ענין גדול ונשגב.

נאך $800 אויף קהל'ס חשבון פאר הכנסת כלה.
פאר גארנישט און פארנישט.

האסט איבעריגע געלט? עס פעלט נישט קיין נצרכים ליידער.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 8:54 am
דורך חלום חלמתי
אלעמאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:45 am כידוע דעם סיפור, וואס באבוב'ער רב האט געזאגט, אז פאר הידור מצוה וואלט צאנזער רב זי"ע קיין געלט נישט געשוינט.

א פלא, אז צאנזער רב זי"ע האט נישט פארשטאנען אויסצוגעבן געלט וואס מ'האט נישט פאר קיין פסח סעט.

שוין צייט פאר אונז פשוט'ער מגושמים, אויך שוין אויפהערן מיט דער ענין גדול ונשגב.

נאך $800 אויף קהל'ס חשבון פאר הכנסת כלה.
פאר גארנישט און פארנישט.

האסט איבעריגע געלט? עס פעלט נישט קיין נצרכים ליידער.
אפשר ווען ס'וואלט געווען אין זיינע צייט וואלט ער עס געקויפט?

געווענלעך קויפט מען עס נישט פאר א חתן כלה, די קאפל קויפט עס שנה ראשונה אדער שפעטער אליינס. חוץ ביי די קרייזן ווי מען שיקט אויך נעבעך א מגילה ל"ע.

די פרייז איז ארום $300 נישט $800

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:29 am
דורך נקודות טובות
אלעמאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:45 am האסט איבעריגע געלט? עס פעלט נישט קיין נצרכים ליידער.
יא, איך האב איבריג געלט. איך האב שוין געגעבן מעשר פון מיין געלט, און יעצט וויל איך עס ניצן פאר א פסח סעט. פארוואס? ווייל מיין ווייב האט עס ליב.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:06 am
דורך דער תהלים איד
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:33 pm
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:52 pm זייער קלאסיש, נישט געפאטשקעט. דורך מלכות.
קוקט אויס גאר אלד פעשענד צו מיר...

על טעם וריח וכו
ביג טיים.

גאר אינטערסאנט צו זען אז א טעיסט קען זיין אזוי מהיפך להיפך...